חלק ב - איבערגעטייטשט פון
דא
מקורות אין די תורה און די מעשה פון אונן
ווען מ'קומט צו רעדן פון אזא ברייטע נושא ווי מאסטורבאציע אין הלכה, איז שווער צו וויסן פון וואנעט אנצוהייבן. דערפאר איז די בעסטע וועג אנצוהייבן פון די ערשטע עיקר'דיגע פסוקים אין די תורה וואס רעדן דערפון, און דאס איז די מעשה פון אונן אין די תורה. דאס איז די ערשטע און מערסט מפורש'דיגע דערמאנונג פון "הוצאת זרע לבטלה" אין די תורה, און יעדע זוך פאר א מקור אין די תורה פאר דעם איסור מוז זיך דא אנפאנגען.
איך האב במשך די יארן געזען אז ס'איז כדאי איינצוטיילן יעדע לימוד פון א פרשה אין די תורה אין צוויי באזונדערע חלקים. עס איז דא וואס איך וועל אנרופן "פרשנות" און וואס איך וועל אנרופן "הלכה'דיג". איך ווייס אז פילע טראדיציאנאלע מקורות האבן ליב צו רעדן פון "פרד"ס", וואס צעטיילט די באדייט פון יעדן פסוק אויף פיר קאטעגאריעס: פשט – דער פשוט'ער טייטש, רמז – באדייטונגען וואס זענען נאר א רמז אבער נישט מפורש, דרוש – געווענליך מוסר'דיגע געדאנקען וואס מ'קען ארויסלערנען פונעם פסוק, און סוד – וואס מיינט געווענליך באהאלטענע קבלה'דיגע באדייטונגען. אבער, איך האלט אז ס'איז מער ניצבאר צוזאמצונעמען אלע פיר קאטעגאריעס אין איינס און דאס אנרופן "פרשנות".
פרשנות אין מיין סיסטעם מיינט די גאנצע וועלט פון ליטעראטור וואס לערנט און טייטשט דעם פסוק. דאס נעמט אריין א ריזיגע אויסוואל פון סטילן, מסורות, און מהלכים. די אויסוואל גייט פון קבלת האר"י ביז די ראשונים וואס זענען געגאנגען מיטן שכל, און ביז וויסנשאפטליכע און היסטארישע פארשונגען.
הלכה'דיג באציט זיך ספעציפיש צו וויאזוי א פסוק ווערט גענוצט ארויסצולערנען דערפון למעשה'דיגע הלכה. דאס גייט געווענליך אויפ'ן באקאנטן אנגענומענעם סדר פון די פירושים אין די גמרא צו די ראשונים, רמב"ם, אחרונים, טור, שולחן ערוך, פוסקים, שאלות ותשובות, וכו'.
איך וועל אנפאנגען מיט אן אנאליז פון די "פרשה" פון אונן פון א "פרשנות" שטאנדפונקט. פארשטייט זיך אז ס'איז אוממעגליך צו באהאנדלען די (אדער סיי וועלכע) פרשה אין די תורה אויף אן אופן וואס נעמט ארום אלעס דא אויף דעם בלאג אין אזא פאוסט. אבער, איך האף יא צו געבן אן אלגעמיינעם טעם וויאזוי די פרשה איז און קען ווערן אויסגעטייטשט און ערקלערט פון עטליכע הויפט שטאנדפונקטן. איך וועל פארשטייט זיך אנפאנגען מיט פשוט'ן פשט. מיט "פשט" מיינט מען דאס פשוט'ע ליינען פונעם טעקסט, לויט דעם כלל "אין מקרא יוצא מידי פשוטו".
דער בעסטער באהאנדלונג וואס איך האב נאר געזען פון די פרשה פון א "פשט" שטאנדפונקט, געפינט זיך אינעם דאקטאראט טעזיס פון שילה פכטר מיטן נאמען "
שמירת הברית", וואס איז אריינגעגעבן געווארן דעצעמבער 2006.
צוזאמצונעמען זיין מהלך, דורכליינען די פרשה מאכט קלאר אז די תורה פרובירט צו אונטערשטרייכן די וויכטיקייט פונעם המשך און קיום פון די משפחה'ס אפשטאם. די חטא פון אונן איז געווען קלאר, לויט'ן פסוק, צוליב דעם וואס ער האט נישט געוואלט צולייגן א האנט אויפצושטעלן א נאמען פאר זיין פארשטארבענעם ברודער. דערפאר האט ער "משחית געווען זיין זרע" אנשטאט צו לאזן תמר ווערן טראגעדיג. די איבעריגע פרשה גייט ווייטער מיט דעם געדאנק, און צייגט ווי דער אויבערשטער'ס פלאן ארויסצוברענגען די צוקונפטיגע מלכי ישראל, און אפילו משיח אליינס, איז ווייטער אנגעגאנגען דורך יהודה און תמר. דער חטא פון אונן לויט פשט, איז דעריבער געווען אז ער האט נישט געוואלט טון זיין טייל אין דער פארזעצונג פון זיין פאמיליע'ס נאמען און מיסיע.
ווייטער וויל איך דערמאנען דעם קבלה'דיגן צוגאנג צו דער פרשה. אין דעם אנאליז, גלייב איך אז דער צוגאנג איז בפרט וויכטיג. דאס איז ווייל איך גלייב אז די השפעה פון קבלה אויף וויאזוי דער הלכה'דיגער צוגאנג צו מאסטורבאציע האט זיך אנטוויקלט איז געווען זייער גרויס. ווי מיר וועלן ווייטער אריינקריכן אין דעם נושא, האף איך דאס צו באווייזן.
דער קבלה'דיגער צוגאנג איז פארשטייט זיך אדורך פילע גילגולים במשך די יארן, קבלת האר"י, חסיד'ישע צוגאנגען (סיי חב"ד און סיי "נישט-חב"ד"), און אנדערע שיטות אין קבלה. אבער, אלע הייבן זיך אן מיטן יסוד'דיגן ספר פון קבלה, דער זוהר. וועל איך דא ברענגען מיין אייגענעם איבערטייטש פון די ווערטער פונעם זוהר אויף דער פרשה. איך טו בכלל נישט טראכטן אז דאס איז אפילו נאנט צו א פולן אנאליז פון די פרשה פון אונן אין די מקורות פון קבלה. אבער, איך גלייב אז עס וועט זיין אויסערגעווענליך קלאר פון אנהייב אן וויאזוי דער זוהר, און כמעט אלע קבלה'דיגע ספרים וואס גייען אין זיינע טריט, קוקן אן די באדייט פון די חטא פון אונן.
"וירע בעיני ה' אשר עשה וימת גם אותו" (בראשית לח:י) … ותא חזי, בכל אינון חובין דאסתאב בהו בר נש בהאי עלמא, דא איהו חובא דאסתאב ביה בר נש יתיר בהאי עלמא ובעלמא דאתי, מאן דאושיד זרעיה בריקניא, ואפיק זרעא למגנא בידא או ברגלא ואסתאב ביה, כמה דאת אמר (תהלים ה ה) כי לא אל חפץ רשע אתה לא יגורך רע, בגין דא לא עאל לפרגודא, ולא חמי סבר אפי עתיק יומין, כמה דתנינן כתיב הכא לא יגורך רע, וכתיב ויהי ער בכור יהודה רע בעיני יהו"ה, ובגין כך כתיב (ישעיה א טו) ידיכם דמים מלאו. (ח"א קפח ע"א).
דא איז מיין איבערטייטש:
"וירע בעיני ה' אשר עשה וימת גם אותו" (בראשית לח:י) ... קום און זע, פון אלע עבירות וואס א מענטש קען זיך מטמא זיין אויף דער וועלט, איז דאס די עבירה מיט וואס א מענטש קען זיך די מערסטע מטמא זיין, סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט. דער וואס איז מוציא זרע לבטלה, און איז מוציא זרע מיט זיין האנט אדער פיס און איז זיך מטמא דערמיט. ווי ס'שטייט (תהלים ה:ה) 'כי לא א-ל חפץ רשע אתה לא יגורך רע'. דערפאר וועט ער נישט אריינגין אין די מחיצה און נישט זעהן די שיינעדיגע פנים פונעם "עתיק יומין" (די גילוי השכינה וואס די צדיקים וועלן זען לעולם הבא), אזויווי מיר האבן געלערנט: ס'שטייט דא 'לא יגורך רע' און ס'שטייט אויך (בראשית לח:ז) 'ויהי ער בכור יהודה רע בעיני ה'' (דא מאכט דער זוהר די הנחה אז דער חטא פון ער איז געווען די זעלבע ווי דער חטא פון זיין יינגערן ברודער אונן – וואס די תורה זאגט נישט קלאר, אבער דער זוהר – און דער גמרא אויך, ווי מיר וועלן זען – מאכן די הנחה). וועגן דעם שטייט אויך געשריבן (ישעיהו א:טו) 'ידיכם דמים מלאו'."
דער זוהר מאכט עטליכע הנחות און טענות וואס זענען בכלל נישט קענטיג אין די פסוקים פון די תורה, אבער דאס פארעמט דעם יסוד פון אלע שפעטערדיגע קבלה-באאיינפלוסטע פארשטאנדן פון דער פרשה. דער זוהר נעמט אן אז:
- די חטא פון אונן איז די עבירה פון "הוצאת זרע לבטלה" (אנדערש ווי די חטא פון נישט וועלן ממשיך זיין די משפחה'ס נאמען אדער אן אנדער הסבר).
- די חטא פונעם עלטערן ברודער ער (וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט אין די תורה) איז אויך די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה.
דער זוהר מאכט אויך די פאלגנדע טענות:
- די טעם פאר די עבירה פון הוצאת זרע איז אז עס איז גלייך ווי רציחה.
- איינער וואס איז שולדיג אין הוצאת זרע האט נישט קיין חלק אין עולם הבא.
איבעריג צו זאגן, די הנחות און טענות זענען גאר שטארק. פאר די שיטות אין אידישקייט וואס זענען שטארק באאיינפלוסט געווארן פונעם זוהר, וואס דאס נעמט אריין אויף פארשידענע וועגן רוב פונעם היינטיגן מעינסטריעם הלכה'דיגן אידנטום, האט דאס געהאט א זייער שטארקע השפעה אויף וויאזוי מאסטורבאציע ווערט באטראכט און וויאזוי די מעשה פון אונן ווערט אויסגעטייטשט.
איך וויל יעצט צוריקגיין צום ענין פון פשט, אבער דאס נעמען אביסל טיפער. כאטש דער פעכטער טעזיס וואס איך האב דערמאנט נעמט דעם צוגאנג פון אן אנאליז פונעם טעקסט אליינס, איז פארשטייט זיך פארהאן א ריזיגע און רייכע מסורה פון מפרשים וואס טייטשן דעם טעקסט לויט זיין פשוט'ן באדייט. איך מיין אז ס'איז קלאר פאר יעדן וואס לערנט תורה מיט די טראדיציאנאלע מפרשים אז יעדער פירוש האט א צוגאנג וואס איז באאיינפלוסט פון פילע פאקטארן, אריינגערעכנט די גמרא, מדרש, הלכה, פארשידענע פילאזאפישע שיטות, קבלה, און אנדערע היסטארישע פאקטארן.
דער מערסט באקאנטער און מערסט איינפלוסרייכער איז פארשטייט זיך רש"י, וואס ניצט כסדר די גמרא, מדרש, און הלכה אין זיינע פירושים אויף פשט. דערפאר, אין די מוחות פון רוב ליינער פון דעם בלאג, בלייבט רש"י'ס פירוש אויף דער פרשה די מערסט באקאנטע הסבר פון די לימודים פון די מעשה פון אונן.
צוזאמצונעמען רש"י, די חטא פון ער איז געווען אז ער האט נישט געוואלט אז זיין ווייב'ס שיינקייט זאל פארמיאוס'ט ווערן דורך א שוואנגערשאפט, און דערפאר האט ער משחית געווען זיין זרע אנשטאט האבן תשמיש אויפ'ן נאטורליכן אופן. רש"י'ס מקור איז די גמרא אין יבמות, און מיר וועלן דערין אריינגיין שפעטער אין דעם בלאג בהרחבה. דאס איז א קלאסישער ביישפיל וויאזוי רש"י ניצט אן אויסטייטש פון די גמרא צו מסביר זיין דעם פשוט'ן פשט אין פסוק. רש"י, אין זיין געווענליכן סטיל, ניצט די גמרא צו ערקלערן דעם פשוט'ן פשט פונעם פסוק, אפילו וואס דער פסוק זאגט נישט גארנישט בפירוש וועגן תמר'ס שיינקייט אדער אז ער האט משחית געווען זיין זרע.
פילע אנדערע באקאנטע מפרשים גייען אין רש"י'ס טריט ווען זיי טייטשן די חטא פון ער, אריינגערעכנט דער רשב"ם און אנדערע. אבער, ס'איז מערקבאר, אז דער רמב"ן טייטשט בפירוש אז די תורה זאגט נישט וואס די חטא פון ער איז געווען, און לאזט עס אפן פאר פירושים. אבן עזרא, רמב"ן, און פילע אנדערע פאקוסירן אויף די חטא פון אונן אלס די רצון נישט צו ממשיך זיין זיין ברודער'ס משפחה'ס נאמען, וואס האלט זיך אסאך נענטער צום פשוט'ן פשט פונעם טעקסט. זיי קלויבן אויס בכלל נישט צו רעדן פון די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה ווען זיי טייטשן די פרשה, וויבאלד ס'איז נישט נויטיג צו פארשטיין דעם טעקסט. דער רמב"ן גייט יא אריין אין די טיפעניש מסביר צו זיין די סודות'דיגע באדייט פון די מצות יבום אין ממשיך זיין דעם ברודער'ס נאמען. כאטש ער פארט אריין טיף אין א סודות'דיגן נושא, בלייבט ער נאך אלץ אינערהאלב דעם פשוט'ן פשט פונעם טעקסט וואס דערמאנט טאקע אז אונן האט געזינדיגט אין דעם וואס ער האט נישט געוואלט מקיים זיין די מצוה.
צוזאמצונעמען: אין דעם פאוסט האב איך פרובירט ארויסצוברענגען עטליכע צוגאנגען וויאזוי צו לערנען די מעשה פון אונן. איך האב באוויזן אז א פשוט'ע קריאה פון די תורה זאגט גארנישט וועגן די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה, אבער אז פארשידענע מסורות האבן ארויפגעלייגט די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה אויף דער פרשה כדי צו ערקלערן די מעשה. רש"י האט גענוצט די גמרא און דעם הלכה'דיגן מהלך צו ערקלערן די מעשה, און דער זוהר האט גענוצט זיין פארשטאנד פון די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה כדי צו ערקלערן די פרשה. רמב"ן און אבן עזרא האבן גענוצט דעם פשוט'ן פשט פונעם טעקסט און האבן נישט גענוצט ניטאמאל די גמרא אדער מדרשים'דיגע מקורות כדי צו פארשטיין דעם טעקסט.
איך בעט אייך צו האבן געדולד ווי מיר גייען אדורך דעם נושא. עס זענען פארהאן פילע אנדערע פארגעשלאגענע מקורות פאר דעם איסור וואס מיר וועלן זיך באגעגענען ווי מיר גייען אדורך דעם הלכה'דיגן אנאליז, און א הלכה'דיגער אנאליז פון דער פרשה וועט נאכפאלגן. פאר די וואס זענען באקאנט מיט מיין סטיל, ווייסט איר שוין אז איך וועל פרובירן נישט איבערצולאזן קיין שטיין אומגעדרייט, אבער עס נעמט צייט. איך נעם גערן אן הערות, קריטיק, וכו', ווייל איך האלט אז ס'איז א געוואלדיגע מקור פון אינפארמאציע, קעגנזייטיגע מחשבות, און מיינונגען. וואס איר זאגט מיר האט א שטארקע השפעה אויף מיין דענקען, וויבאלד איך פרוביר אלעמאל צו האלטן אן אפן מוח.
אינעם קומענדיגן פאוסט פלאן איך צו רעדן איבער די ענינים פון טומאה וטהרה – און איר השפעה אויפ'ן איסור פון הוצאת זרע לבטלה.