חומש "תורה ברורה" (משה יהודה לייביש באב"ד)

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,367
רעאקציע ראטע
9,857
פונקטן
933
איך עפן דא א פלאץ פאר היסטאריע און זכרונות פון ווער ס'ווייסט אדער געדענקט, איבער די חשובע חומש אין אידיש וואס האט אין א געוויסע וועג געמאכט א שטיקל רעוואלוציע אין די וועג וויאזוי מלמדים לערנען חומש, אבער אין א געוויסע וועג אויך אריינגעסטענפלט נאך שטערקער ווי פארדעם די פשט פון רש"י אלס אפיציעלער פשט פאר חסידישע קינדער.

איך האב דאס אנגעטראפן אלס בחור און איך קען זאגן אז איך בין געווען אזוי אנטציקט אז איך האב פאר א יאר צייט געענדיקט כמעט גאנץ חמושה חומשי תורה דערמיט. איך האב דורכדעם געקענט פארשטיין די שווערסטע פרשיות (פאר א חסידישע בחור וואס האט נישט באקומען קיין לעקציע אין דקדוק קיינמאל) וואס מיינע רבי'ס האבן מיר נישט געקענט לערנען וויבאלד ס'איז געווענליך אויסגעפאלן אין יום טוב אדער אין זומער וואכן, א שטייגער ווי די שירים פון חוקת, בלק, האזינו, וזאת הברכה, און בראשית.

זיינע עיקר קאנטראווערסיאלע חידושים געדענק איך איז געווען.

1. שָׁבֲת טייטשט ער געשטערט, און דאס האט געשטערט אסאך מענטשן.

2. לאמר טייטשט ער אלעמאל זאגנדיג (געבויט אויף א מלבי"ם, רד"ק, בקיצור נישט די געווענליכע טראדיציאנעלע מפרשים וואס אונזערע מלמדים האבן ליב געהאט), און נישט ווי די דרך דרוש וואס אונזערע מלמדים האבן געירשנט, בעיקר פון אור החיים הקדוש (על פי חז"ל פארשטייט זיך) וואס האלט זיך איין שטעלן דרש'ענען יעדן לאמר, אז דאס טייטשט אזוי צו זאגן.

3. פרה אדומה טייטשט ער מיט חוצפה א ברוינע קו. ער האט א גאנצע אריכות ווי ער ווייזט אויף קליפ און קלאר אז ס'איז נישט דא קיין אין מקור דאס צו טייטשן רויט, און דאס איז א פשוט'ע טעות.

איך געדענק אז מ'האט דעמאלט געשמועסט אז אין סאטמאר חדר האט מנשה פילאפ אנגעפירט א מעמד ווי מ'האט פארברענט די תורה ברורה חומש און דאס צוגעגליכן צו מענדעלזאן חומש. קען איינער באשטעטיקן?

ס'מוז געזאגט ווערן אבער, אז פילע מלמדים האבן זיך אנגעהויבן פארקוקען די פרשה אין די חומש. א שטיקל דורברוך לדעתי.

יעדער איז מכובד צו שרייבן אייגענע זכרונות און מער פאקטן און דעטאלן איבער די חומש.

ש'כח פארן מיר אויסהערן/ליינען.

גוטע נאכט
 
איך געדענק אז מ'האט דעמאלט געשמועסט אז אין סאטמאר חדר האט מנשה פילאפ אנגעפירט א מעמד ווי מ'האט פארברענט די תורה ברורה חומש און דאס צוגעגליכן צו מענדעלזאן חומש. קען איינער באשטעטיקן?

א חשובע ניק שרייבט מיר אין אישי:

"עס איז אמת אז מנשה פילאפף האט געשריבן א מאמר דערקעגן אבער די מעשה איז נישט אמת. גאר אסאך מלמדים אין סאטמאר האבן די חומש."

***

דארף מען איינער זאל אפיר זוכן און ארויפלייגן די מאמר כדי זאל זיין עוועילעבל לדורות הבאים.
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין אז ס'געווען א קאנטערווערסיע איבער זיין טייטשן וישק יעקב לרחל (ער איז גראדע מדגיש אין די הערות אז יעקב לגודל מדרגתו האט געמעגט בלא בלא)
 
איך מיין אז ס'געווען א קאנטערווערסיע איבער זיין טייטשן וישק יעקב לרחל (ער איז גראדע מדגיש אין די הערות אז יעקב לגודל מדרגתו האט געמעגט בלא בלא)
וואס וואלט ער געדארפט שרייבן, וישק און יעקב האט געשטויסן רחל?
 
ס'איז געווען א מערכה אזויווי די פשוטו שכל מקרא חומש?
מיט שארפע קו''ק?
 
3. פרה אדומה טייטשט ער מיט חוצפה א ברוינע קו. ער האט א גאנצע אריכות ווי ער ווייזט אויף קליפ און קלאר אז ס'איז נישט דא קיין אין מקור דאס צו טייטשן רויט, און דאס איז א פשוט'ע טעות.

@מי אני האט מיר געשיקט די הערה. אינטערסאנט...
1000428807.png
 
ס'איז געווען א מערכה אזויווי די פשוטו שכל מקרא חומש?
מיט שארפע קו''ק?
איך מיין נאר מנשה פילאפ און זיינס גלייכן.

אנדערש ווי פשוטו של מקרא, גייט ער ארויס פון זיין וועג צו מאכן רש"י שטימען. מיט דעם אלעם האט ער געטוישט דא דארט פון די "מסורה" (ליין טעותים פון די מלמדים).
 
3. פרה אדומה טייטשט ער מיט חוצפה א ברוינע קו. ער האט א גאנצע אריכות ווי ער ווייזט אויף קליפ און קלאר אז ס'איז נישט דא קיין אין מקור דאס צו טייטשן רויט, און דאס איז א פשוט'ע טעות.
זייער אינטרעסאנט
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן!

וועלכע יאר איז עס ארויסגעקומען?
 
אין סאטמער קליימער האט איינער עס אריינגעווארפן אין מקווה.
אין סאטמער וומס״ג האט מען אריינגעווארפן אויך artscroll גמרא אין מקוה - פון פריוואטע מענטשן

(געהערט פון א קנאי וואס האט עס דערציילט מיט שטאלץ. כאטש ער האט עס נישט געטון איז ער געווען proud)
 
היינט איז אויך דא, רויטע גאלד, ווייסע גאלד און געלע גאלד.
 
גאלד אין די צייטן פון ימי המקרא איז געווען מערסטענס רויטליך
ער זאגט נישט גאלד, ער זאגט בקרה צפרא וואס איז بقرة صفراء וואס מיינט געל, עס קען אבער אויך מיינען געל ברוין
 
איך מיין אז ס'געווען א קאנטערווערסיע איבער זיין טייטשן וישק יעקב לרחל (ער איז גראדע מדגיש אין די הערות אז יעקב לגודל מדרגתו האט געמעגט בלא בלא)
וויאזוי טאקע טייטשן די אנדערע חומשים?
 
וויאזוי טאקע טייטשן די אנדערע חומשים?
איך מיין זיי טייטשן אויך אזוי, נאר די פראבלעם איז געווען פארוואס ער האלט אז יעקב האט געקושט רחל מיינט טאקע אז יעקב האט געקושט רחל, און ער איז מסביר פארוואס טאקע
 
וישק יעקב לרחל איז מפרש אבן עזרא , מיט א למ״ד מיינט אויף די הענט אדער אקסיל , אדער
האלז, נישט אויפן מויל
עיין שם
 
עס איז דא א מבוכה - נישט קלארקייט- אין די אחרונים לגבי א מראה פון דם אשה , וואס נאר
אדום איז טמא , ווי אזוי מען איז דן אויף א מראה
״ברוין״ צי עס גייט אריין בכלל רויט ,
אויב מען נעמט אהן לגבי דם אז ברוין איז בכלל
רויט , קען מען אויך טייטשן פרה אדומה - ברוין .

מענדלסון׳ס פראבלעם איז גיוועהן די הויך דייטש
שפראך וואס ער האט גענוצט , - מיט א כוונה אריין
צי ברענגען די דויטש קולטור , ביי כלל ישראל , ער
האט גוט גיטייטשט .
ר׳ מנשה פילאף פארדרייט היסטוריה כדרכו .
 
Back
Top