- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 172
- רעאקציע ראטע
- 906
- פונקטן
- 123
דאס פאסטן א' סליחות ביז חצות איז ביי שעפטי געבליבן הייליג...אקעי, כ'גיי קויפן א סמאדי און דערנאך וועלך זיין ראוגער...
סארי פארן ריתחא
![]()
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
דאס פאסטן א' סליחות ביז חצות איז ביי שעפטי געבליבן הייליג...אקעי, כ'גיי קויפן א סמאדי און דערנאך וועלך זיין ראוגער...
סארי פארן ריתחא
![]()
כ'בין דיר דן לכף זכות אז דו ווייסט טאקע נישט, ווייל איך וויל דיר נישט חושד זיין אז ביסט אן אכזר חלילה.
איך גיי נישט לייגן קיין סקרינשאט אבער נישט לאנג צוריק האט איינע פון די לייבן פון אייוועלט געשריבן א קלארע רעפערענץ צו די "פרענדס" שאו... (עס קען זיין אז ער האט בטעות געמיינט אז ער איז אין די פארמאכטע VIP lounge וואס עקזעסטירט דארט, כנודע)
.
העפטיגע קאמפיין אין פולן שוואנגבנוגע דעם סמאדי זעהט מען בחוש דעם אין עצה ואין תבונה נגד השם.
שעפטי קען טרינקן טיי, מעדיטעיטאן, עקסערסייזן, אטעמען. מיט אביסל הונגער אויב ס'נישטא קיין סמאדי וועט ער זיך טענהן ווי א קליין קינד און האבן קאפוויי בלויז פון דעם אז א ברודער האלט עפעס אנדערש ווי אים. ביסט שוין געווארן אדער אן אומוויסנדער אדער אן אכזר...
כ'גיי עס נישט מעקן ווייל מ'מעג זעהן אז כ'בין אויך א הומען ביאינג מיט טריגערס...
-
צוריק צום ענין. כ'האב נאכאלס נישט קיין סמאדי. כ'קען נישט טרעפן מיין בערזל כ'טריי צו געוואר ווערן אויב איך האב עס באהאלטן פון מיין ווייב אדער פארקערט...![]()
מײנסט גילוי אריותגילוי (עריות) איז פון די ג' חמורות, וחכמים עשו סייג לתורה, שניות ושלישיות לגילוי, ועד אין שיעור.
גם אני מצטרף צו יעדעס ווארט.איך בין מחולק מיט דיר. ס'איז אײן זאך מגלה זײן װער ס'שטײט אונטער א ניק. גאר א צװײטע זאך זאגן װעלכע הודעה האט װעלכע ניק געשריבן.
ס'איז שױן אזױ אױך גאר שװער מיטצוהאלטן און לײענען אלטע אשכולות אין קאװעשטיבל װײל א 20 ניקס האבן צו מחמת רוגזא צו מחמת'ן זיך נישט אובאכט געבן גענוג װעמען זײ טראָסטן, אפגעמאכט אױסצומעקן זײערע ניקס אדער זיך א נײע נאמען צוגעבן. רוגזא מײן איך צו דיע רעװעלוציענערן װעלכע זענען געגאנגען זיך מאכן שבת פאר זיך מיט'ן אױפעפענען ”קרעמל„. װי איז נאך װען פיהלע האבן זיך מגלה געװען בכװנה כדי צושאפן א חברותא אין ריעל לײף.
איך האב גרױס דרך ארץ פאר די אלע ניקס; זײ זענען געװען די לײבן פון קאװעשטיבל בשעתם אבער די תוכן אױף קאװעשטיבל געהערט נישט אינגאצן פאר זײ, אפילו אױב די האָוּסטינג אדער סײט-דאָמײן האט יא פײנענשעלי געהערט צוזײ, און גײן אױסמעקן נעמען פון ניקס פארשװערט גאר שטארק דאס לײענען און האלטן חשבון װער עס רעדט צו װער.
איך האב קײנמאל נישט מגלה געװען פאר קײנעם סײ װער פון די אמתע פערזאנען אונטער דיע ניקס, און איך פלאן נישט צו, אבער גײן עדיטן די תוכן, איך רעד שױן נישט פון אפשפארן גאנצע חלקים פון דער פובליק, נאר צו באשיצן געװיסע יחידים, איז נישט קײן מענטשליכקײט.
די סײט איז געװען פאר'ן ציבור בײ דעם ציבור, נישט קײן עקסלוסיװע סערװיס פאר אפאר געװיסע יחידים, װאס האבן א פראבלעם געהאט צורעדן אפן אין עכטן קאװע צימער פון שוהל, ממילא זענען אונז, אלע אנדערע ניקס, נאר אזעלכע פּאָנדלעך, פױערן, זײ צו אונטערהאלטן און געבן א פלאטפארמע. װאספארא רשות גיבט עס זײ אז װען זײ זענען פעד אָפּ דערפון, מעגן זײ זיך אפטראגן נישט אײדער'ן װאנדאלאזירן דער סײט, עדיטן און רעסטריקטען אנדערעמ'ס װערק ס'זאל דינען זײערע פחדים, אנדערע װעלן עס אָנרופן פּאַראַנױע, און אזױ ארום פארשװערן דאס לײענען פאר א קומענדיגע דור?
פארװאס מעג איך נישט האבן צוטריט צו מײנע הודעות געשריבן אין מאחורי? פארװאס מעג איך נישט טארן איבערלײענען די שמועסן װאס איך האב געהאט מיט די NAMELESS ניקס און קענען לײכט װידער רע-קאָנסטראקטן און פאלױען די קאנװערזײשאָנס, אהן זיך מיטשען? פארװאס, אױב איך געדענק װער ס'איז געװען װער, זאל איך נישט טארן דא רעקארדירן פאר פּראָספּעריטי, װער ס'איז געװען װער, אָהן אױפדעקן די עכטע מענטשן אונטער זײ? װי איז נאך װען אפילו אזױ איז שװער צוריקצוגײן און אידענטיפיצירן װער פון די NAMELESS איז װער? סױרטשינג איז געבליבן די זעלבע שװער און אוממעגליך.
אױב זײ האבן זיך נישט גענוג אפגעהיטן איז עס קײנעם'ס פראבלעם נישט, נאר זײער אײגענע. דערפאר האבן זײ געקענט נוצן מיליאנע ניקים יעדער אײנער, זײ האבן געהאט די אפציע פון שרײבן מיט א שערד Anonymous ניק, און זײ האבן אפילו געקענט טױשן ניק נעמען פון אײן מינוט אױף דאס אנדערס אָהן קײנעם מודיע זײן - װי דער משל פון @שש משזר מיט @אדנירם. װי װײט עקסטרים דארף מען גײן מיט גילוי? אלעס האט דאך א שיעור.
חוץ טאמער רעדט מען פון אזא ניק װי @פארמעגליך װאס האט ארױסגעגעבן שונד-בלעטער אױף אײנע פון די סאטמאר רביס - און אױף צענדליגע מענטשן מיט עכטע נעמען און שמוציגע CVs ביהײנד זײ - אדער אזעלכע ניקס װי לעיקװאד װאס האבן זיך אפיציעל מגלה געװען אױף דער סײט און איז נאך הײנט אין די פובליק אײַ, איז מײן איך קײנער נישט אינטרעסירט הײנט צו װיסן און גרובן װער ס'איז געװען יאנקל אדער קופערניקוס אזױ װי קײנער איז נישט אינטרעסירט הײנט װער עס איז בדק_בית אדער מײמוני, צו סײ װער אנדערש, אױף הײד פארק צו בחדרי חרדים למשל.
די סײט איז כהיום אונ-אקטיװ, די ניקס זענען אונ-אקטיװ, ס'איז שױן אריבער 10-15 יאר פון דעמאלס, ס'איז היסטערי װי מ'זאגט. איך פארשטײ באמת נישט פארװאס מען דארף חושש זײן איבער די גבול?