צומאכן אייוועלט

זאלן פילטערס בלאקן אידישע וועבזייטלעך?

  • יא

    Votes: 25 35.2%
  • ניין

    Votes: 44 62.0%
  • אנדערע: זיי מסביר

    Votes: 2 2.8%

  • Total voters
    71
אה, איך האב דאס פארזעהן. נו, אױפדעם האב איך דאך געזאגט אז זײ האבן נישט גענוג אובאכט געגעבן נישט צופארצײלן אפי' פאר אײנעם אױך נישט. איך פארשטײ אז ס'איז נישט זײער שולד געװען וכו' וכו' אבער דאס איז פאקט. אהנע הרגשים גערעדט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך גלײב אז די ניקים פון װעמען מען רעדט װילן דאך אױך נישט אז מען זאל זײערע הודעות גענצליך אױסמעקן. זײ װילן האבן האבן דעם קײק גאנץ און עס אױכעט עסן.
 
אויב אזוי איז דיין בליק אויף גילוי בין איך באמת צופרידן אז כ'האב זיך נישט באקענט מיט דיר.

ס'דא ניקים וואס זענען נישט מגולה ווייל זיי האבן זיך נישט מגלה געווען צו א מגלה!

אינטרעסאנט אז איך האב נישט מגלה געווען קיינעם צו די ניקים וואס איך קען און קיינער האט נישט מגלה געווען צו מיר איבער קיינעם.
 
איך גלײב אז די ניקים פון װעמען מען רעדט װילן דאך אױך נישט אז מען זאל זײערע הודעות גענצליך אױסמעקן. זײ װילן האבן האבן דעם קײק גאנץ און עס אױכעט עסן.
כ'מיין אז געוויסע האבן געוואלט א גאנצע מחיקה עד הסוף. נאר די ק"ש פארוואלטונג האט געזאגט אז ק"ש האט רעכט איבער די שריפטן און זיי דארפן עס נישט פארמעקן.

און בעיקר כ'פארשטיי נישט דעם לאגיק פארוואס אויב זיי וואלטן יא געוואלט זייערע הודעות זאל בלייבן בעילם שם זאל דאס בארעכטיגן מ'זאל שמירן איבער זייערע ניקים.
 
אויב אזוי איז דיין בליק אויף גילוי בין איך באמת צופרידן אז כ'האב זיך נישט באקענט מיט דיר.
איך פארשטײ נישט פון װאנעט דו האסט געצױגן א מסקנא אז איך נעם אָן גילוי לײכט. בכלל נישט. נאר איך האלט אז גײן װאנדאליזירן א פובליק פארום צוליב א יחיד'ס מיסטײק אױף א מעוות שלא יכול לתקון איז אַן עװלה. אז צו אײנעם איז געשעהן גילוי, שפארט מען אפ די ניק, מען װארפט ארױס דעם מגלה און מען פאנגט אָן פונדאסנײ. װאס איז דאס פארמעקן דײנע פריעדיגע הודעות אדער ניק-נײמס? װאס זענען אנדערע שולדיג?
 
און בעיקר כ'פארשטיי נישט דעם לאגיק פארוואס אויב זיי וואלטן יא געוואלט זייערע הודעות זאל בלייבן בעילם שם זאל דאס בארעכטיגן מ'זאל שמירן איבער זייערע ניקים.
װײל זײ האבן דאס נישט לכתחילה געשריבן בעילום שם. װער האט דעם בעל הק"ש א רעכט געגיבן צו פארמעקן זײערע ניקס אױף זײער בקשה?

אז איך באטײליג מיך בײ א 'מינוטן' מיטינג פון די באָוּרד פון א געװיסע קלוּבּ, פון װעלכע איך בין אַטײל, קען איך שפעטער צװינגען דעם 'מינוט-טײקער' צו רעדאַקטְן די מינוטס און אױסמעקן מײנע קאָנטריביוּשְנס און איבעראל װי ס'דא א מענשאָן צו מײן נאמען, אהן די הסכמה פון אלע אנדערע?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
כ'מיין אז געוויסע האבן געוואלט א גאנצע מחיקה עד הסוף. נאר די ק"ש פארוואלטונג האט געזאגט אז ק"ש האט רעכט איבער די שריפטן און זיי דארפן עס נישט פארמעקן.
נאך א מזל זײ האבן נישט פארלאנגט מען זאל מײנע הודעות אױכעט אױסמעקן..
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
כ'בין צו הונגעריג זיך צו טענהן יעצט...

א שרייבער האט רעכט איבער זיינע שרייבעריי מיינט אויך ער זאל דאס אלעמאל מעגן אויסמעקן.

אין קרעמל קענען די וועטעראנען אלעמאל מעקן.
איך האב איין נאכט אינמיטן א דעיט זיך אפגעשטעלט און אויסגעמעקט אלע הודעות פון א ניק וואס האט געהאט א גילוי עמערדשענסי און געבעהטן מ'זאל אלעס מעקן.

און דו טענהסט אז די רעכט איז גאר דיינס אלץ ליינער אז היות א שרייבער האט דיר מהנה געווען פאר א שטיק צייט מיטן שרייבן - טאר ער אפי' נישט בעהטן מ'זאל מעקן?!
 
און דו טענהסט אז די רעכט איז גאר דיינס אלץ ליינער אז היות א שרייבער האט דיר מהנה געווען פאר א שטיק צייט מיטן שרייבן - טאר ער אפי' נישט בעהטן מ'זאל מעקן?!
הודעות װאס זענען פּאַרט פון שמועס שטײען נישט אפגעטײלט פארזיך אלײנס. זײ פארמירן פארט פון א האָוּל, פון א קאמפאזיציע. מען קען אױף זײ נישט קוקן אין אײסאָלײשְן. איך האלט אײנמאל ער האט עס געשיקט, אלס חלק פון א דיסקוסיע, האט ער טאקע מער נישט א פולקאמע רעכט איבער זײן הודעה.

דערפאר װאלט מען דא טאקע געברױכט כסדר מאָניטערן אױב װעטראנען מעקן נישט אינגאנצן אױס זײערע הודעות.
אין קרעמל קענען די וועטעראנען אלעמאל מעקן.
איך האב איין נאכט אינמיטן א דעיט זיך אפגעשטעלט און אויסגעמעקט אלע הודעות פון א ניק וואס האט געהאט א גילוי עמערדשענסי און געבעהטן מ'זאל אלעס מעקן.
אז דו פרעגסט מיר, איך האלט טאקע אז דאס איז אַן עװלה. מען װאלט עס געדארפט שטעלן פאר א װאָוּט. אבער װאס װײס איך.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אגב, מען מעג שױן צעטײלן דער שנירל צו א סעפערײט שנירל בנוגע ' די רעדאַקשען פון קאװעשטיבל'ס הודעות און ניק-נײמען נאכ'ן אפשליסונג' אדער סאמטינג לײק דעט.
 
אבער װאס װײס איך.
כ'בין דיר דן לכף זכות אז דו ווייסט טאקע נישט, ווייל איך וויל דיר נישט חושד זיין אז ביסט אן אכזר חלילה.

(שוין געווען אינעם געשעפט און זיך געכאפט אז כ'האב אהין שפאצירט אהן מיין בערזל!!! 😠🤬🤬
כ'האלט נאך פארן סמאדי! אפי' איך דארף שטיין ווייט פון זיך אליין יעצט!)

באמת איי לאוו יו, כ'בין נישט באלאנסירט אויפן מינוט... 😂😂😂
 
איך גיי נישט לייגן קיין סקרינשאט אבער נישט לאנג צוריק האט איינע פון די לייבן פון אייוועלט געשריבן א קלארע רעפערענץ צו די "פרענדס" שאו... (עס קען זיין אז ער האט בטעות געמיינט אז ער איז אין די פארמאכטע VIP lounge וואס עקזעסטירט דארט, כנודע)
.
 
בנוגע דעם סמאדי זעהט מען בחוש דעם אין עצה ואין תבונה נגד השם.

שעפטי קען טרינקן טיי, מעדיטעיטאן, עקסערסייזן, אטעמען. מיט אביסל הונגער אויב ס'נישטא קיין סמאדי וועט ער זיך טענהן ווי א קליין קינד און האבן קאפוויי בלויז פון דעם אז א ברודער האלט עפעס אנדערש ווי אים. ביסט שוין געווארן אדער אן אומוויסנדער אדער אן אכזר...

כ'גיי עס נישט מעקן ווייל מ'מעג זעהן אז כ'בין אויך א הומען ביאינג מיט טריגערס...
-

צוריק צום ענין. כ'האב נאכאלס נישט קיין סמאדי. כ'קען נישט טרעפן מיין בערזל כ'טריי צו געוואר ווערן אויב איך האב עס באהאלטן פון מיין ווייב אדער פארקערט... 😂😂😂
 
העפטיגע קאמפיין אין פולן שוואנג

Untitled (5).webp
 
אה. פארגעסן צו אפדעיטן כ'האב עס געטראפן און שוין געגעסן און געטרינקן.
און שוין לאנג פארגעסן אז כ'האב דא באזיכט...
❤️
 
וואס קאווע שטיבל האט געטון בכלל איז א גרויסע חורבן

אפיציעל איז קאווע שטיבל געווען א ווינקל ווי מ'האט געקענט שרייבן וואס מ'האט געוואלט פחד פון די סיסטעם, מ'האט געקענט אונטערייסן די סיסטעם וכדומה.

פרידאם אוו ספיעטש איז געווען א שטארקע זאך דארט.

פלוצלינג פון איין מינוט צום צווייטן האבן זיי געגעבן א מעק אפ א גרויס חלק דערפון, אויף עכט א פחדנישע וועג, וואס איז געווארן מיט אלע זייערע ווירדן?

אריין אין דרעין אריין

שוין בעסער צו סטיקן מיט אייוועלט אין זייער צענזור...

עה... נישט ממש... אייוועלט איז נאך אלס ערגער...
 
Back
Top