צומאכן אייוועלט

זאלן פילטערס בלאקן אידישע וועבזייטלעך?

  • יא

    Votes: 19 38.8%
  • ניין

    Votes: 28 57.1%
  • אנדערע: זיי מסביר

    Votes: 2 4.1%

  • Total voters
    49
ליידער השמיעיני האט שוין נישט די פאנדס, זיי זאגן אז פון יעצט און ווייטער גייט די גליון גיין אויף האלב...

איך ענדזשוי עס צו ליינען גראדע... ווי זיי האקן אויף אייוועלט די לעצטע פאר וואכן, ס'איז זיס...
שוין א לענגערע צייט
אייוועלט נעמט עס זייער פערזענליך for some reason
סיי השמיעיני און סיי in the past ווען אנדערע האבן גערעדט

די joke איז אז אייוועלט האט זיך אסאך געטוישט די לעצטע 2-3 יאר, קוק צוריק "די אמאליגע לייבן" זייערע זענען געוועהן מער פארנומען און די על הצדיקים, יחוס, היסטוריע וכדומה. נייעס איז געוועהן א טפל, פאליטיק נאך ווייניגער און די אלע סארט אינטערטענמענט ווידיאו'ס זענען כמעט נישט געוועהן אקטיוו.

און אנדערע ווערטער דאס וואס זיי האבן געהאלטען טריפה פאר נישט מער ווי אפאר יאר צוריק זענען זיי אליין היינט.

א באנדע מגושמ'דיגע מצומצומים
 
סארי, כ'גיי צירוק
וואס איז די געהויבענע ברעמען דא? בין איך דען געגאנגען פון כולל סטרעיט צי קרעמל?

קודם איז מען אויף אייוועלט א שטיק צייט, ביז מ'זעהט אז מ'סענסערט זאכן דארט רעכטס און לינקס דזשאסט פאר די פאן..

מ'ווערט אויפגערעגט מ'גייט צי ק"ש,
מ'טרעפט נאך מלחמה געליטענע, מ'ווערט געוואר אז דעיס וואס מ'סענסערט אויף אייוועלט איז גארנישט קעגן וואס מ'האט דיר געסענסערט און ריל לייף ווי למשל ביי חתן שיעורים,

ק"ש פארמאכט זיך,

מ'קומט קיין קרעמל,

און פי קא בא
 
וואס איז די געהויבענע ברעמען דא? בין איך דען געגאנגען פון כולל סטרעיט צי קרעמל?

קודם איז מען אויף אייוועלט א שטיק צייט, ביז מ'זעהט אז מ'סענסערט זאכן דארט רעכטס און לינקס דזשאסט פאר די פאן..

מ'ווערט אויפגערעגט מ'גייט צי ק"ש,
מ'טרעפט נאך מלחמה געליטענע, מ'ווערט געוואר אז דעיס וואס מ'סענסערט אויף אייוועלט איז גארנישט קעגן וואס מ'האט דיר געסענסערט און ריל לייף ווי למשל ביי חתן שיעורים,

ק"ש פארמאכט זיך,

מ'קומט קיין קרעמל,

און פי קא בא
די גאנצע קאווע שטיבל האט זיך געפענט פון יוצאי אייוועלטיסטען...
 
זייט ס'האט זיך אנגעהויבן די מערכה פון די אנטי אינטערנעט מענטשן קעגן "היימישע" זייטלעך, האלט איך יעדן טאג מער און מער אז זיי זענען גערעכט.
מ'דארף צומאכן אייוועלט, אידטיש, Yiddish24 א בליק לייוו, וכו' וכו'
פאר א פשוט'ע סיבה, פרומע אנטי סמארט פאון אידן/כולל אינגעלייט האבן נישט קיין Skin in the game צו זיי גייט גארנישט געשען אויב מ'נעמט אַוועק יעדנ'ס סמארט פאון זיי גייען ווייטער האבן זייער אייוועלט אידטיש Yiddish24 א בליק לייוו וכו' ווי צו זיצן נאך כולל
לאמיר זעהן ווען מ'נעמט אַוועק דיין אונטערהאלטונג וויאזוי די וועסט רעאגירן
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן זיצן אויף יוטוב אבער די פארפאסט נישט קיין איין גוגל דרייוו לינק אין די "שמייכל" פארום
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן קוקן מאוויס אבער די וועסט נישט פארפאסן קיין איין נייע פלעי אדער וולאג ח"ו
די פארשטייסט מיך נישט פאר'ן האבן א שוואכע פילטער וואס לאזט אדורך יוטוב אבער לאמיך זעהן וואס געשעהט ווען משומר פארשפארט איינע פון דיינע אונטערהאלטונג וועבזייטלעך, דיין פילטער וועט פליען שנעלער ווי א גאליציאנער נאך א פעני
דיינע ווערטער ברויך מען אויסהענגן אין יעדן ווינקל ווי עס הענגט נאר א שומרים קארטל גערוך!
 
רב וואזנער האט געפסקנט אז אינטערנעט איז אסור די איינציגסטע היתר איז נאר לצורך פרנסה, אייוועלט אין דעי אלע אידישע סייטס זענען נישט לצורך פרנסה, די פילטערס טארן עס נישט דורך לאזן, זיי זענען מכשיל איעדן טאג דעם עולם מיטן איסור פון אינטערנעט. וואס איז געאסרט געווארען דורך די גדולים ביים כינוס כלל ישראל, פוי עס איז אן עקל צו זעהן ווי אידן וואס פארופן זיך אלץ פרומע אידן זענען יעדן טאג בשאט נפש עובר אויף א קלארען איסור, און זיי טוען עס נאך בפרהסיא אין די אינטערנעט קיאסקס, וועגען אייוועלט איז לעצטע שבת געהרגט געווארען א מאמע מיט אירע צוויי קינדער וועגען דעי אידן וואס זענען מחלל שם שמים בפרהסיא וועגען זיי קומט די אלע צרות.
שְׂפָתַיִם יִשָּׁק מֵשִׁיב דְּבָרִים נְכֹחִים
 
אזא שנאה הערשט דא קעגן די פאנאטישע ... WOWOW
בכלל נישט
איינער וואס האט טאקע נישט קיין אינטערעט אדער ער האט יא און ניצט עס נאר לצורך פרנסה ממש, פיין און וואויל, ער האט א שיטה און ער גייט מיט עס, איך מוז נישט מסכים זיין מיט זיין שיטה אבער ער איז א ערנסטע מענטש.

אבער איינער וואס איז פארנומען האקן אויף יעדע נער׳שע לאנגע פאנדשעלא פירצה אין כלל ישראל בשעת׳ן זיין אויף אייוועלט וואס איז קלאר נישט לצורך פרנסה איז א פארשטינקענע היפעקריט. און איך האב עם בכלל נישט פיינט, מען ברענגט נאר ארויס זייער היפעקריסטווע.
 
כ'ווייס נישט ווער פון אייך דא ווייסן פערזענליך די מענטשן וואס - סיי זיצן אויף אייערוועלט 'לצורך...' און סיי זיי זענען די וואס האסלען יומם ולילה בלי הפסק, אונז מזכה זיין מיט טאהארס הקאוידעש.

יעך ווייס אבער יא.
און יעך ווייס אויך פארוואס די עסקנים ארום זיי, ווילן נישט צולאזן צו פארמאכן, און יעצט ווייסט איר שוין אויך פארוואס.

זאגט מיר אט דעם געוועזענעם שבת, א בחור אין ישיבה, אז ער ווייסט פארוואס זיין מנהל אין ישיבה האט נישט קיין צייט, ווייל ער 'מוז' אויפקעטשן די נייעס פון אייוועלט.
און ער פארציילט אייביג די 'קושערע' נייעס....
ווערטער זענען איבעריג....

לצורך באבקעס...
 
בכלל נישט
איינער וואס האט טאקע נישט קיין אינטערעט אדער ער האט יא און ניצט עס נאר לצורך פרנסה ממש, פיין און וואויל, ער האט א שיטה און ער גייט מיט עס, איך מוז נישט מסכים זיין מיט זיין שיטה אבער ער איז א ערנסטע מענטש.

אבער איינער וואס איז פארנומען האקן אויף יעדע נער׳שע לאנגע פאנדשעלא פירצה אין כלל ישראל בשעת׳ן זיין אויף אייוועלט וואס איז קלאר נישט לצורך פרנסה איז א פארשטינקענע היפעקריט. און איך האב עם בכלל נישט פיינט, מען ברענגט נאר ארויס זייער היפעקריסטווע.
זייער אסאך, זענען נישט פארנומען צו האקען אויף יעדע נערישע פאנדזשעלא, אבער וועלן נישט וועלן זיין און א פלאץ ווי מען ברענגט פעגי "שמוץ און ליגנט" פאדקעסט, וואס שטערט אייך אז זיי האבען א ריינע פלאץ צו זיך אינטערהאלטן מיט לייק מיינדעד פיעפל.
 
לעצט רעדאגירט:
ס'גייט מיר נישט אהן אז זיי זענען אויף אייוועלט, און איי װעלט איז אפן , אבער אין די זעלבע צייט האב איך זייער הנאה אז האקט אויף עס, זאלן זיי זיך שלאגן אביסל צווישן זיך, וועלן מיר האבן אביסל מנוחה
 
איך האלט אז ווען די פילטערס פארשפארן עס גייט עס גיין רעכטס נישט לינקס. ס'גייט נישט אזוי שנעל ווערן אויפגעשפארט - זיכער נישט 'מער זאכן', רוב מענטשן אויף אייוועלט זענען למעשה אין די סיסטעם, און ווען די סיסטעם וועט זיי ריסטריקטן וועלן זיי זיך בייגן אדער לייגן נישט אוועקנייגן.
ריכטיג, אמאל איז א בעיסיק פאון געקומען מיט ווידיא שוין נאכן כשרן ביי משומר, היינט מיט די אידישע פראדוצירטע פאונס איז ווידיא אסור.
 
Back
Top