איך האב דאס נישט ביי מיר.
אויף וויפיל איך געדענק טענה'ט ער אז רוהן איז נח.
וינח טייטשט "און ער האט גערוהט", משא"כ ויִשְׁבּוֹת מוז מיינען עפעס אנדערש. מער ענליך צו שטערן פון וואס מען טוט פארדעם
נח, הנחה, וינח, אד"ג = רוען, אפרוען, דאס עצם אקט פון רוען (resting בלע"ז).
וישבות, שבת, שבתון, אד"ג = געשטערט, אפגעשטעלט, סטאַפּ בלע"ז.
***
ביי די אנדערע צוויי וואס איך האב געברענגט האט ער זיך געשטעלט אויף וויכטיגע זאכן וואס מאכן א גרויסע חילוק. לגבי דעם איז עס מיין איך זיין OCD. ס'מאכט נישט קיין עכטע חילוק. ס'מיינט די זעלבע, ער האט נאר געזוכט צו טרעפן די בעסטע אידישע איבערזעצונג וואס זאל זיין אנדערש ווי רוען/הנחה.