Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דו האסט געוואלט א מגולחת און דיין טאטע נישט?הלוואי איך זיך עס שוין כמעט א יאר
פאר איך האב חתונה געהאט האב איך מיך ארימגעהארגעט מיט מיין טאטע וועגן זיך שערן האט ער מיר געזאגט אז איך זאל ליינען די וועקער און נאכדעם וועט מען רעדן למעשה זיך איך נאך די וועקער און מהאט מיך שוין חתונה געמאכט מיט א מגולחת וואס קוקט אויס ווי שירה האס ביים ביטש
יאפ.. מילך טראק פאר די ווין.. ווען איך ווייס ווען אז די טאפיק פון די שניר איז האר/שייטל וואלט איך אריינגעקומען דא נעקסטע וואך,@מילך טראק זייער נישט שיין....
איך האב מיר שוין געגרייט פאר א שבתון.
איך האב שוין אפי' אנגעהויבן אריינפאקן מיינע שפיצלעך אין די רענצלעך.
די גמ' כתובות ע"ב ע"א זאגט אז עס איז א דאורייתא און א דאורייתא טוישט זיך נישט לויט קולטורWow wow יישר־כוח הערליך באשריבן, וואו איך פארשטיי איז עס א קולטורעלע זאך געווען (אין איז) אין מיט די צייט איז עס געווארן ממש א מוז. ביי די מוסולמענער איז עס אויך אזוי, ס'שטייט נישט אין זייערע רעליגיעזע ביכער אז מען מיז צודעקן ס'איז מער די קולטור אזוי. פון דעם קומט אויס אז היינט אז ס'איז נישט איינגעפירט אין די אלגעמיינע גאס צו טון אזוי מאכט עס נישט צופיל סענס.
נישט איינע פון די תרי"ג מצוות, אויך שטייט נישט קיין חילוק צו חתונה געהאט אדער נישט.די גמ' כתובות ע"ב ע"א זאגט אז עס איז א דאורייתא און א דאורייתא טוישט זיך נישט לויט קולטור
ראשה פרוע דאורייתא היא דכתיב (במדבר ה, יח) ופרע את ראש האשה ותנא דבי רבי ישמעאל אזהרה לבנות ישראל שלא יצאו בפרוע ראש
עס איז קיין תקנה קיינמאל געווען. חוץ אויב דו רעכנסט מקורות פון פופציג יאר צוריק, וועלכע דעקן אויף אז די אידישע IRS האט דאס איינגעפירט צוויי הונדערט פופציג יאר פריער אלע האבן פארגעסן דאס אראפצושרייבן, אבער די עצם תקנה איז געבליבן דורכאויס די גאנצע צייט, און אלע תשובות וועלכע דילן מיט אקטועלע שאלות איבער האר דורך אויס די גאנצע צייט, זענען געשריבן געווארן פאר קמחית.ס'איז שוין געשריבן געווארן צענלדיגער פעידזש איבער די נושא פון צודעקן די האר, נאך אין ק"ש און אויך דא אין קרעמל (אויך אויף איי וועלט (פארשטייט זיך נאר די וואס די סיסטעם פארקויפט)
סאיז מיר געווען א חידוש וויפיל שפיצל אינגעלייט דרייען זיך דא אין קרעמל, דערפאר האב איך געעפענט די פאול דא.
אין קורצן די היסטאריע אין די גמרא טרעפט מען שוין אזא זאך אז א פארהייראטע פרוי זאל זיך צודעקן די קאפ, אין רשות הרבים, ווי אויך זעהט מען אז ס'איז דענמאלסט אויך געווען אזעלכע וואס האבן זיך נישט געוואלט צודעקן.
וואס איז פשט פון די צודעקן די האר ?
איז דא וואס זאגן אז א פארהייראטע פרוי האר איז ערווה, ס'איז א הלכה למשה מסיני.
אנדערע טענה'ן אז ס'קען נישט זיין אזא זאך אז ערווה זאל זיך ווענדן אין פארהייראט סטאטוס, זאגן זיי אנדערש אז דאס איז געווען אזא זאך וואס אידישע פרויען האבן געטאן צו געדענקן אז זיי זענען שוין פארהייראט, (בערך די זעלבע סיבה פארוואס מ'גייט מיט בגדי שבת נישט צו פארגעסן אז ס'איז שבת)
אז מ'איז זיך מתבונון אין די קאלטור פון יענע צייטן ווען ס'איז געווען פילגשים, און א מאן האט געקענט מקדש געווען א פרוי אין גאס מיט א שווה פרוטה, און איינער האט געקענט מקדש זיין 10 פרויען אויף איין מאל, קען מען פארשטיין אז א פרוי זאל פארגעסן אז זי איז פארהייראט.
ווי אויך זעהט מען אז ס'איז שוין דענמאלסט געגאנגען מיט פאה נכרית (שייטל).
פונקטליך צו נאר אין דערהיים אדער אויך אויפן גאס איז האבן שוין די אחרונים דן געווען,
ס'איז דא וואס האבן גע'אסר'ט און אנדערע האבן מתיר געווען,
גילוח נשים איז געווען א תקנה אין פוילן בערך 300 יאר צוריק, די עיקר סיבה איז געווען וועגען חצוצה .
אין רוסלאנד איז קיינמאל נישט געווען די תקנה,
למעשה רוב ultra orthodox דעקט מען צי די האר אין פאבליק
אסאך modern orthodox, דעקען זיך נישט צו די האר בכלל
היינטיגע צייטן האט מען אנגענומען אז א שייטל איז מותר לכתחילה.
שערן, פאר סאם ריזן האבן רוב חסידישע רבי'ס זייער שטארק פראבירט צו אינפארסירן
ניין ער האט געטענעט אז נאכען ליינען די וועקר גיי איך ווילן א קרחתדו האסט געוואלט א מגולחת און דיין טאטע נישט?
*
אויב איינער דא קען די שרייבער פון די ארטיקל אין דער וועקער, מיכל הירש האט ער געהייסן אויב איך געדענק גוט, זאל זיין אזוי גוט און אים בעטן די ארטיקל לזיכוי הרבים
ווערט דערמאנט אין חז"ל אלץ רדידקען איינער מסביר זיין וואס איז די משוגעת פון א ציגעדעקטע שייטל לכאורה ממנ''פ איז עס מותר או אסור?
אפציעל איז עס לויט די ראשונים וואס האלטן אז שערות איז נאר א פראבלעם דארט וואו עס וואקסט און נישט כשיצאו חוץ לצמתן זאל דארטן זיין צוגעדעקט אן א שייטל און די שייטל זאל נאר זיין חוץ לצמתןקען איינער מסביר זיין וואס איז די משוגעת פון א ציגעדעקטע שייטל לכאורה ממנ''פ איז עס מותר או אסור?
על הפאה או על השער?
די ארטיקל איז גאר אין שטיצע פון די קרחת'ער?ניין ער האט געטענעט אז נאכען ליינען די וועקר גיי איך ווילן א קרחת