חומש "תורה ברורה" (משה יהודה לייביש באב"ד)

עס איז זיכער ארויסגעקומען פריער, איך געדענק ווי עטליכע פון מיינע מלמדים האבן עס געהאט און אין תש"ע בין איך שוין לאנג נישט געווען אין חדר.

אמת. משה לייבוש פלעגט עס אויסגעבן אלץ קונטריסים שוין יארן פאר דעים, עס איז געווען אזוי אומאפציעל אז עס האט ניטאמאל געהאט א נאמען, מען האט עס גערופן ״די באב״ד חומש״ אויב געדענק איך גוט האט מען דעמאלטס געהאט גערעדט אז ער האט געארבעט כמעט צוואנציג יאר אויף דעים.
אבער אלץ אפציעלע ספר וואס ווערט פארקויפט אויפן גאס איז געווען בערך תש״ע און דעמאלטס איז געווארן די מערכה אקעגן עם.
 
עס איז שוין דא היינט א לשון קודש'דיגע מהדורה פון דעם חומש
 
@שושני ווי קומט שבת צו געשטערט אויב די קענסט אים מסביר זיין ווייל איך גלייב מר. באבאד דרייט זיך נישט אויף קרעמל זיך צו ערקלערן
איך האב דאס נישט ביי מיר.

אויף וויפיל איך געדענק טענה'ט ער אז רוהן איז נח.
וינח
טייטשט "און ער האט גערוהט", משא"כ ויִשְׁבּוֹת מוז מיינען עפעס אנדערש. מער ענליך צו שטערן פון וואס מען טוט פארדעם

נח, הנחה, וינח, אד"ג = רוען, אפרוען, דאס עצם אקט פון רוען (resting בלע"ז).

וישבות, שבת, שבתון, אד"ג = געשטערט, אפגעשטעלט, סטאַפּ בלע"ז.

***
ביי די אנדערע צוויי וואס איך האב געברענגט האט ער זיך געשטעלט אויף וויכטיגע זאכן וואס מאכן א גרויסע חילוק. לגבי דעם איז עס מיין איך זיין OCD. ס'מאכט נישט קיין עכטע חילוק. ס'מיינט די זעלבע, ער האט נאר געזוכט צו טרעפן די בעסטע אידישע איבערזעצונג וואס זאל זיין אנדערש ווי רוען/הנחה.
 
נאך א חשובע ניק שרייבט מיר פריוואט:

מלשון, שבת משוש לבנו...
און ס'איז מסתם דא נאך.
 
אין סאטמער קליימער האט איינער עס אריינגעווארפן אין מקווה.
אין סאטמער וומס״ג האט מען אריינגעווארפן אויך artscroll גמרא אין מקוה - פון פריוואטע מענטשן

(געהערט פון א קנאי וואס האט עס דערציילט מיט שטאלץ. כאטש ער האט עס נישט געטון איז ער געווען proud)
וואס? זיי האבן עס געוואלט מטהר זיין במקוה?.... :ROFLMAO:
 
Back
Top