הוצז"ל - א תורה'דיגע ניכטערע בליק

אפענער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 17, 2024
מעסעדזשעס
2,262
רעאקציע ראטע
8,728
פונקטן
1,193
שטייענדיג אין די ימי השובבים, וואס - כאטש וואס שובבים ארגינעל האט נישט קיין שייכות מיט הוצאת זרע לבטלה, אבער - זייט דער אר"י איז דאס געווארן א צייט וואס מ'איז עוסק אין דעם איסור. דערפאר איז דאס א פאסיגע צייט צו רעדן דערפון.

אויף א בלאג מיטן נאמען Rationalist Medical Halacha (ראציאנאליסטישע מעדיצינישע הלכה) האט דער שרייבער פונעם בלאג געלאזט לויפן א סעריע ארטיקלען איבער דעם עס ארומענעמענדיג פון א ראציאנאלע אבער תורה'דיגע בליק. און דאס איז א גוטע פתח צו עפענען די סוגיא מיט א קלארקייט. דעפאר האב איך מיר גענומען די מיה צו איבערטייטשן די ארטיקלען אויף אידיש פאר אונזערע היימישע ברודער צו ברענגען א קלארקייט און פארשטאנד אין דעם נושא.
 
חלק א - איבערגעטייטש פון דא

מאסטורבאציע און "הוצאת זרע לבטלה"​


כ'האב באקומען פילע בקשות צו באהאנדלען פארשידענע סוגיות אין הלכה פון א ראציאנאליסטישן קוקווינקל. אבער די מערסטע פארלאנגט איז אן קיין ספק געווען צו רעדן איבער מאסטורבאציע און "הוצאת זרע לבטלה". דאס איז מיר אין אנפאנג געווען זייער איבערראשנד, אבער נאכ'ן טראכטן אביסל איבער די אימעילס און וואס מענטשן האבן געשריבן, איז מיר אויסגעקומען אז דאס איז ווארשיינליך איינס פון די וויכטיגסטע, אבער ווייניגסט-דיסקוסירטע, נושאים וואס אפעקטירן היימישע אידן און זייער סאציאלע און עמאציאנאלע געזונט-צושטאנד.

די איינפלוס פון די נושא אויף דעם סעקסואלן, עמאציאנאלן און סאציאלן וואוילזיין פונעם היימישן אידישן מאן, ווי ער וואקסט אונטער פון קינדהייט, יוגנט, ביז צו ערוואקסנקייט, קען נישט גענוג ארויסגעברענגט ווערן. (איך רעד דא ספעציפיש פון מענער'ס מאסטורבאציע, ווייל דאס איז א הלכה'דיגער בלאג, און עס איז נישט פארהאן קיין ברייטע דיסקוסיע איבער פרויען'ס מאסטורבאציע אין די הלכה'דיגע מקורות. עס איז אוודאי א זייער וויכטיגע נושא פאר זיך, אבער וויבאלד איך בין נישט קיין סעקס-טעראפיסט אדער א סאציאלער-וויסנשאפטלער, וועל איך דאס דא נישט באהאנדלען). די אלגעמיינע איינפלוס פון דעם ענין אויפ'ן היימישן ציבור איז עפעס וואס איך בין נישט קאמפעטענט צו מעסטן, אבער עס מוז זיין זייער באדייטנד. פארשטייט זיך אז דער היימישער מאן האט די זעלבע סעקסואלע פראבלעמען ווי יעדער אנדערער מענטש, איד צי נישט, אבער עס זענען פארהאן עטליכע פאקטארן וואס זענען אייגנארטיג צו אונזער געמיינדע, וואס מאכן דאס פאר א נושא וואס פאסט טאקע פאר אזא בלאג ווי דעם.

פאקטאר איינס​

דער היימישער אידישער ציבור האלט זיך צוריק פון רעדן איבער ענינים פון א סעקסואלן נאטור. לכאורה, ווערט דאס אפט בארעכטיגט מיט טענות אז צו רעדן פון די נושאים ברבים איז אן עבירה אויף די יסודות פון צניעות. די טענה האט פארשטייט זיך א געוויסע ריכטיגקייט, אזוי לאנג ווי די נושא ווערט נישט גענצליך איגנארירט און אז אנדערע, מער "פריוואטע" סארטן, הדרכה וואלטן צוגעשטעלט געווארן פאר אונזער יוגנט. ליידער, צוליב דעם וואס מען רעדט נישט פון די זאכן ברבים, איז פארהאן ווייניגער הדרכה פאר די יוגנט, זיי ווייסן אפט נישט וואו זיך צו ווענדן פאר אמת'ע עצות, און די עצות וואס ווערט געגעבן, אין די ווייניג פעלער ווען עס ווערט יא געגעבן, איז אפטמאל, בלשון המעטה, נישט ריכטיג אינפארמירט.

פאקטאר צוויי​

עס איז פארהאן אן איסור קעגן מאסטורבאציע, על כל פנים קעגן מענער'ס מאסטורבאציע – דער באקאנטער הלכה'דיגער איסור פון "הוצאת זרע לבטלה". ווען א נארמאלע מענטשליכע פעולה ווי מאסטורבאציע ווערט פארבאטן, קען דאס זיין אן אורזאך פאר א געוואלדיגן שולד-געפיל און בושה פאר אן היימישן יונגערמאן וואס איז נישט באקאנט מיט נארמאלער סעקסואלער אנטוויקלונג, און ווייסט נישט וואו ער קען זיך ווענדן פאר הילף. ביז 80% פון נארמאלע יונגע בחורים (טינעידזשערס) מאסטורבירן, און אפילו אויב די נומערן וואלטן געווען אנדערש ביי היימישע בחורים, איז נאך אלץ זיכער פארהאן א גרויסער פראצענט בחורים וואס טוען דאס יא. די מאסיווע פסיכאלאגישע ווירקונג פון דעם אז ביז 80% פון אונזערע קינדער זענען פארנומען אין אן אקטיוויטעט וואס זיי ווייסן פון די תורה אז עס איז אן עבירה, מוז זיין געוואלדיג. איך בין נישט קיין סאציאל-פסיכאלאג, אבער איך ווייס פון מיין אייגענער ערפארונג, אויפוואקסנדיג אין דעם סביבה, און פון די ווייניג מענטשן וואס האבן געהאט די קוראזש אפן צו רעדן דערוועגן, אז די נושא איז אויסערגעווענליך וויכטיג.

פאקטאר דריי​

די נטיה צו א מער מיסטישן פארשטאנד פון אונזער רעליגיע, און אוועק פון א מער ראציאנאליסטישן בליק, איז עפעס וואס די ליינער פון דעם בלאג זענען באקאנט דערמיט. יעדער וואס האט נאר אביסל א באקאנטשאפט מיט די נושא פון מאסטורבאציע אין אידישער ליטעראטור ווייסט אוודאי פון די פארבינדונג צווישן די חומר פונעם "חטא" פון מאסטורבאציע און די מיסטישע מקורות פון אידישקייט (קבלה). כאטש עס זענען קלאר פארהאן "מעינסטריעם" הלכה'דיגע מקורות פאר דעם איסור (וואס מיר וועלן באהאנדלען אין דעטאל אין די קומענדיגע ארטיקלען), נעמען די ספרי קבלה די נושא און פארוואנדלען עס אין איינע פון די גרעסטע עבירות מיט א קאסמישער וויכטיגקייט, פיל ווייטער ווי וואס די מעינסטריעם הלכה זאגט. דאס קען זיין א הויפט אורזאך פאר יאוש פאר בחורים וואס ראנגלען זיך מיט דעם פראבלעם, בפרט אז זיי זענען אויך די וואס זענען די ווייניגסטע אויסגעשטאט צו פארשטיין און אונטערשיידן צווישן אמת'ע הלכה און שרעקעדיגע סטראשונקעס אין מיסטישע ספרים.

פאקטאר פיר​

אויב געדענקט איר פון גאר אנפאנג פון דעם בלאג, האב איך דיסקוסירט דעם "היסטארישע-קארופציע פרינציפ". דער פרינציפ איז אויסערגעווענליך רעלעוואנט צו אונזער דיסקוסיע. דאס איז ווייל אזויפיל פון דעם הלכה'דיגן שמועס איבער מאסטורבאציע איז באזירט אויף די ווערק פון מיטל-אלטערליכע פוסקים וועלכע זענען געווען שטארק באאיינפלוסט פון די גלויבונגען פון זייער צייט בנוגע די געזונט-"סכנות" פון "הוצאת זרע לבטלה". דאס צו פארשטיין איז קריטיש וויכטיג פאר יעדן ראציאנאליסטישן שמועס איבער די נושא. אבער, היינטיגע היימישע בחורים ווערן אפט געלערנט אין ישיבה אז א היסטארישע אנאליז וואס פארבינדט דעם הלכה'דיגן פראצעס מיט סיי וועלכע פארבינדונג צו דעמאלטדיגע וויסנשאפטליכע און קולטורעלע פארשטאנד איז נישט ווייניגער ווי ריינע כפירה. ממילא וועט א היימישער בחור אפטמאל טאקע גלייבן אז ער פארניכטעט זיין מוח און זיין חיות ווען ער מאסטורבירט, ווייל אזוי שטייט אין די "ספרים", און ער וואלט נישט געקענט פארשטיין אז די זאכן זענען אפטמאל געווען פשוט אין פולן איינקלאנג מיט די "וויסנשאפטליכע" גלויבונגען פון די צייט ווען זיי זענען געשריבן געווארן. דאס לייגט צו צום שולד-געפיל און צומישעניש פונעם אומגליקליכן און אומגעליינטן יונגט פון אונזער צייט.

פאקטאר פינף​

די באדייט פון דעם געדאנק אז אידן זענען אן "עם הנבחר" ווערט היינט אפט אויסגעטייטשט אז אידן זענען אינווייניג עפעס אנדערש ווי יעדער איינער. דר. מנחם קעלנער האט דעמאנסטרירט אין זיינע פילע וויסנשאפטליכע ווערק, אז ראציאנאליסטישע דענקער ווי דער רמב"ם האבן געהאט א דראמאטיש אנדערן בליק אויף די באדייט פון דעם וואס אידן זענען אן "עם הנבחר". אבער דער גלויבן אז אידן זענען אינעווייניג אנדערש איז א פארשפרייטער געדאנק אין פילע היימישע קרייזן היינט. דאס פירט צו חשד בנוגע וויסנשאפטליכע און קולטורעלע שריפטן וואס טייל היימישע יונגעלייט קענען אמאל אונטערקומען. ממילא, דער זעלטענער היימישער בחור וואס באגעגנט זיך יא צופעליג מיט אן ארטיקל, אדער אפילו א טעראפיסט, א לערער, אדער א דאקטער וואס קען אים געבן נארמאלע הדרכה איבער די נושא, קען דאס אפטמאל אפווארפן צוליב די חשדות.

פאקטאר זעקס​

דער טאבו קעגן ליינען וועלטליכע ביכער און ארטיקלען, בפרט אזעלכע וואס האבן צו טון מיט סעקסואלע ענינים, מאכט עס ווייניגער און ווייניגער ווארשיינליך אז א היימישער יונגערמאן זאל אמאל האבן די שאנס זיך צו באגעגענען מיט פאראנטווארטליכע שריפטן איבער נארמאלע סעקסואלע אויפפירונג. דאס ביסל סעקסואל-פארבינדענע מאטריאל וואס א היימישער בחור קען יא זען וועט אפטמאל זיין אומפאסיג און פארפירעריש, און אמאל פשוט פארנאגראפיש און פאטענציעל געפערליך פאר זיין געזונטער סעקסואלער אנטוויקלונג. דאס מאכט עס שווער פאר'ן טיפישן "ישיבה בחור" צו פארשטיין וואס איז וויסנשאפטליך און פאראנטווארטליך, און וואס איז געפערליך און אומגעזונט.


עס איז פארהאן נאך וואס צו שרייבן אין דעם אריינפיר ארטיקל, אבער איך מיין אז איך האב גענוג קלאר געמאכט פארוואס דאס איז א ספעציעלער פראבלעם פאר א היימישן אידישן מאן וואס וואקסט אויף אין די היינטיגע היימישע וועלט. איך מיין אז עס איז קלאר אז די סעקסואלע געזונט און אנטוויקלונג פון די מענער אין אונזער געמיינדע האט א טיפע און שטארקע איינפלוס אויף די אלגעמיינע געזונט פון אונזער ציבור. וויבאלד איך בין נישט קיין סאציאל-וויסנשאפטלער, וועל איך אויסוועלן נישט אריינצוגיין אין דעטאלן איבער דעם סארט איינפלוס וואס דאס האט אויף אונזער געזעלשאפט. איך האף אז איר זענט מיט מיר צום ווייניגסטנס מסכים אז דאס איז אן אויסערגעווענליך וויכטיגע נושא, און אז א ראציאנאליסטישער הלכה'דיגער צוגאנג קען זיין זייער נוצבאר פאר'ן ראציאנאליסטישן איד.
 
כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו!!!
@אפענער זאלסט זיין געבענשט פארן געבן פון דיין צייט פאר עפעס וואס קען אסאך העלפן היינט און לדורות הבאים!!!

ווען קרעמל איז אפן נאר פאר דעם שנירל דיינו!
 
די הקדמה איז די נשמה פון די מאמר, וואס קומט נאך איז א פארברייטערונג פון די נושא און פון וואס עס גידארפט געזאגט ווערן , פתח פיך ויאירו דבריך
 
אפענער זיי מזכה כלל ישראל צו ענדיגן אזא וויכטיגע נושא וואס אזויפיל טויזענטע יונגע ואני בתוכם מוטשענען זיך (הגם im in the mid 20s ) איז א חלק פון די תיקון העולם, לאז נישט די שטן זעך אריינמישן!
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
חלק ב - איבערגעטייטשט פון דא

מקורות אין די תורה און די מעשה פון אונן​


ווען מ'קומט צו רעדן פון אזא ברייטע נושא ווי מאסטורבאציע אין הלכה, איז שווער צו וויסן פון וואנעט אנצוהייבן. דערפאר איז די בעסטע וועג אנצוהייבן פון די ערשטע עיקר'דיגע פסוקים אין די תורה וואס רעדן דערפון, און דאס איז די מעשה פון אונן אין די תורה. דאס איז די ערשטע און מערסט מפורש'דיגע דערמאנונג פון "הוצאת זרע לבטלה" אין די תורה, און יעדע זוך פאר א מקור אין די תורה פאר דעם איסור מוז זיך דא אנפאנגען.

איך האב במשך די יארן געזען אז ס'איז כדאי איינצוטיילן יעדע לימוד פון א פרשה אין די תורה אין צוויי באזונדערע חלקים. עס איז דא וואס איך וועל אנרופן "פרשנות" און וואס איך וועל אנרופן "הלכה'דיג". איך ווייס אז פילע טראדיציאנאלע מקורות האבן ליב צו רעדן פון "פרד"ס", וואס צעטיילט די באדייט פון יעדן פסוק אויף פיר קאטעגאריעס: פשט – דער פשוט'ער טייטש, רמז – באדייטונגען וואס זענען נאר א רמז אבער נישט מפורש, דרוש – געווענליך מוסר'דיגע געדאנקען וואס מ'קען ארויסלערנען פונעם פסוק, און סוד – וואס מיינט געווענליך באהאלטענע קבלה'דיגע באדייטונגען. אבער, איך האלט אז ס'איז מער ניצבאר צוזאמצונעמען אלע פיר קאטעגאריעס אין איינס און דאס אנרופן "פרשנות".

פרשנות אין מיין סיסטעם מיינט די גאנצע וועלט פון ליטעראטור וואס לערנט און טייטשט דעם פסוק. דאס נעמט אריין א ריזיגע אויסוואל פון סטילן, מסורות, און מהלכים. די אויסוואל גייט פון קבלת האר"י ביז די ראשונים וואס זענען געגאנגען מיטן שכל, און ביז וויסנשאפטליכע און היסטארישע פארשונגען.

הלכה'דיג באציט זיך ספעציפיש צו וויאזוי א פסוק ווערט גענוצט ארויסצולערנען דערפון למעשה'דיגע הלכה. דאס גייט געווענליך אויפ'ן באקאנטן אנגענומענעם סדר פון די פירושים אין די גמרא צו די ראשונים, רמב"ם, אחרונים, טור, שולחן ערוך, פוסקים, שאלות ותשובות, וכו'.

איך וועל אנפאנגען מיט אן אנאליז פון די "פרשה" פון אונן פון א "פרשנות" שטאנדפונקט. פארשטייט זיך אז ס'איז אוממעגליך צו באהאנדלען די (אדער סיי וועלכע) פרשה אין די תורה אויף אן אופן וואס נעמט ארום אלעס דא אויף דעם בלאג אין אזא פאוסט. אבער, איך האף יא צו געבן אן אלגעמיינעם טעם וויאזוי די פרשה איז און קען ווערן אויסגעטייטשט און ערקלערט פון עטליכע הויפט שטאנדפונקטן. איך וועל פארשטייט זיך אנפאנגען מיט פשוט'ן פשט. מיט "פשט" מיינט מען דאס פשוט'ע ליינען פונעם טעקסט, לויט דעם כלל "אין מקרא יוצא מידי פשוטו".

דער בעסטער באהאנדלונג וואס איך האב נאר געזען פון די פרשה פון א "פשט" שטאנדפונקט, געפינט זיך אינעם דאקטאראט טעזיס פון שילה פכטר מיטן נאמען "שמירת הברית", וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעצעמבער 2006.

צוזאמצונעמען זיין מהלך, דורכליינען די פרשה מאכט קלאר אז די תורה פרובירט צו אונטערשטרייכן די וויכטיקייט פונעם המשך און קיום פון די משפחה'ס אפשטאם. די חטא פון אונן איז געווען קלאר, לויט'ן פסוק, צוליב דעם וואס ער האט נישט געוואלט צולייגן א האנט אויפצושטעלן א נאמען פאר זיין פארשטארבענעם ברודער. דערפאר האט ער "משחית געווען זיין זרע" אנשטאט צו לאזן תמר ווערן טראגעדיג. די איבעריגע פרשה גייט ווייטער מיט דעם געדאנק, און צייגט ווי דער אויבערשטער'ס פלאן ארויסצוברענגען די צוקונפטיגע מלכי ישראל, און אפילו משיח אליינס, איז ווייטער אנגעגאנגען דורך יהודה און תמר. דער חטא פון אונן לויט פשט, איז דעריבער געווען אז ער האט נישט געוואלט טון זיין טייל אין דער פארזעצונג פון זיין פאמיליע'ס נאמען און מיסיע.

ווייטער וויל איך דערמאנען דעם קבלה'דיגן צוגאנג צו דער פרשה. אין דעם אנאליז, גלייב איך אז דער צוגאנג איז בפרט וויכטיג. דאס איז ווייל איך גלייב אז די השפעה פון קבלה אויף וויאזוי דער הלכה'דיגער צוגאנג צו מאסטורבאציע האט זיך אנטוויקלט איז געווען זייער גרויס. ווי מיר וועלן ווייטער אריינקריכן אין דעם נושא, האף איך דאס צו באווייזן.

דער קבלה'דיגער צוגאנג איז פארשטייט זיך אדורך פילע גילגולים במשך די יארן, קבלת האר"י, חסיד'ישע צוגאנגען (סיי חב"ד און סיי "נישט-חב"ד"), און אנדערע שיטות אין קבלה. אבער, אלע הייבן זיך אן מיטן יסוד'דיגן ספר פון קבלה, דער זוהר. וועל איך דא ברענגען מיין אייגענעם איבערטייטש פון די ווערטער פונעם זוהר אויף דער פרשה. איך טו בכלל נישט טראכטן אז דאס איז אפילו נאנט צו א פולן אנאליז פון די פרשה פון אונן אין די מקורות פון קבלה. אבער, איך גלייב אז עס וועט זיין אויסערגעווענליך קלאר פון אנהייב אן וויאזוי דער זוהר, און כמעט אלע קבלה'דיגע ספרים וואס גייען אין זיינע טריט, קוקן אן די באדייט פון די חטא פון אונן.

"וירע בעיני ה' אשר עשה וימת גם אותו" (בראשית לח:י) … ותא חזי, בכל אינון חובין דאסתאב בהו בר נש בהאי עלמא, דא איהו חובא דאסתאב ביה בר נש יתיר בהאי עלמא ובעלמא דאתי, מאן דאושיד זרעיה בריקניא, ואפיק זרעא למגנא בידא או ברגלא ואסתאב ביה, כמה דאת אמר (תהלים ה ה) כי לא אל חפץ רשע אתה לא יגורך רע, בגין דא לא עאל לפרגודא, ולא חמי סבר אפי עתיק יומין, כמה דתנינן כתיב הכא לא יגורך רע, וכתיב ויהי ער בכור יהודה רע בעיני יהו"ה, ובגין כך כתיב (ישעיה א טו) ידיכם דמים מלאו. (ח"א קפח ע"א).

דא איז מיין איבערטייטש:

"וירע בעיני ה' אשר עשה וימת גם אותו" (בראשית לח:י) ... קום און זע, פון אלע עבירות וואס א מענטש קען זיך מטמא זיין אויף דער וועלט, איז דאס די עבירה מיט וואס א מענטש קען זיך די מערסטע מטמא זיין, סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט. דער וואס איז מוציא זרע לבטלה, און איז מוציא זרע מיט זיין האנט אדער פיס און איז זיך מטמא דערמיט. ווי ס'שטייט (תהלים ה:ה) 'כי לא א-ל חפץ רשע אתה לא יגורך רע'. דערפאר וועט ער נישט אריינגין אין די מחיצה און נישט זעהן די שיינעדיגע פנים פונעם "עתיק יומין" (די גילוי השכינה וואס די צדיקים וועלן זען לעולם הבא), אזויווי מיר האבן געלערנט: ס'שטייט דא 'לא יגורך רע' און ס'שטייט אויך (בראשית לח:ז) 'ויהי ער בכור יהודה רע בעיני ה'' (דא מאכט דער זוהר די הנחה אז דער חטא פון ער איז געווען די זעלבע ווי דער חטא פון זיין יינגערן ברודער אונן – וואס די תורה זאגט נישט קלאר, אבער דער זוהר – און דער גמרא אויך, ווי מיר וועלן זען – מאכן די הנחה). וועגן דעם שטייט אויך געשריבן (ישעיהו א:טו) 'ידיכם דמים מלאו'."

דער זוהר מאכט עטליכע הנחות און טענות וואס זענען בכלל נישט קענטיג אין די פסוקים פון די תורה, אבער דאס פארעמט דעם יסוד פון אלע שפעטערדיגע קבלה-באאיינפלוסטע פארשטאנדן פון דער פרשה. דער זוהר נעמט אן אז:

  1. די חטא פון אונן איז די עבירה פון "הוצאת זרע לבטלה" (אנדערש ווי די חטא פון נישט וועלן ממשיך זיין די משפחה'ס נאמען אדער אן אנדער הסבר).
  2. די חטא פונעם עלטערן ברודער ער (וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט אין די תורה) איז אויך די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה.
דער זוהר מאכט אויך די פאלגנדע טענות:

  1. די טעם פאר די עבירה פון הוצאת זרע איז אז עס איז גלייך ווי רציחה.
  2. איינער וואס איז שולדיג אין הוצאת זרע האט נישט קיין חלק אין עולם הבא.
איבעריג צו זאגן, די הנחות און טענות זענען גאר שטארק. פאר די שיטות אין אידישקייט וואס זענען שטארק באאיינפלוסט געווארן פונעם זוהר, וואס דאס נעמט אריין אויף פארשידענע וועגן רוב פונעם היינטיגן מעינסטריעם הלכה'דיגן אידנטום, האט דאס געהאט א זייער שטארקע השפעה אויף וויאזוי מאסטורבאציע ווערט באטראכט און וויאזוי די מעשה פון אונן ווערט אויסגעטייטשט.

איך וויל יעצט צוריקגיין צום ענין פון פשט, אבער דאס נעמען אביסל טיפער. כאטש דער פעכטער טעזיס וואס איך האב דערמאנט נעמט דעם צוגאנג פון אן אנאליז פונעם טעקסט אליינס, איז פארשטייט זיך פארהאן א ריזיגע און רייכע מסורה פון מפרשים וואס טייטשן דעם טעקסט לויט זיין פשוט'ן באדייט. איך מיין אז ס'איז קלאר פאר יעדן וואס לערנט תורה מיט די טראדיציאנאלע מפרשים אז יעדער פירוש האט א צוגאנג וואס איז באאיינפלוסט פון פילע פאקטארן, אריינגערעכנט די גמרא, מדרש, הלכה, פארשידענע פילאזאפישע שיטות, קבלה, און אנדערע היסטארישע פאקטארן.

דער מערסט באקאנטער און מערסט איינפלוסרייכער איז פארשטייט זיך רש"י, וואס ניצט כסדר די גמרא, מדרש, און הלכה אין זיינע פירושים אויף פשט. דערפאר, אין די מוחות פון רוב ליינער פון דעם בלאג, בלייבט רש"י'ס פירוש אויף דער פרשה די מערסט באקאנטע הסבר פון די לימודים פון די מעשה פון אונן.

צוזאמצונעמען רש"י, די חטא פון ער איז געווען אז ער האט נישט געוואלט אז זיין ווייב'ס שיינקייט זאל פארמיאוס'ט ווערן דורך א שוואנגערשאפט, און דערפאר האט ער משחית געווען זיין זרע אנשטאט האבן תשמיש אויפ'ן נאטורליכן אופן. רש"י'ס מקור איז די גמרא אין יבמות, און מיר וועלן דערין אריינגיין שפעטער אין דעם בלאג בהרחבה. דאס איז א קלאסישער ביישפיל וויאזוי רש"י ניצט אן אויסטייטש פון די גמרא צו מסביר זיין דעם פשוט'ן פשט אין פסוק. רש"י, אין זיין געווענליכן סטיל, ניצט די גמרא צו ערקלערן דעם פשוט'ן פשט פונעם פסוק, אפילו וואס דער פסוק זאגט נישט גארנישט בפירוש וועגן תמר'ס שיינקייט אדער אז ער האט משחית געווען זיין זרע.

פילע אנדערע באקאנטע מפרשים גייען אין רש"י'ס טריט ווען זיי טייטשן די חטא פון ער, אריינגערעכנט דער רשב"ם און אנדערע. אבער, ס'איז מערקבאר, אז דער רמב"ן טייטשט בפירוש אז די תורה זאגט נישט וואס די חטא פון ער איז געווען, און לאזט עס אפן פאר פירושים. אבן עזרא, רמב"ן, און פילע אנדערע פאקוסירן אויף די חטא פון אונן אלס די רצון נישט צו ממשיך זיין זיין ברודער'ס משפחה'ס נאמען, וואס האלט זיך אסאך נענטער צום פשוט'ן פשט פונעם טעקסט. זיי קלויבן אויס בכלל נישט צו רעדן פון די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה ווען זיי טייטשן די פרשה, וויבאלד ס'איז נישט נויטיג צו פארשטיין דעם טעקסט. דער רמב"ן גייט יא אריין אין די טיפעניש מסביר צו זיין די סודות'דיגע באדייט פון די מצות יבום אין ממשיך זיין דעם ברודער'ס נאמען. כאטש ער פארט אריין טיף אין א סודות'דיגן נושא, בלייבט ער נאך אלץ אינערהאלב דעם פשוט'ן פשט פונעם טעקסט וואס דערמאנט טאקע אז אונן האט געזינדיגט אין דעם וואס ער האט נישט געוואלט מקיים זיין די מצוה.

צוזאמצונעמען: אין דעם פאוסט האב איך פרובירט ארויסצוברענגען עטליכע צוגאנגען וויאזוי צו לערנען די מעשה פון אונן. איך האב באוויזן אז א פשוט'ע קריאה פון די תורה זאגט גארנישט וועגן די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה, אבער אז פארשידענע מסורות האבן ארויפגעלייגט די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה אויף דער פרשה כדי צו ערקלערן די מעשה. רש"י האט גענוצט די גמרא און דעם הלכה'דיגן מהלך צו ערקלערן די מעשה, און דער זוהר האט גענוצט זיין פארשטאנד פון די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה כדי צו ערקלערן די פרשה. רמב"ן און אבן עזרא האבן גענוצט דעם פשוט'ן פשט פונעם טעקסט און האבן נישט גענוצט ניטאמאל די גמרא אדער מדרשים'דיגע מקורות כדי צו פארשטיין דעם טעקסט.

איך בעט אייך צו האבן געדולד ווי מיר גייען אדורך דעם נושא. עס זענען פארהאן פילע אנדערע פארגעשלאגענע מקורות פאר דעם איסור וואס מיר וועלן זיך באגעגענען ווי מיר גייען אדורך דעם הלכה'דיגן אנאליז, און א הלכה'דיגער אנאליז פון דער פרשה וועט נאכפאלגן. פאר די וואס זענען באקאנט מיט מיין סטיל, ווייסט איר שוין אז איך וועל פרובירן נישט איבערצולאזן קיין שטיין אומגעדרייט, אבער עס נעמט צייט. איך נעם גערן אן הערות, קריטיק, וכו', ווייל איך האלט אז ס'איז א געוואלדיגע מקור פון אינפארמאציע, קעגנזייטיגע מחשבות, און מיינונגען. וואס איר זאגט מיר האט א שטארקע השפעה אויף מיין דענקען, וויבאלד איך פרוביר אלעמאל צו האלטן אן אפן מוח.

אינעם קומענדיגן פאוסט פלאן איך צו רעדן איבער די ענינים פון טומאה וטהרה – און איר השפעה אויפ'ן איסור פון הוצאת זרע לבטלה.
 
חלק א - איבערגעטייטש פון דא

מאסטורבאציע און "הוצאת זרע לבטלה"​


כ'האב באקומען פילע בקשות צו באהאנדלען פארשידענע סוגיות אין הלכה פון א ראציאנאליסטישן קוקווינקל. אבער די מערסטע פארלאנגט איז אן קיין ספק געווען צו רעדן איבער מאסטורבאציע און "הוצאת זרע לבטלה". דאס איז מיר אין אנפאנג געווען זייער איבערראשנד, אבער נאכ'ן טראכטן אביסל איבער די אימעילס און וואס מענטשן האבן געשריבן, איז מיר אויסגעקומען אז דאס איז ווארשיינליך איינס פון די וויכטיגסטע, אבער ווייניגסט-דיסקוסירטע, נושאים וואס אפעקטירן היימישע אידן און זייער סאציאלע און עמאציאנאלע געזונט-צושטאנד.

די איינפלוס פון די נושא אויף דעם סעקסואלן, עמאציאנאלן און סאציאלן וואוילזיין פונעם היימישן אידישן מאן, ווי ער וואקסט אונטער פון קינדהייט, יוגנט, ביז צו ערוואקסנקייט, קען נישט גענוג ארויסגעברענגט ווערן. (איך רעד דא ספעציפיש פון מענער'ס מאסטורבאציע, ווייל דאס איז א הלכה'דיגער בלאג, און עס איז נישט פארהאן קיין ברייטע דיסקוסיע איבער פרויען'ס מאסטורבאציע אין די הלכה'דיגע מקורות. עס איז אוודאי א זייער וויכטיגע נושא פאר זיך, אבער וויבאלד איך בין נישט קיין סעקס-טעראפיסט אדער א סאציאלער-וויסנשאפטלער, וועל איך דאס דא נישט באהאנדלען). די אלגעמיינע איינפלוס פון דעם ענין אויפ'ן היימישן ציבור איז עפעס וואס איך בין נישט קאמפעטענט צו מעסטן, אבער עס מוז זיין זייער באדייטנד. פארשטייט זיך אז דער היימישער מאן האט די זעלבע סעקסואלע פראבלעמען ווי יעדער אנדערער מענטש, איד צי נישט, אבער עס זענען פארהאן עטליכע פאקטארן וואס זענען אייגנארטיג צו אונזער געמיינדע, וואס מאכן דאס פאר א נושא וואס פאסט טאקע פאר אזא בלאג ווי דעם.

פאקטאר איינס​

דער היימישער אידישער ציבור האלט זיך צוריק פון רעדן איבער ענינים פון א סעקסואלן נאטור. לכאורה, ווערט דאס אפט בארעכטיגט מיט טענות אז צו רעדן פון די נושאים ברבים איז אן עבירה אויף די יסודות פון צניעות. די טענה האט פארשטייט זיך א געוויסע ריכטיגקייט, אזוי לאנג ווי די נושא ווערט נישט גענצליך איגנארירט און אז אנדערע, מער "פריוואטע" סארטן, הדרכה וואלטן צוגעשטעלט געווארן פאר אונזער יוגנט. ליידער, צוליב דעם וואס מען רעדט נישט פון די זאכן ברבים, איז פארהאן ווייניגער הדרכה פאר די יוגנט, זיי ווייסן אפט נישט וואו זיך צו ווענדן פאר אמת'ע עצות, און די עצות וואס ווערט געגעבן, אין די ווייניג פעלער ווען עס ווערט יא געגעבן, איז אפטמאל, בלשון המעטה, נישט ריכטיג אינפארמירט.

פאקטאר צוויי​

עס איז פארהאן אן איסור קעגן מאסטורבאציע, על כל פנים קעגן מענער'ס מאסטורבאציע – דער באקאנטער הלכה'דיגער איסור פון "הוצאת זרע לבטלה". ווען א נארמאלע מענטשליכע פעולה ווי מאסטורבאציע ווערט פארבאטן, קען דאס זיין אן אורזאך פאר א געוואלדיגן שולד-געפיל און בושה פאר אן היימישן יונגערמאן וואס איז נישט באקאנט מיט נארמאלער סעקסואלער אנטוויקלונג, און ווייסט נישט וואו ער קען זיך ווענדן פאר הילף. ביז 80% פון נארמאלע יונגע בחורים (טינעידזשערס) מאסטורבירן, און אפילו אויב די נומערן וואלטן געווען אנדערש ביי היימישע בחורים, איז נאך אלץ זיכער פארהאן א גרויסער פראצענט בחורים וואס טוען דאס יא. די מאסיווע פסיכאלאגישע ווירקונג פון דעם אז ביז 80% פון אונזערע קינדער זענען פארנומען אין אן אקטיוויטעט וואס זיי ווייסן פון די תורה אז עס איז אן עבירה, מוז זיין געוואלדיג. איך בין נישט קיין סאציאל-פסיכאלאג, אבער איך ווייס פון מיין אייגענער ערפארונג, אויפוואקסנדיג אין דעם סביבה, און פון די ווייניג מענטשן וואס האבן געהאט די קוראזש אפן צו רעדן דערוועגן, אז די נושא איז אויסערגעווענליך וויכטיג.

פאקטאר דריי​

די נטיה צו א מער מיסטישן פארשטאנד פון אונזער רעליגיע, און אוועק פון א מער ראציאנאליסטישן בליק, איז עפעס וואס די ליינער פון דעם בלאג זענען באקאנט דערמיט. יעדער וואס האט נאר אביסל א באקאנטשאפט מיט די נושא פון מאסטורבאציע אין אידישער ליטעראטור ווייסט אוודאי פון די פארבינדונג צווישן די חומר פונעם "חטא" פון מאסטורבאציע און די מיסטישע מקורות פון אידישקייט (קבלה). כאטש עס זענען קלאר פארהאן "מעינסטריעם" הלכה'דיגע מקורות פאר דעם איסור (וואס מיר וועלן באהאנדלען אין דעטאל אין די קומענדיגע ארטיקלען), נעמען די ספרי קבלה די נושא און פארוואנדלען עס אין איינע פון די גרעסטע עבירות מיט א קאסמישער וויכטיגקייט, פיל ווייטער ווי וואס די מעינסטריעם הלכה זאגט. דאס קען זיין א הויפט אורזאך פאר יאוש פאר בחורים וואס ראנגלען זיך מיט דעם פראבלעם, בפרט אז זיי זענען אויך די וואס זענען די ווייניגסטע אויסגעשטאט צו פארשטיין און אונטערשיידן צווישן אמת'ע הלכה און שרעקעדיגע סטראשונקעס אין מיסטישע ספרים.

פאקטאר פיר​

אויב געדענקט איר פון גאר אנפאנג פון דעם בלאג, האב איך דיסקוסירט דעם "היסטארישע-קארופציע פרינציפ". דער פרינציפ איז אויסערגעווענליך רעלעוואנט צו אונזער דיסקוסיע. דאס איז ווייל אזויפיל פון דעם הלכה'דיגן שמועס איבער מאסטורבאציע איז באזירט אויף די ווערק פון מיטל-אלטערליכע פוסקים וועלכע זענען געווען שטארק באאיינפלוסט פון די גלויבונגען פון זייער צייט בנוגע די געזונט-"סכנות" פון "הוצאת זרע לבטלה". דאס צו פארשטיין איז קריטיש וויכטיג פאר יעדן ראציאנאליסטישן שמועס איבער די נושא. אבער, היינטיגע היימישע בחורים ווערן אפט געלערנט אין ישיבה אז א היסטארישע אנאליז וואס פארבינדט דעם הלכה'דיגן פראצעס מיט סיי וועלכע פארבינדונג צו דעמאלטדיגע וויסנשאפטליכע און קולטורעלע פארשטאנד איז נישט ווייניגער ווי ריינע כפירה. ממילא וועט א היימישער בחור אפטמאל טאקע גלייבן אז ער פארניכטעט זיין מוח און זיין חיות ווען ער מאסטורבירט, ווייל אזוי שטייט אין די "ספרים", און ער וואלט נישט געקענט פארשטיין אז די זאכן זענען אפטמאל געווען פשוט אין פולן איינקלאנג מיט די "וויסנשאפטליכע" גלויבונגען פון די צייט ווען זיי זענען געשריבן געווארן. דאס לייגט צו צום שולד-געפיל און צומישעניש פונעם אומגליקליכן און אומגעליינטן יונגט פון אונזער צייט.

פאקטאר פינף​

די באדייט פון דעם געדאנק אז אידן זענען אן "עם הנבחר" ווערט היינט אפט אויסגעטייטשט אז אידן זענען אינווייניג עפעס אנדערש ווי יעדער איינער. דר. מנחם קעלנער האט דעמאנסטרירט אין זיינע פילע וויסנשאפטליכע ווערק, אז ראציאנאליסטישע דענקער ווי דער רמב"ם האבן געהאט א דראמאטיש אנדערן בליק אויף די באדייט פון דעם וואס אידן זענען אן "עם הנבחר". אבער דער גלויבן אז אידן זענען אינעווייניג אנדערש איז א פארשפרייטער געדאנק אין פילע היימישע קרייזן היינט. דאס פירט צו חשד בנוגע וויסנשאפטליכע און קולטורעלע שריפטן וואס טייל היימישע יונגעלייט קענען אמאל אונטערקומען. ממילא, דער זעלטענער היימישער בחור וואס באגעגנט זיך יא צופעליג מיט אן ארטיקל, אדער אפילו א טעראפיסט, א לערער, אדער א דאקטער וואס קען אים געבן נארמאלע הדרכה איבער די נושא, קען דאס אפטמאל אפווארפן צוליב די חשדות.

פאקטאר זעקס​

דער טאבו קעגן ליינען וועלטליכע ביכער און ארטיקלען, בפרט אזעלכע וואס האבן צו טון מיט סעקסואלע ענינים, מאכט עס ווייניגער און ווייניגער ווארשיינליך אז א היימישער יונגערמאן זאל אמאל האבן די שאנס זיך צו באגעגענען מיט פאראנטווארטליכע שריפטן איבער נארמאלע סעקסואלע אויפפירונג. דאס ביסל סעקסואל-פארבינדענע מאטריאל וואס א היימישער בחור קען יא זען וועט אפטמאל זיין אומפאסיג און פארפירעריש, און אמאל פשוט פארנאגראפיש און פאטענציעל געפערליך פאר זיין געזונטער סעקסואלער אנטוויקלונג. דאס מאכט עס שווער פאר'ן טיפישן "ישיבה בחור" צו פארשטיין וואס איז וויסנשאפטליך און פאראנטווארטליך, און וואס איז געפערליך און אומגעזונט.


עס איז פארהאן נאך וואס צו שרייבן אין דעם אריינפיר ארטיקל, אבער איך מיין אז איך האב גענוג קלאר געמאכט פארוואס דאס איז א ספעציעלער פראבלעם פאר א היימישן אידישן מאן וואס וואקסט אויף אין די היינטיגע היימישע וועלט. איך מיין אז עס איז קלאר אז די סעקסואלע געזונט און אנטוויקלונג פון די מענער אין אונזער געמיינדע האט א טיפע און שטארקע איינפלוס אויף די אלגעמיינע געזונט פון אונזער ציבור. וויבאלד איך בין נישט קיין סאציאל-וויסנשאפטלער, וועל איך אויסוועלן נישט אריינצוגיין אין דעטאלן איבער דעם סארט איינפלוס וואס דאס האט אויף אונזער געזעלשאפט. איך האף אז איר זענט מיט מיר צום ווייניגסטנס מסכים אז דאס איז אן אויסערגעווענליך וויכטיגע נושא, און אז א ראציאנאליסטישער הלכה'דיגער צוגאנג קען זיין זייער נוצבאר פאר'ן ראציאנאליסטישן איד.
@כוואליעס
איז עס כדאי דאס אריינצושטעלן אלץ אן אפיציעלע אפּהאנדלונג־סעריעס אין כוואליעס!
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
חלק ג' - איבערגעטייטשט פון דא

טומאה וטהרה און הוצאת זרע לבטלה

איידער איך הייב אן דעם נושא פון היינטיגן פאוסט, וויל איך צולייגן א מקור צו באפעסטיגן די נקודה וואס איך האב פרובירט ארויסצוברענגען אינעם פריערדיגן פאוסט. אויב איר געדענקט, האב איך אנטוויקלט דעם געדאנק אז דער זוהר, און זיין פירוש אויף די פרשה פון אונן, איז געווארן גאר איינפלוסרייך אין וויאזוי מיר קוקן אן די עבירה פון אונן. דאס, אין קורצן, האט באאיינפלוסט אונזער פארשטאנד אין הלכה אזוי ווייט אז די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה איז געווארן אידענטיפיצירט מיט די עבירה פון אונן. דאס איז אמת, אפילו וואס ס'איז גאנץ קלאר אז די חטא פון אונן איז נישט געווען דאס וואס ער האט מאסטורבירט, נאר ענדערש דאס וואס ער האט זיך אפגעזאגט ממשיך צו זיין דעם נאמען פון זיין ברודער.

דער בעסטער ביישפיל דערצו איז דער קיצור שולחן ערוך. דער קיצור איז געווען איינס פון די מערסט איינפלוסרייכע הלכה ספרים פונעם 19'טן און 20'סטן יארהונדערט, און האט געדינט (און דינט נאך אלץ) אלס א למעשה'דיגער הלכה וועגווייזער פאר דורות פון הלכה-היטנדיגע אידן. דא זענען זיינע ווערטער סימן ק"נ סעיף א':

"אסור להוציא שכבת זרע לבטלה, ועון זה חמור מכל עבירות שבתורה. ואלו שמנאפים ביד ומוציאין שכבת זרע, לא די להם שאיסור גדול הוא, אלא שהעושה זה הוא בנידוי, ועליהם נאמר 'ידיכם דמים מלאו', וכאלו הרג את הנפש. וראה מה שפירש רש"י בפרשת וישב במעשה ער ואונן שמתו על זה. ולפעמים בעונש זה, חס ושלום, בניו מתים כשהם קטנים, או שיהיו רשעים, והוא בא לידי עניות."

מיין איבערטייטש:

"ס'איז אסור צו מוציא זיין שכבת זרע אומזינסט, און די עבירה איז הארבער פון אלע עבירות אין די תורה. און די וואס זענען מנאף מיט די האנט און זענען מוציא שכבת זרע, נישט גענוג וואס דאס איז א גרויסער איסור, נאר דער וואס טוט דאס איז אין חרם, און אויף זיי איז געזאגט געווארן 'אייערע הענט זענען פול מיט בלוט', און ס'איז ווי ער וואלט גע'הרג'עט א מענטש. און זע וואס רש"י טייטשט אין פרשת וישב ביי די מעשה פון ער און אונן וואס זענען געשטארבן דערפאר. און אמאל צוליב די עבירה, חס ושלום, שטארבן זיינע קינדער ווען זיי זענען קליין, אדער זיי ווערן רשעים, און ער קומט אן צו ארעמקייט."

עס איז דא אזויפיל וואס מ'קען רעדן וועגן דעם ציטאט, אבער די נקודות וואס איך וויל ארויסברענגען זענען די פאלגנדע. א למעשה'דיגער הלכה ספר פון אן אומגלויבליכן איינפלוס האט יעצט גענומען דעם געדאנק פון אונזער פריערדיגן פאוסט און געמאכט דערפון א גאנצן רינג. די עבירה פון סיי ער און סיי אונן איז געווען הוצאת זרע לבטלה (דורך מאסטורבאציע). עס איז גלייך ווי רציחה. מען ליידט דערפון שרעקליך. ער טייטשט אפילו רש"י אויף דעם אופן, כאטש דאס איז ווייט פון קלאר – ווי מיר האבן געזען אין אונזער פריערדיגן פאוסט. דער ענדגילטיגער מקור פאר אלעס אינעם קיצור שולחן ערוך און דער פירוש אויף דער פרשה איז גענצליך און אינגאנצן גענומען פונעם זוהר. דאס צייגט קלאר און אומבאשטרייטבאר די נקודה וואס איך האב פרובירט צו מאכן.

יעצט וויל איך אריבערגיין צו א געביט פון השפעה וואס מיר זענען נישט געוואוינט צו רעדן ווען מ'שמועסט פון למעשה'דיגע הלכה אין מאדערנע צייטן. די דינים פון טומאה וטהרה. טומאה וטהרה איז א באגריף וואס איז אמאל אין אונזער היסטאריע געווען גאר איינפלוסרייך אויפ'ן טאג-טעגליכן לעבן פון טראדיציאנאלע אידן. בפרט אין די צייטן פון בית שני, איז דאס געווען די סיבה פארוואס אונזערע אבות, די פארגייער פון וואס איז עווענטועל געווארן דאס הלכה'דיגע אידנטום, זענען אנגערופן געווארן "פרושים" (Pharisees אין די סעקולערע ליטעראטור). היינט צוטאגס היטן מיר אבער מער נישט די דינים, צוליב סיבות וואס זענען נישט די נושא פון דעם בלאג. אבער, עס זענען דא עטליכע געביטן וואו די השפעה פון די דינים פון טומאה וטהרה ווערט נאך געשפירט אין אונזערע טעג, און אונזער יעצטיגער נושא איז איינס פון זיי.

אין ויקרא ט"ו האבן מיר די פאלגנדע דריי פסוקים:

ט"ז: וְאִ֕ישׁ כִּֽי־תֵצֵ֥א מִמֶּ֖נּוּ שִׁכְבַת־זָ֑רַע וְרָחַ֥ץ בַּמַּ֛יִם אֶת־כָּל־בְּשָׂר֖וֹ וְטָמֵ֥א עַד־הָעָֽרֶב׃
י"ז: וְכָל־בֶּגֶד֩ וְכָל־עוֹר֩ אֲשֶׁר־יִֽהְיֶ֥ה עָלָ֖יו שִׁכְבַת־זָ֑רַע וְכֻבַּ֥ס בַּמַּ֖יִם וְטָמֵ֥א עַד־הָעָֽרֶב׃
י"ח: וְאִשָּׁ֕ה אֲשֶׁר־יִשְׁכַּ֥ב אִ֛ישׁ אֹתָ֖הּ שִׁכְבַת־זָ֑רַע וְרָחֲצ֣וּ בַמַּ֔יִם וְטָמְא֖וּ עַד־הָעָֽרֶב׃

ט"ז: "און א מאן, ווען עס גייט ארויס פון אים שכבת זרע, זאל ער זיך טובל'ן אין וואסער זיין גאנצן קערפער, און ער וועט זיין טמא ביזן אוונט."
י"ז: "און יעדע בגד און יעדע פעל, וואס עס וועט זיין אויף דעם שכבת זרע, זאל געוואשן ווערן אין וואסער, און וועט זיין טמא ביזן אוונט."
י"ח: "און א פרוי, וואס א מאן וועט ליגן מיט איר שכבת זרע, זאלן זיי זיך ביידע טובל'ן אין וואסער, און וועלן זיין טמא ביזן אוונט."
די באדייט פון טומאה איז א נושא וואס געהערט נישט אינגאנצן דא אויפ'ן בלאג, אבער עס זענען דא עטליכע אבזערוואציעס וואס זענען זייער רעלעוואנט צו אונזער דיסקוסיע. ערשטנס, דער פסוק רעדט קלאר פון "זרע" וואס איז ארויסגעקומען אויף סיי וועלכן אופן, סיי דורך נארמאלע געשלעכטליכע באציאונגען צווישן א פארהייראטע פארפאלק, און סיי דורך מאסטורבאציע. למעשה, די "טומאה" ציט זיך אפילו צו די פרוי וואס האט זרע אין איר צוליב נארמאלע באציאונגען. ס'איז דעריבער קלאר אז די זרע מאכט א מענטש "טמא" אפילו נאכ'ן טון וואס ווערט טראדיציאנעל פאררעכנט פאר א גרויסע מצוה, א חיוב אויף יעדן מאן צו האבן קינדער און זיך פירן אויף א נארמאלן אופן צו פארבעסערן זיין באציאונג און באפרידיגן זיינע און זיין ווייב'ס נאטורליכע באדערפענישן. דאס איז אין פילע וועגן ענליך צו די "טומאה" וואס קומט אויף א מענטש נאכ'ן טון איינס פון די גרעסטע און הייליגסטע מעשים וואס מ'קען נאר טון, דאס הייסט זיך אפגעבן מיט א נפטר.

פארוואס א גרויסע מצוה קען ברענגען א מענטש צו "טומאה" איז נישט די נושא פון דעם ארטיקל, אבער ס'איז שוין געווען די נושא פון פילע דרשות במשך די יארן. פאר אונזערע צוועקן דא, אלס א בלאג געווידמעט צו הלכה'דיגן ראציאנאליזם, וויל איך נאר ארויסברענגען אז ריטועלע "טומאה" און צי אן אקט איז הלכה'דיג אסור האבן זייער ווייניג א שייכות איינס צום צווייטן. בכל אופן, פאר וועלכע סיבה אימער, אין דעם געביט פון הוצאת זרע, האט דער ענין פון טומאה געהאט א באדייטנדע השפעה צו מאכן דעם אקט פון הוצאת זרע גאר "טאבו".

די טומאה וואס די תורה רעדט דערפון אסר'ט א כהן פון טון די עבודה, און למעשה יעדן איינעם פון אריינגיין אויפ'ן הר הבית. עס אסר'ט א מענטש פון אנרירן הייליגע זאכן וואס זענען נוגע די עבודה אין בית המקדש. גארנישט פון דעם איז רעלעוואנט אין אונזערע צייטן, און האט נישט קיין שייכות צו וואס א מענטש מעג אדער טאר נישט טון. אבער, ס'איז באקאנט אז עזרא הסופר האט מתקן געווען אז איינער וואס איז א בעל קרי טאר נישט ליינען אין די תורה (ברכות פרק ג'). ס'איז אויך באקאנט אז די תקנה האט נישט אנגעהאלטן און איז היינט מער נישט רעלעוואנט (גמרא ברכות כב ע"א, רמב"ם הלכות קריאת שמע פ"ד ה"ח).

בכל אופן, איז געווארן די מנהג ביי פילע אידן, בעיקר חסיד'ישע אידן, צו גיין אין מקוה יעדן טאג כדי מקיים צו זיין די תקנה פון עזרא. ס'וואלט געווען שווער איבערצושרייבן די השפעה פון דעם מנהג צו גיין אין מקוה אויפ'ן אלגעמיינעם געדאנק פונעם איסור און די "טומאה" וואס איז פארבונדן מיט "הוצאת זרע". אין רוב מענטשנ'ס קאפ, וואשט מען נישט נאר אפ ריטועלע טומאה, נאר מ'וואשט אפ עבירות. דאס איז אמת טראץ דעם פאקט אז די "טומאה" קומט אמאל אלס רעזולטאט פון איינס פון די גרעסטע מצוות, און דערפאר האט עס בכלל נישט קיין שייכות צו אן עבירה און אן איסור.

די ספרי חסידות, און די ספרים פון די מקובלים פון צפת, פארמישן אפט די ענינים פון טומאה מיט די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה. אין דער זעלבער צייט, ווערט די ספעציעלע קדושה פון פארהייראטע באציאונגען פאררעכנט אלס עפעס וואס ברענגט טהרה און קדושה אויף דער וועלט. מ'קען באקומען דעם איינדרוק פון ליינען די ספרים, אז טומאה קומט נאר פון "הוצאת זרע לבטלה", און נישט פון נארמאלע פארהייראטע באציאונגען. די נקודה האט ארויסגעברענגט שילה פכטר אינעם טעזע וואס איך האב דערמאנט אינעם פריערדיגן פאוסט. ער ברענגט דעם אויסערגעווענליך איינפלוסרייכן מקור די "אגרת הקודש", וואס האט געדינט אלס יסוד פאר כמעט אלע קבלה'דיגע דיסקוסיעס איבער קדושת הזיווג וואס זענען נאכגעקומען דעם ספר (עס שטאמט פונעם 13'טן אדער 14'טן יארהונדערט און ווערט צוגעשריבן צו עטליכע פארשידענע מקובלים).

די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז ווי פאלגנד. דער דגוש פון די היינטיגע חסידים אויף תקנת עזרא איז איינס פון די זייער ווייניג מאדערנע איבערבלייבענישן פון די הנהגה פון טומאה וטהרה. אויב מען קאמבינירט דאס מיט די פארבינדונג פון טומאה אלס א רעזולטאט פון אן עבירה, וואס איז אונטערגעשטראכן געווארן דורך די מקובלים, באקומט מען אן עבירה וואס טראגט מיט זיך א געוואלדיגע מאס "מעטאפיזישע וואג". אין די נישט-ראציאנאליסטישע וועלט פון די רעכטע ארטאדאקסישע וועלט היינט צוטאגס, מאכט דאס די עבירה גאר א שרעקעדיגע!

גארנישט פון דעם, פארשטייט זיך, האט אן אמת'ע הלכה'דיגע וואג. טומאה, האבן מיר גאנץ קלאר געוויזן, איז נישט קיין רעזולטאט פון טון אסור'דיגע אקטן. די הנהגה פון גיין אין מקוה אין מאדערנע צייטן פאר תקנת עזרא, איז נישט הלכה'דיג פארלאנגט, און אפילו אויב עס איז רעקאמענדירט פאר עפעס א רוחניות'דיגע סיבה, האט עס זיכער נישט קיין שייכות מיט די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה (וויבאלד עס וואלט אויך געווען נוגע פאר איינעם וואס האט געהאט נארמאלע פארהייראטע באציאונגען).

אינעם קומענדיגן פאוסט האף איך אנצוהייבן די הלכה'דיגע דיסקוסיע פונעם מקור פון די עבירה ווי עס ווערט אויסגעטייטשט דורך די הלכה'דיגע מקורות. דאס וועט פארשטייט זיך נעמען א שטיק צייט, טא איך האף איר זענט גרייט פאר א שיינער רייזע.
 
וואס גייט זיין די סוף פסוק, אז ער קריגט זיך מיט די שולחן ערוך? אויב יא איז מיר שוין למפרע נישט אינטערעסאנט די גאנצע זאך. אויב איך קען זיך קריגן מיט חז"ל איז אלעס אנדערש, נישט נאר ביי די נושא.
 
וואס גייט זיין די סוף פסוק, אז ער קריגט זיך מיט די שולחן ערוך? אויב יא איז מיר שוין למפרע נישט אינטערעסאנט די גאנצע זאך. אויב איך קען זיך קריגן מיט חז"ל איז אלעס אנדערש, נישט נאר ביי די נושא.
די שולחן ערוך איז נישט חז"ל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די שולחן ערוך איז נישט חז"ל
דער שולחן ערוך איז אפט מאהל מער מחייב דעם יחיד ווי חז״ל,וואס איז א מים שאין להם סוף און מען קען זיך אהנכאפן אין פארשידענע מאמרים וואס זענען נישט אריין אין די הלכה אבער מען דארף געדולד,
וועלן מיר זעהן וואס ער זאגט - מכל מלמדי השכלתי
 
חלק ד' - איבערגעטייטשט פון דא, דא און דא
דער שרייבער פונעם בלאג האט געשריבן די קומענדיגע פאר ארטיקלען אביסל שלא על הסדר מיט לאנגע הפסקות אינמיטן, צוריקומענדיג שפעטער צו משלים זיין די נקודות, דערפאר האב איך אביסל ארומגעטוישט די סדר פון די ארטיקלען אן טוישן זייער אינהאלט.

בין איך טאקע שולדיג אין רציחה?​

יעדעס מאל איך נעם זיך אונטער א נושא, דארף איך שטענדיג טרעפן דעם מיטל-וועג צווישן זיין אויספירליך, און אין דער זעלבער צייט בלייבן צום ענין און ליינבאר. איבעריג צו זאגן, עס איז פארהאן אזויפיל פאסיגע מאטריאל אז איך מוז מאכן ערנסטע החלטות וויאזוי צוגיין צו יעדן טריט פון דעם אנאליז. די גרעסטע הכרעה איז פארשטייט זיך דאס וואס איך גיי יעצט מאכן, דאס איז די גמרא אליינס אויף די סוגיא פון הוצאת זרע לבטלה. דאס גייט זיין דער יסוד פון אונזער הלכה'דיגן אנאליז, וויבאלד די גמרא איז פארשטייט זיך דער יסוד פון הלכה. אלעס וואס מיר וועלן זאגן פון דעם נקודה און ווייטער וועט זיך דארפן אויף סיי וועלכן אופן צוריקקערן צו די שמועסן אין די גמרא וואס מיר גייען דא יעצט דורכטוהן.

איך וועל אויך מוזן גיין אויף א געפערליכן דינעם צווייג און מאכן די פאלגענדע סטעיטמענט פון מיין מהלך. די סטעיטמענט איז שוין איבערגעזאגט געווארן פילע מאל פריער אויף דעם בלאג, ספעציעל ביי מיין דיסקוסיע וועגן די באהאנדלונג פון גויים אום שבת.

מיין סטעיטמענט איז ווי פאלגנד. איך בין פולקאם באוואוסטזיניג אז פיל מאל וועט מיין אנאליז נישט אפשפיגלען דעם אנאליז און פארשטאנד וואס איז אנגענומען ביי די רוב מפרשים און פוסקים במשך די דורות. דערפאר דערקלער איך אפן: אויב א ליינער פון דעם בלאג וועט קריטיקירן מיין אנאליז אויפ'ן יסוד פון "רוב פוסקים האלטן... וכו'", דאן איז אייער קריטיק גילטיג, און איר זאלט ווארשיינליך גיין צו אן אנדער בלאג.

פון די אנדערע זייט, אויב איר זענט פאראינטערעסירט אין א ליינונג פון א געוויסע סוגיא וואס איז סיי הלכה'דיג גילטיג און סיי איינשטימיג מיט ראציאנאליסטישע פרינציפן, דאן ביטע ליינט ווייטער דא. דאס איז מיין ציל. איך פרוביר צו קוקן אויף די סוגיא און דאס פארשטיין אויף א ראציאנאליסטישן און הלכה'דיג גילטיגן אופן. דערפאר וועל איך אפט מוזן אויסקלויבן און טרעפן הלכה'דיג גילטיגע, אבער אמאל מיעוט'דיגע מיינונגען וואס וועלן אונז העלפן פארשטיין די סוגיא. ס'איז באקאנט, און ס'איז דא א שטארקע יסוד פאר'ן פסק'ענען הלכה לויט מיעוט דעות ווען די נויט דערצו איז דרינגענד. איך וועל פרייליך מודה זיין אז איך גלייב אז דאס זענען דרינגענדע אומשטענדן וואס פארלאנגען פון אונז צו טרעפן א הלכה'דיגן וועג וואס איז סיי הלכה'דיג אנגענומען און סיי ראציאנאליסטיש.

אויב איר ווילט וויסן וואס די פרינציפן פון "ראציאנאליסטישע מעדיצינישע הלכה" זענען, ביטע קוקט צוריק אויפ'ן ערשטן פאוסט פון דעם בלאג, וואו איך האב ארויסגעלייגט די פינף יסודות פון רמ"ה.

יעצט, לאמיר אנהייבן. דער וויכטיגסטער מקור צום ענין פון הוצאת זרע אין די גמרא איז אין מסכת נדה י"ג ע"א-ע"ב.

דער טעקסט איז צו לאנג אראפצוברענגען דא, דעריבער רעקאמענדיר איך זייער שטארק אז איר זאלט אייך נעמען א גמרא, און אליינס אויסלערנען די סוגיא איידער איר ליינט ווייטער. אויב איר האט שוין געענדיגט לערנען, אדער אויב איר זענט אזא בקי בש"ס אז איר קענט שוין דעם בלאט אויסעווייניג, אדער אויב איר זענט גרייט זיך צו פארלאזן אויף מיין, מודה ומתוודה, זייער געאיילטע און אומצופרידנשטעלנדן קיצור, קענט איר ווייטער ליינען.

אט איז מיין קיצור פון די סוגיא.

ערשטנס, די משנה זאגט אז א מאן וואס איז זיך בודק צו אפט זאל זיין האנט אפגעהאקט ווערן (פארשטייט זיך אז עס איז נישט פשוטו כמשמעו... נאר אז ס'איז א שלעכטע געוואוינהייט). די גמרא ערקלערט דערנאך, אז וויבאלד א מאן איז סענסיטיוו, זאל ער נישט בודק זיין ווייל עס קען ברענגען צו הרהור. די גמרא ערקלערט דערנאך אז אונטער געוויסע אומשטענדן וואלט עס יא געווען אין ארדענונג, ווי למשל ניצן א שמאטע אדער אן אנדערע זאך זיך צו בודק זיין אדער זיך רייניגן.

דער צווייטער טייל פון די סוגיא ברענגט א דיסקוסיע צווישן רבי אליעזר און די חכמים. רבי אליעזר האט געזאגט אז יעדער וואס איז "אוחז באמתו" (האלט זיין אבר) ברענגט א "מבול" אויף די וועלט. די הנחה איז אז עס וועט פירן צו הוצאת זרע לבטלה און דאס איז געווען איינס פון די עבירות פון דור המבול. די חכמים זענען געווען באזארגט אז א מענטש דארף יא האלטן זיין אבר ביים ארויסגיין, ווייל אויב נישט וועט זיין וואסער שפריצן ווילד און מענטשן וועלן מיינען אז ער איז א "כְּרוּת שָׁפְכָה" (איינער מיט אן אפגעהאקטע רער), און דערפאר וועט מען חושד זיין אז זיינע קינדער זענען נישט זיינע, וויבאלד א כרות שפכה קען נישט האבן קינדער. רבי אליעזר האט געהאלטן אז ס'איז בעסער "מוציא לעז" צו זיין אויף זיינע קינדער איידער צו טון אזא שרעקליכע עבירה פון מעגליך גורם זיין פאר זיך א קישוי (ערעקשאן) וואס קען פירן צום עבירה פון הוצאת זרע לבטלה.

די גמרא גייט ווייטער און קוואליפיצירט דעם איסור פון רבי אליעזר, און ברענגט עטליכע ביישפילן וואו זיך אנהאלטן וואלט יא געווען ערלויבט. די ביישפילן זענען פעלער וואו מ'איז נעבן זיין רבי'ן, מ'שטייט אויף א הויכע פלאץ וואו מ'דארף האלטן דעם באלאנס, אדער א מענטש וואס האט גענוג יראת שמים אז ער דארף נישט זארגן וועגן זיך אנרייצן. די גמרא זאגט אויך אז דאס רעדט זיך נישט פון א פארהייראטן מאן, ווייל אפילו אויב ער ווערט יא אנגערייצט, האט ער ערלויבטע וועגן אויסצוגעבן זיינע סעקסועלע תאוות, און עס באציט זיך נאר אויפ'ן האלטן ביי די עטרה און נישט ביים גוף פונעם אבר.

די גמרא ברענגט עטליכע מאמרי חז"ל וועגן די אויסערגעווענליכע הארבקייט פון די עבירה, און פארגלייכט עס צו די "גרויסע עבירות" פון עבודה זרה און רציחה, און זאגט אז איינער וואס טוט די עבירה איז "חייב מיתה".

דער לעצטער טייל פון די גמרא (מערסטנס אויף י"ג ע"ב) האלט אין איין ברענגען נאך רעלעוואנטע אזהרות, און קריטיקירט איינעם וואס טוט זיך בכוונה אנרייצן ביז'ן פונקט פון באקומען א קישוי. עס באשרייבט ווי דער יצר הרע ארבעט: קודם מאכט ער דיך זאלסט זיך אנרייצן, און דערנאך ברענגט ער דיך צו טון ערגערע עבירות. די גמרא גייט ווייטער צו קריטיקירן די מענטשן וואס זענען "נואף" מיט די הענט און מיט די פוס, און די וואס זענען שפילן מיט קינדער.

די גמרא איז דער מערסט מפורש'דיגער און וויכטיגסטער מקור פאר'ן געדאנק אז הוצאת זרע לבטלה איז אן עבירה, און נאך א הארבע דערצו. דעריבער, ביטע לערנט עס גוט אדורך אליינס.

אזוי ווי מיר האבן שוין מנתח געווען די סוגיא אין מסכת נדה, וואלט געווען פאסיג איבערצוגיין די אנדערע פלעצער אין חז"ל וואס רעדן ארום ענינים וואס זענען נוגע צום איסור פון "הוצאת זרע לבטלה". ספעציפיש גיי איך פרובירן איבערצודעפינירן פאר אייך וואס דאס איז געווען וואס חז"ל האבן געאסר'ט, און וואס די באדייט און דעפיניציעס זענען פון די טערמינען וואס חז"ל האבן גענוצט צו באשרייבן וואס זיי האבן געהאלטן אז מ'טאר נישט טון.

עס איז העל-קלאר פון חז"ל, אז דער איסור איז אבסולוט נישט אז מ'טאר נישט ארויסגעבן זרע אויף אן אופן וואס קען נישט פירן צו קיין שוואנגערשאפט. וואס די מהות פונעם איסור זאל נאר זיין, מוז עס דעפינירט ווערן אנדערש, און מיר וועלן ארבעטן אין די קומענדיגע פאוסטס צו דעפינירן וואס עס מיינט "הוצאת זרע לבטלה". אין דעם פאוסט וועל איך ברענגען צאלרייכע ביישפילן דורך די גאנצע דברי חז"ל וואס צייגן קלאר אז "השחתת זרע", דאס הייסט מוציא זרע זיין אויף אן אופן וואס קען נישט פירן צו שוואנגערשאפט, איז נישט די אמת'ע מהות פונעם איסור.

איך נוץ דייקא די אויסדרוק הוצאת זרע לבטלה זיך צו באציען צו די עבירה וואס חז"ל האבן געאסר'ט. די סיבה דערפאר איז ווייל איך גלייב אז דאס איבערטייטשן אלס "השחתת זרע" אדער "זרע לבטלה" ברענגט צו א געוואלדיגן מיספארשטענדעניש און איז בכלל נישט קיין פונקטליכער טייטש.

ערלויבט מיר צו ערקלערן פארוואס דאס איז אזוי וויכטיג. עס איז דא א ריזיגע וועלט פון ספרים וואס באשרייבן די "עבירה" פון הוצאת זרע לבטלה אלס איינע פון פארשווענדן פאטענציאלע לעבן. מיר האבן שוין געזען וויאזוי דער זוהר און חז"ל האבן פארגליכן די עבירה צו רציחה, און דער הסבר וואס פילע מקורות האבן געגעבן איז ווייל די שכבת זרע אנטהאלט די "זרע" פון וואס לעבן ווערט געבוירן. אלזא, דורכ'ן דאס פארשווענדן, "הרג'עט" מען די פאטענציאלע קינדער. ווי איר קענט זיך פארשטעלן, קען דאס זיין א מקור פאר א געוואלדיגע צעבראכנקייט און שרעק פאר א יונגן ישיבה בחור וואס אמאל מאכט זיך ביי אים הוצאת זרע צוליב די נאטורליכע סעקסועלע אויפוואכונג וואס פאסירט ביי א געזונטן יונגן מאן פון צייט צו צייט. מענטשן ווי יוסף מזרחי נוצן דעם געדאנק צו פארשפרייטן שולד, בושה, און געפערליכע השקפות אין ווידעאוס ווי די אויף יוטוב.

למעשה, האבן חז"ל בשום אופן נישט געקענט האלטן אז הוצאת זרע לבטלה איז אסור ווייל מ'הרג'עט פאטענציאלע לעבנס. די פארגלייך צו רציחה מוז מיינען עפעס גאר אנדערש. דאס איז ווייל עס זענען דא פילע פלעצער וואו חז"ל זענען מתיר אדער רעקאמענדירן גאר הוצאת זרע וואס קען נישט פירן צו שוואנגערשאפט פאר פארשידענע צוועקן.

בלויז עטליכע ביישפילן:

  • "הפיכת השולחן" - וואס די איבערוויגנדע רוב פון מפרשים פארשטייען אז דאס מיינט ביאה שלא כדרכה (בפי הטבעת). זע נדרים כ' ע"א - כ' ע"ב וואו עס איז בפירוש מותר.
  • "לצורך בדיקה" - דאס באציט זיך צו מאכן בכוונה אן הוצאת זרע כדי צו קענען בודק זיין אויב א מאן פאלט אריין אין די הלכה'דיגע קאטעגאריע פון א "כרות שפכה". זע יבמות ע"ו ע"א וואו עס איז בפירוש מותר.
  • קרי באונס אלס א פאזיטיווע זאך – זע יומא פ"ח ע"א וואו עס ווערט באשריבן אלס א גוטער סימן אויב איינער האט געזען קרי אום יום כיפור. כאטש עס רעדט זיך קלאר פון א זאך וואס געשעט שלא בכוונה, איז עס אומבאגרייפליך אז חז"ל זאלן באשרייבן "רציחה" אויף אזא פאזיטיוון אופן אויב טאקע "השחתת זרע" וואלט געווען גלייך צו רציחה אויף דעם וועג ווי עס ווערט אפט (שלעכט) פארשטאנען.
  • אז די גמרא, לויט כמעט אלע מפרשים און פוסקים, האלט נישט אז הפלה (abortion) פון א עובר איז רציחה. כאטש עס איז אונטער רוב אומשטענדן אסור על פי הלכה, מיט זייער ווייניג אויסנאמען, איז אנגענומען אז די מקורות פונעם איסור זענען נישט מצד "לא תרצח". מיר האבן באהאנדלט דעם נושא באריכות צוריק אין מיין סעריע איבער הפלה דא. איך רעקאמענדיר אז איר זאלט ליינען די גאנצע סעריע אויב דער נושא אינטערעסירט אייך. אויב הפלה איז נישט גלייך צו רציחה, וואלט דאך געווען נאריש ביז גאר צו האלטן אז הוצאת זרע איז גלייך צו רציחה.
  • אין יבמות ל"ד ע"א (און אנדערע פלעצער) שטעלט די גמרא פעסט אז א כלה ווערט קיינמאל נישט טראגעדיג פון די ערשטע ביאה. לייגנדיג אין א זייט די פראגע צי דאס איז וויסנשאפטליך ריכטיג, איז דאס געווען די אמונה פון די חכמים אז דאס איז דער מציאות. קלאר, אז זיי האבן זיך נישט געזארגט וועגן "השחתת זרע" ווען א חתן האט תשמיש מיט זיין ווייב דאס ערשטע מאל.
  • אין יבמות ל"ד ע"ב, ברענגט די גמרא א ברייתא פון נדה וואו רבי אליעזר רעקאמענדירט אז פאר די 24 חדשים נאכדעם וואס א פרוי האט א קינד (אין די צייט וואס זי דארף זייגן דאס קינד) זאל מען זיך פירן מיט וואס ווערט היינט אנגערופן "דש מבפנים וזורה מבחוץ" (צו האבן סעקסואלע באציאונגען און ארויסציען און מוציא זרע זיין אינדרויסן). רבי אליעזר איז געווען באזארגט אז אויב זי וועט ווערן טראגעדיג אין די צייט, וועט זי נישט קענען זייגן איר קינד און טראגן די שוואנגערשאפט אין די זעלבע צייט. באמערקט אז דאס איז דער זעלבער רבי אליעזר וואס האט געזאגט אין נדה אז יעדער וואס איז "אוחז באמתו" ברענגט א "מבול" אויף די וועלט. קלאר, אז אפילו די מערסט חומרא'דיגע פון די דעות התנאים וואס די גמרא ברענגט האט נישט געהאלטן אז דער איסור האט עפעס צוטון מיט "השחתת זרע".
  • יבמות י"ב ע"ב (און אנדערע פלעצער) ערלויבט נארמאלע באציאונגען מיט די באנוץ פון א "מוך" מיט א פרוי פאר וועמען ס'איז א סכנה צו ווערן טראגעדיג.
  • נארמאלע סעקסואלע באציאונגען מיט אן אייגענע פרוי וואס קען נישט האבן קינדער (עקרה/איילונית) איז מותר.
  • נארמאלע באציאונגען מיט א פרוי וואס איז שוין נאך די יארן (זקנה) איז מותר.
אויב די סיבה פארוואס הז"ל איז געאסר'ט איז ווייל מ'הרג'עט פאטענציאלע מענטשן, גלייב איך נישט אז איינער קען געבן אן הסבר וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל פארוואס די אויבנדערמאנטע ביישפילן זענען געווען בפירוש מותר ביי חז"ל. קלאר אז עפעס אנדערש ליגט דא באהאלטן.

(איך בין פולקאם באוואוסטזיניג אז פילע פוסקים און מפרשים במשך די דורות האבן גענומען דעם מהלך אז הוצאת זרע לבטלה איז אסור און ווערט פארגליכן צו רציחה ווייל פאטענציאלע לעבן ווערט פארשווענדעט. זע מהר"ל באר הגולה עמ' רי"ג-רי"ד פאר איינס פון די פילע, פילע ביישפילן. איך פלאן דאס צו באהאנדלען באריכות אין א קומענדיגן פאוסט. יעצט, וואלט איך געוואלט קודם מען זאל מיר ערלויבן צו מאכן די נקודה אז דאס איז קלאר נישט פונקטליך וואס חז"ל האבן געהאט אין מחשבה, און איך וועל צוריקקומען צו די אפענע קשיות אויף מיין טענה שפעטער, בלי נדר.)

ביז אהער, האב איך געגעבן גענוג באווייזן צו איבערווייזן אז ווען חז"ל זאגן אז הז"ל איז גלייך ווי רציחה, און זיי גלייכן צו די וואס זענען עובר אויף "ניאוף ביד וברגל", אז זיי מיינען נישט אז ס'איז רציחה ווייל מען פארשווענדט פאטענציאלע לעבן. טא וואס האבן זיי יא געמיינט? פארוואס האבן זיי עס צוגעגליכן צו רציחה? דאס וועלן מיר אויספארשן אין מיין קומענדיגן פאוסט.
 
ייש״כ!

לגבי די יסוד וסיבה פאר איסור ניאוף, איז אין א שמועס מיט א חבר ארויסגעקומען אז בדרך כלל איז דאס טאקע א בין אדם לחבירו פראבלעם, חוץ טאקע אין געוויסע פעלער (ווי ביי די פּאַליעמאָראָס ודכוותייהו) וואו עס איז טאקע בין אדם למקום (און אפילו דאן טוהן קאנסערוואטיוון טענה׳ן אז דאס האט דאך אפשר נאך אלס א בין אדם לחבירו אספּעקט אלס דעם אז דאס טוהט לעגיטימירן דאס הירוס פונעם עצם מוסד פון א נוקלעארע משפחה אינעם געזעלשאפט).

דאס האט אריינגעפירט אין צו א שמועס לגבי הוצז״ל. איך האב גע׳טענה׳ט אז מ׳קען טענה׳ן אז דאס איז בעצם אויך א בין אדם לחבירו פראבלעם (ובפרט לפי די הבנה פון פּריפאָרמעישאניזם), ווי איידער בין אדם למקום. מיינענדיג, ווי הרב דר. ניר שטערן איז מאריך (עפ״י העזר מקודש באבה״ע סימן עו ועוד) איז די איסור פון הוצז״ל נאר אין א פאל בעיקר וואו דאס איז מונע די עונה פונעם ווייב אדער עיבור וואס איז טאקע נישט אזוי שכיח אז דאס זאל זיין (און לפי״ז טענה׳ט ער איז טאקע נישטא קיין איסור פאר א בחור להוציא זרע). אין אנדערע ווערטער, אויב נעמט מען ארויס די מיסטישע מהלכים דערין, איז די פראבלעם דערפון פשוט אז מ׳נעמט צו פון די ווייב׳ס עונה, זייענדיג אז עס נעמט צו פון וואס מ׳וואלט פּאטענציאל געשלאפן מיט איר. ענליך איז בנוגע מונע זיין עיבור (הגם די עזר מקודש שרייבט אויף דעם: ״אין איסור ההשחתה על פי הרוב רק מצד החיוב דעונה דאשתו כשהוא מבטל בזה עונתה כי לגבי פו"ר לא שייך גרעון כל כך על פי הרוב גם שייך ספק ספיקא ספק לא תתעבר עכשיו כי גם שרוב נשים מתעברות מכל מקום אין זה מסוים על זמן זה דוקא גם במי שעברו עליו הרבה חדשים ולא נתעברה עד אז וספק שתתעבר גם אחר גרעון זריעתו שסבב״) וואס קען באטראכט ווערן ווי א רעה צו די וועלט (און אויך די ווייב גופא ועיין בכתובות סד.), וממילא אויב איז נישטא די חששות, איז דאך דאס נישט קיין פראבלעם בעצם ממבט ההלכתית.
 
the notion of killing would phrohibit having relations while woman is pregnant, clearly is not the case

is it possible that it is considered killing only w/o the wife in the picture?
 
האב איך געגעבן גענוג באווייזן צו איבערווייזן אז ווען חז"ל זאגן אז הז"ל איז גלייך ווי רציחה, און זיי גלייכן צו די וואס זענען עובר אויף "ניאוף ביד וברגל", אז זיי מיינען נישט אז ס'איז רציחה ווייל מען פארשווענדט פאטענציאלע לעבן. טא וואס האבן זיי יא געמיינט? פארוואס האבן זיי עס צוגעגליכן צו רציחה? דאס וועלן מיר אויספארשן אין מיין קומענדיגן פאוסט.
שכח פארן אזוי קלאר ארויסברענגען גיי ווייטער!
אפאר קשיאות , וואס מיינט ונשמרת מכל דבר רע, און פארוואס האט דער אייבערשטער געהרגעט "ער" מיט אונן
 
לעצט רעדאגירט:
חלק ה' - איבערגעטייטשט פון דא

די אמת'ע סיבה פארוואס די גמרא "אסר'ט" הוצאת זרע לבטלה​

איינמאל מיר האבן פעסטגעשטעלט אז דער "איסור" האט גארנישט צוטון מיט "השחתת זרע", קענען מיר יעצט פארשטיין דעם אמת'ן באדייט פון די גמרא און פארוואס די מעשה פון הוצז"ל איז פאררעכנט געווארן ווי אן עבירה. די גמרא האט אנגעהויבן מיטן איסור פון אומנויטיג אנרירן דעם אבר. די גמרא האט דיסקוסירט מיט פאראכטונג די פירעכץ פון זיך בכוונה אנרייצן. די גמרא האט קלאר געזאגט אז די איסורים גייען נישט אן ווען מ'רירט אן דעם אבר ווען ס'איז נישטא קיין חשש פון הרהור, און האט אויך קלאר געזאגט אז זיך זעלבסט אנרייצן איז נישט קיין פראבלעם ווען עס איז אינעם קאנטעקסט פון נישואין, ווען עס איז נישט פארהאן קיין שום עבירה אין די ערפילונג פון סעקסועלע פארגעניגן מיט זיין ווייב. ס'איז דעריבער פשוט ווי טאג צו פארשטיין אז דער ענין דא איז נישט "השחתת זרע", נאר ענדערש אז די חכמים לערנען אונז אז זיך אנרייצן אין א סיטואציע וואס קען פירן צו אומפאסנדע סעקסועלע אויפפירונג איז נישט ריכטיג.

דער טערמין "לבטלה" מיינט נישט פארשווענדן אין דעם זין אז ס'איז דא א זארג אז זרע גיסט זיך אויס וואס וועט נישט ברענגען קיין שוואנגערשאפט. ענדערש מיינט עס אז דער מענטש וואס טוט בכוונה די דאזיגע מעשים נעמט זיינע נארמאלע סעקסועלע כוחות, וואס קענען און דארפן ווערן גענוצט אינעם ריכטיגן ראם פון א געזונטע סעקסועלע באציאונג, און ער פארשווענדט עס פאר צוועקן וואס קענען אים פירן אויף א קרומען וועג. עווענטועל קען דאס פירן צו שרעקליכע זאכן אויב מען מאכט זיך א געוואוינהייט פון באפרידיגן די סעקסועלע תאוות אויף אומגעזונטע וועגן.

די פארשידענע מאמרי חז"ל פאלגן דעריבער נאך לאגיש. די גמרא גייט ווייטער צו פארגלייכן הוצז"ל צו די דריי הארבע עבירות: עבודה זרה, רציחה, און גילוי עריות. כאטש דאס הערט זיך גאנץ הארב, וואלט קיין שום שכל'דיגער מענטש נישט געטראכט אז דאס מיינט פשוטו כמשמעו. די גמרא זאגט אזויפיל אזעלכע סטעיטמענטס, למשל:

  1. בבא מציעא נ"ח ע"ב: תני תנא קמיה דרב נחמן בר יצחק, כל המלבין פני חבירו ברבים כאילו שופך דמים.
יעדער וואס פארשעמט זיין חבר ברבים איז אזוי ווי ער וואלט פארגאסן בלוט.

  1. סוטה מ"ו ע"ב: אמר רבי יוחנן משום רבי מאיר כל שאינו מלוה ואינו מתלוה כאילו שופך דמים.
יעדער וואס באגלייט נישט אן אורח אדער לאזט זיך נישט באגלייטן, איז אזוי ווי ער וואלט פארגאסן בלוט.

  1. שבת ק"ה ע"ב: רבי שמעון בן אלעזר אומר משום חילפא בר אגרא שאמר משום רבי יוחנן בן נורי: המקרע בגדיו בחמתו והמשבר כליו בחמתו והמפזר מעותיו בחמתו יהא בעיניך כעובד עבודה זרה שכך אומנתו של יצר הרע היום אומר לו עשה כך ולמחר אומר לו עשה כך עד שאומר לו עבוד עבודה זרה והולך ועובד.
דער וואס צורייסט זיינע קליידער אין זיין כעס, און דער וואס צוברעכט זיינע כלים אין זיין כעס, און דער וואס צעווארפט זיין געלט אין זיין כעס, זאל זיין ביי דיר אין די אויגן ווי איינער וואס דינט עבודה זרה. ווייל אזוי איז די ארבעט פונעם יצר הרע: היינט זאגט ער אים טו אזוי, און מארגן זאגט ער אים טו אזוי, ביז ער זאגט אים גיי דין עבודה זרה און ער גייט און דינט.

די ליסטע פון אזעלכע מאמרים קען גיין אויף אייביג, איך האב נאר געברענגט עטליכע באקאנטע ביישפילן פון ענליכע סטעיטמענטס. דער דריטער ציטאט, פון שבת ק"ה ע"ב, גלייב איך אבער איז ספעציעל נוגע פאר אונזער שמועס. רבי יוחנן בן נורי לערנט אונז א זייער ענליכן לימוד צו דעם וואס ווערט געלערנט אין נדה בנוגע בכוונה'דיגע הוצז"ל אין א קאנטעקסט וואס קען פירן א מענטש אויף א דעסטרוקטיווען וועג. פונקט ווי צוברעכן כלים אין כעס איז טעכניש גערעדט נישט קיין איסור פאר זיך אליינס (כאטש עס קען ווערן פאררעכנט אלס בל תשחית), קען אבער אזא אויפפירונג, אויב עס ווערט א געוואוינהייט, פירן א מענטש אויף א דעסטרוקטיווען וועג. ענליך צו דעם, הוצז"ל, ווען עס ווערט געטון אין א נישט-פאסיגן קאנטעקסט, קען פירן א מענטש אויף א געפערליכן וועג.

איך וועל דא גיין אויף א דינעם צווייג און זאגן ווי פאלגנד. דער ריכטיגער אויסדרוק פון סעקסואליטעט אין די אויגן פון די חכמים איז אינעם קאנטעקסט פון נישואין (אדער כאטש, אינעם קאנטעקסט פון אן ערוואקסענע, אפגעמאכטע, ערנסטע באציאונג אויב מען רעכנט אריין געוויסע היסטארישע און לעגאלע אומשטענדן, זע צבי זוהר דא). דאס איז פארוואס די חכמים האבן געמוטיגט חתונה צו האבן יונגערהייט, כדי די אפטמאל הפקר'דיגע סעקסועלע אויפפירונג וואס איז מסתבר צו פאסירן ווען יוגנטליכע בלייבן אומפארהייראט זאל זיי נישט פירן אויף א דעסטרוקטיווען וועג. איך טו נישט יעצט רעקאמענדירן אז אונזער יוגנט זאל חתונה האבן אין אן אומפאסיג יונגן עלטער כדי צו פארמיידן דעם פראבלעם. אבער, עס איז גאר געווענליך פאר א געזונטן יונגן מאן צו האבן א נארמאלע סעקסועלע תאווה, און צוליב דעם גרויסן דראנג נכשל צו ווערן אין הוצז"ל. אויב א יונגערמאן מיט א נארמאלן און געזונטן סעקסועלן דראנג ווערט געלערנט וואס זיכערע, געזונטע, פאסיגע סעקסועלע אינטעראקציעס דארפן זיין, דאן איז נישטא קיין סיבה אז די מעשה זאל פירן אין סיי וועלכע אומפאסיגע ריכטונג. אדרבה, ווען עס ווערט ריכטיג געפירט, וועט עס אים האפנטליך געבן א געלעגנהייט צו טראכטן וואס א געזונטע סעקסועלע באציאונג איז. איין טאג, וועט ער טרעפן די ריכטיגע שותף און עוסק זיין אין וואס דארף צו זיין איינס פון די מערסט באלוינענדע אספעקטן פון א ריכטיגע ערוואקסענע באציאונג.

אנשטאט דעם, צו אפט, וואס מיר לערנען דעם יונגערמאן איז שולד און בושה. קיין שום פרואוו ווערט נישט געמאכט אים צו לערנען אז סעקסועלע תאוות זענען א נארמאלער טייל פון זיין א מענטש. קיין שום פרואוו ווערט נישט געמאכט אים צו לערנען אז זוכן געזונטע ערפילונג פון די תאוות איז נישט נאר אקצעפטירבאר נאר גאר דער רצון ה'. מאכט דאס אים מער מסתבר צו נעמען דעם פאלשן וועג און זוכן ערפילונג פון סעקסועלע תאוות אויף אן אומפאסיגן אופן? וועט דאס אים פירן צו ענדערש עובר זיין אויף עכטע עבירות?

מאדערנע וויסנשאפט קוקט נישט אן מאסטורבאציע אלס אן עבירה אדער א פראבלעם בכלל. עס ווערט פאררעכנט אלס נארמאלע געזונטע אויפפירונג. דערפאר, אויב א יונגער פרומער מאן האט זיך געפילט שולדיג וועגן הוצז"ל און ער איז געגאנגען רעדן מיט א סעקולער-טרענירטן טעראפיסט, וואלט ער אדער זי אים געזאגט אז דאס איז נארמאל און ער זאל זיך נישט זארגן דערוועגן. ער קען דעמאלט געלערנט ווערן וועגן נארמאלע סעקסועלע אויפפירונג און אזוי ארום זיך אומגיין מיט זיינע שולד געפילן. אויב אנשטאט דעם ווערט ער געלערנט אז וואס ער האט געטון איז א שרעקליכע עבירה גלייך צו רציחה, וועט ער דעמאלט בלייבן שטעקן אין א שרעקליכן פלאנטער פון געפילן פון בושה, זעלבסט-האס, שוואכקייט און אפשר אפילו כעס. איך האב נישט געקענט טרעפן קיין דאטא צו שטיצן דעם געדאנק אז די געפילן קענען זיכער פירן צו ווילדע אויפפירונג, פארלאזן דעם דרך התורה, הפקרות אדער ערגער. אבער עס איז זיכער דא א סאך אנעקדאטאלע באווייזן וואס שטיצן דאס.

איין אזא מעשה ראט איך אייך צו ליינען וואס געפינט זיך דא. אין דעם פאל, האבן די שולד געפילן בנוגע הוצז"ל טאקע געפירט צו ווילדע אויפפירונג פון כעס און שלעכטע סאציאלע באנעמונג. צו זיין מזל, האט דער יונגערמאן געקענט באקומען פאסיגע הילף. וואס האט מיר דאס מערסטע געכאפט, איז געווען וויאזוי נאך די פאסיגע לערנונגען, האט ער זיך געלערנט צו רעספעקטירן פרויען אויפ'ן ריכטיגן אופן. דער ארטיקל דא קען אויך פירן צו מער אינפארמאציע איבער דעם נושא. איך רעקאמענדיר אויך צו קוקן אויף דעם בלאג פאוסט וואס קען אייך פירן צו מער אינפארמאציע אויך.

דאס דארף אבער צו זיין א הלכה'דיגער בלאג, נישט קיין סאציאלע קאמענטאר אויף דעם פרומען אידנטום, טא אין מיין קומענדיגן פאוסט וויל איך צוריקגיין אויף די רעלסן. יעצט אז מיר האבן באהאנדלט די נושא אין די תקופה פון חז"ל, וועלן מיר גיין ווייטער צו די תקופה פון די ראשונים.
 
ס'קומט נאך די המשך? איך ווארט שוין.
 
Back
Top