חלק ו' - לייכט געבויעט אויף
דאס
די שיטה פונעם רמב"ם
צו פארשטיין דעם רמב"ם געהעריג איז א קריטיש וויכטיגער טריט איידער מיר הייבן אן צו באשרייבן די שיטות פון די אנדערע ראשונים (די ליטעראטור פון בערך דעם 11טן יארהונדערט ביז דעם 16טן יארהונדערט), וויבאלד דער רמב"ם איז גאר אנדערש פון וואס מיר טרעפן אין די אנדערע ראשונים.
די שיטה פונעם רמב"ם אין דעם ענין קען מען דאס בעסטע פארשטיין דורכ'ן צעטיילן זיינע געדאנקען בנוגע הוצאת זרע לבטלה אין צוויי קאטעגאריעס:
- געזונטהייט סיבות.
- בכוונה'דיגע אנרייצונג פון סעקסועלע תאוות אין אומפאסיגע אומשטענדן און אופנים, וואס נעמט אפט אריין הוצאת זרע, און קען פירן צו גילוי עריות.
געזונטהייט זארגן
דער רמב"ם זאגט ווי פאלגנד:
שכבת זרע היא כח הגוף וחייו ומאור העינים, וכל זמן שתצא ביותר הגוף כלה וכחו כלה וחייו אובדים והוא שאמר שלמה בחכמתו: "אל תתן לנשים חילך". וכל השטוף בבעילה, זקנה קופצת עליו וכחו תשש ועיניו כהות וריח רע נודף מפיו ומשחיו, ושער ראשו וגבות עיניו וריסי עיניו נושרות, ושיער זקנו ושחיו ושיער רגליו רבה, ושיניו נופלות והרבה כאבים חוץ מאלו באים עליו. ואמרו חכמי הרופאים: אחד מאלף מת בשאר חלאים, והאלף מרוב התשמיש, לפיכך צריך אדם להיות זהיר בדבר זה אם רצה להיות בטובה, ולא יבעול אלא כשאז ימצא גופו בריא וחזק ביותר והוא מתקשה הרבה שלא לדעתו, ומסיח עצמו לדבר אחר והקישוי בו כשהיה, וימצא כובד ממתניו ולמטה וכאלו חוטי הבצים נמשכים ובשרו חם, זה צריך לבעול ורפואה לו שיבעול. ולא יבעול אדם והוא שבע או רעב אלא אחר שיתעכל המזון שבמעיו, ויבדוק נקביו קודם בעילה ולאחר בעילה, ולא יבעול מעומד ולא מיושב ולא בבית המרחץ ולא ביום שיכנס למרחץ ולא ביום הקזה ולא ביום יציאה לדרך או ביאה מן הדרך, לא לפניהם ולא לאחריהם. (רמב"ם, הלכות דעות ד:יט).
איבערגעטייטשט:
שכבת זרע איז דער כוח און לעבן פונעם גוף, און דאס ליכטיגקייט פון די אויגן, און ווען עס גייט ארויס צופיל, ווערט דער גוף צוגאנגען, זיין כוח ווערט צוגאנגען און ער פארלירט דאס לעבן, אזוי ווי שלמה האט געזאגט אין זיין חכמה: 'זאלסט נישט געבן פאר פרויען דיין כח'. ווער עס איז פארזינקען אין בעילה, עלטערט זיך פאר די צייט, זיין כוח ווערט אפגעשוואכט, זיינע אויגן ווערן פארטונקלט, א שלעכטער ריח גייט ארויס פון זיין מויל און פון אונטער זיינע ארעמס; די האר פון זיין קאפ, אויגן ברעמען, און אויגן-לעדלעך פאלן ארויס; די האר פון זיין בארד, פון אונטער די ארעמס און פון זיינע פיס וואקסן גרעסער, זיינע ציין פאלן ארויס, און נאך פילע אנדערע מחלות חוץ פון דעם קומען אויף אים. און די קלוגע דאקטוירים האבן געזאגט: 'איינער פון טויזנט שטארבט פון אנדערע קרענק, און די איבעריגע טויזנט שטארבן פון צופיל תשמיש'.
דערפאר דארף א מענטש זיין פארזיכטיג אין דעם ענין, אויב ער וויל לעבן א גוט לעבן. ער זאל נישט בועל זיין, נאר ווען זיין גוף איז געזונט און זייער שטארק, און ער האט אפט א 'קישוי' (ערעקשאן) אומווילנדיג און ער פרובירט צו טראכטן פון אנדערע זאכן און דער קישוי איז נאך אלץ דא אזויווי עס איז געווען, און ער שפירט א שווערקייט פון די לענדן און אראפ, און ס'איז כאילו די אדערן פון די ביצים ציען זיך, און זיין גוף איז הייס, אזא איינער דארף בועל זיין און עס איז א רפואה פאר אים ער זאל בועל זיין. א מענטש זאל נישט בועל זיין ווען ער איז זאט און נישט ווען ער איז הונגעריג, נאר נאכדעם וואס דאס עסן אין זיינע געדערים איז פארדייעט געווארן. און ער זאל בודק זיין אויב ער דארף ארויסגיין פאר תשמיש און נאך תשמיש. און ער זאל נישט בועל זיין שטייענדיג, און נישט זיצנדיג; און נישט אין בית המרחץ, און נישט אין דעם טאג וואס ער גייט אין מרחץ; און נישט אין דעם טאג פון מקיז דם זיין; און נישט אין דעם טאג וואס מען גייט ארויס אין וועג אדער מען קומט צוריק פון וועג – נישט פאר דעם און נישט נאך דעם.
אין דעם שטיקל ציטירט דער רמב"ם פון זיין מעדיצינישע ידיעה. דאס איז געווען די אנגענומענע מיינונג אין יענע צייטן אין די מעדיצינישע וועלט, בעיקר באאיינפלוסט פון פלאטא, אריסטו, גאלינוס און אנדערע: אז צופיל הוצאת זרע נעמט אוועק דעם כוח פונעם גוף און ברענגט מחלות, אבער אז איינהאלטן צופיל זרע אן הוצאה איז אויך נישט געזונט. די פארבינדונג צווישן זען און "זרע" איז אויך געווען שטארק פארשפרייט אין די אור-אלטע וועלט. אלזא, איין סיבה צו פארמיידן הוצאת זרע איז געווען פארבונדן מיט געזונטהייט, וואס לויט'ן רמב"ם איז דאס דעריבער אויך א מחייב'דיגער רעליגיעזער פרינציפ. דערפאר איז עס אריינגערעכנט אין זיין הלכה ספר, דעם משנה תורה.
אינטערעסאנט איז, אז דעם רמב"ם'ס זארג פאר געזונטהייט קען אויך אמאל פארלאנגען אז א מענטש זאל יא מוציא זרע זיין. ווי ער זאגט: "וכן כשיבעול לא יבעול אלא כדי להברות גופו וכדי לקיים את הזרע" – "אזוי אויך ביים בועל זיין זאל מען נישט בועל זיין נאר פאר א רפואה פארן גוף אדער צו האבן קינדער" (רמב"ם, הלכות דעות ג:ב). אין דעם רמב"ם'ס מעדיצינישע כתבים באשרייבט ער ווי אזוי זרע וואס ווערט איינגעהאלטן צו לאנג קען זיין שעדליך, און אמאל מוז עס ארויסגיין פאר געזונטהייט סיבות, מיט דעם חזר'ט ער איבער די ווערטער פון גאלינוס און אנדערע.
פירן צו סעקסואלע אומ-מאראליטעט (גילוי עריות)
די צווייטע סיבה פארוואס דער רמב"ם האלט אז הוצאת זרע איז פראבלעמאטיש, איז ווייל ער איז באזארגט אז ווען איינער איז זיך בכוונה מגרה און ברענגט זיך דערמיט צו באפרידיגן זיינע סעקסועלע תאוות, און ער איז מוציא זרע נישט אין דעם קאנטעקסט פון נארמאלע תשמיש, אדער נישט אויפן נארמאלן אופן פון געווענליכע תשמיש, קען דאס פירן צו אן אומגעזונטן לעבנסשטייגער און הפקרות.
צוליב דעם פירט דער רמב"ם אריין דעם נושא אין הלכות איסורי ביאה, וואו דער רמב"ם רעדט פון גדרים און הרחקות צו גילוי עריות:
"אסור להוציא שכבת זרע לבטלה, לפיכך לא יהיה אדם דש מבפנים וזורה מבחוץ, ולא ישא קטנה שאינה ראויה לילד. אלו שמנאפין ביד ומוציאין שכבת זרע, לא די להם שאיסור גדול הוא אלא שהעושה זה בנידוי הוא יושב, ועליהן נאמר 'ידיכם דמים מלאו' וכאילו הורג הנפש." (רמב"ם, הלכות איסורי ביאה כא:יח).
איבערגעטייטשט:
"עס איז אסור מוציא צו זיין שכבת זרע לבטלה. דעריבער טאר א מענטש נישט זיין 'דש מבפנים וזורה מבחוץ' (דאס הייסט, אנהייבן די ביאה אינעווייניג און ענדיגן אינדרויסן), און ער טאר נישט חתונה האבן מיט א קטנה וואס איז נישט ראוי צו האבן קינדער. די וואס זענען מנאף מיט די האנט און זענען מוציא שכבת זרע, איז נישט גענוג וואס דאס איז א גרויסער איסור, נאר דער וואס טוט דאס איז אין נידוי, און אויף זיי איז געזאגט געווארן 'ידיכם דמים מלאו' (אייערע הענט זענען פול מיט בלוט), און ס'איז כאילו ער הרג'עט א נפש."
אין דעם רמב"ם'ס שמועסן איבער די ענינים, ווערט הוצאת זרע שטענדיג דיסקוסירט אין דעם קאנטעקסט פון אנדערע עבירות וואס זענען א פראבלעם צוליב די זארג פאר אלגעמיינע הפקרות און וואו די מעשים קענען עווענטועל פירן. ער גייט ווייטער צו דיסקוסירן אז מ'זאל זיך נישט פארנעמען מיט זאכן וואס זענען געמאכט זיך צו מגרה זיין, נאר ענדערש זאל מען פארברענגען די צייט מיט הייליגערע זאכן. ער רעדט וועגן אומנויטיגע נארישקייטן (flirting) מיט פרויען, קוקן אויף פרויען ווען זיי זענען פארנומען מיט פריוואטע אקטיוויטעטן, אפילו באטראכטן פרויענ'ס קליידער אויף אזא וועג אז עס ברענגט א גירוי. ער רעדט וועגן נישט נאכגיין פרויען אין מארק אדער זיך דרייען נעבן פלעצער וואס האבן א שלעכטן נאמען. אין דעם הינזיכט, שטעלט דער רמב"ם צוזאם הוצאת זרע אינאיינעם מיט די אקטיוויטעטן וואס קענען פירן א מענטש אויף א שלעכטן וועג. אנשטאט דעם רעקאמענדירט ער אז מיר זאלן פארברענגען אונזער צייט מיט פאסיגע אקטיוויטעטן.
עס איז אינטערעסאנט אז דער רמב"ם פארשטייט אז "דש מבפנים וזורה מבחוץ" איז אויך עפעס וואס קען ברענגען צו גילוי עריות, כאטש דאס קומט פאר צווישן א פארהייראט פארפאלק. ווארשיינליך ווייל דאס איז אן אקט וואס איז דירעקט פארקערט פון די נארמאלע צורה פון געווענליכע באציאונגען. דער רמב"ם שרייבט דאך אז דער עיקר ציל איז צו האבן קינדער, דערפאר איז דאס אן אפנייג פון נארמאלע באציאונגען, און טון אזעלכע סארט אקטן וועט אנרייצן א מענטש'ס תאוות און ער וועט זיך נישט קענען אפשטעלן ביי דעם.
לויט ווי עס זעט אויס אינעם רמב"ם, איז דאס טאקע געווען דער חטא פון ער און אונן – נישט דאס עצם זיך מונע זיין פון פריה ורביה, נאר דער פאקט אז זייער סעקסועלע אויפפירונג איז געווען אומנארמאל און הפקר'דיג. און טאקע צוליב דעם איז דער רמב"ם פיל שארפער אויף הוצאת זרע (המקשה עצמו לדעת) ווי אויף "דש מבפנים וזורה מבחוץ", וויבאלד סתם הוצז"ל דורך אנרייצן זיך אליינס איז נאך סאך מער עלול צו פירן צו פראבלעמען און גילוי עריות.
דעם זעלבן געדאנק זעט מען אין רמב"ם פירוש המשניות (סנהדרין פ"ז מ"ד), אז הוצז"ל איז אסור צוליב די קאנסעקווענצן וואס עס קען ברענגען. ער שרייבט דארט אז מ'זאל זיך דערווייטערן פון פרעמדע פרויען:
"והטעם בכך שלא יבוא לידי הרהור אבל אין בזה מלקות, וכבר הזהירו חכמים מאד על ההרהור והרחיקו מגורמיו, והאריכו לירא ולהפחיד מקשה עצמו לדעת, ומוציא שכבת זרע לבטלה, וביארו שכל זה אסור, אבל לא חייבו מלקות בשום דבר מסוג זה."
איבערגעטייטשט: "און דער טעם דערפון איז כדי ער זאל נישט קומען לידי הרהור, אבער מען באקומט נישט קיין מלקות דערויף. די חכמים האבן שוין זייער שטארק געווארנט אויף הרהור און דערווייטערט פונעם גורם זיין דערצו, און זיי האבן מאריך געווען צו ווארפן א פחד אויף איינעם וואס איז זיך מקשה לדעת און איז מוציא שכבת זרע לבטלה, און קלארגעשטעלט אז דאס אלעס איז אסור, אבער זיי האבן נישט מחייב געווען קיין מלקות אויף קיין שום זאך פון דעם סארט."
(ווען דער רמב"ם שרייבט אין משנה תורה "די וואס זענען מנאף מיט די האנט", טייטשט ער איבער דעם טערמין פון די גמרא "ניאוף ביד וברגל" ארויפצוגיין אויף הוצאת זרע. אבער אין פירוש המשניות האט ער אן אנדערע ביאור אויף די גמרא:
"והבא על ערוה מן העריות דרך איברין או שנשק אחת העריות או שחבק או שנגע באבר מאבריה כדי ליהנות, באיזה אבר שיגע מאברי גופה, כגון אותם המתחככים ביד וברגל, וצורה זו מן התיעוב קוראים אותו חכמים עליהם השלום מנאפין ביד וברגל." (רמב"ם פירוש המשניות, סנהדרין פ"ז מ"ד).
איינער וואס קומט צו אן ערוה 'דרך אברים' (נישט די געהעריגע ביאה), אדער ער קושט אן ערוה, אדער ער נעמט איר ארום, אדער ער רירט אן אן אבר פון אירע אברים צו האבן הנאה – נישט קיין חילוק וועלכע אבר פון איר גוף ער רירט אן, למשל די וואס רייבן זיך מיט די האנט אדער מיט די פוס. און דעם סארט עקלדיגע מעשה רופן די חכמים זכרונם לברכה אן: 'מנאפין ביד וברגל'. מיר זעען אבער אז דא אין משנה תורה האט ער יא געטוישט זיין פשט, און ער שטעלט דאס צונויף צו די גמרא פון 'המקשה עצמו לדעת יהא בנידוי'.)
הוצז"ל אין פארהייראטע באציאונגען
ווען איינער איז יא אין א געזונטע און פאסיגע באציאונג (צווישן מאן און ווייב), זאגט דער רמב"ם ווי פאלגנד:
"אשתו של אדם מותרת היא לו, לפיכך כל מה שאדם רוצה לעשות באשתו עושה. בועל בכל עת שירצה, ומנשק בכל אבר שירצה, ובא עליה בין כדרכה בין שלא כדרכה, בין דרך אברים..." (רמב"ם הלכות איסורי ביאה כא:ט).
אויב איר האט מיר נאכגעפאלגט ביז אהער, וואלט איר געזען אז דער רמב"ם אסר'ט נאר הוצז"ל צוליב א הרחקה פון גילוי עריות און הפקרות. אויב אזוי, וואלט געווען שווער צו פארשטיין פארוואס ער זאל אסר'ן הוצז"ל ביי ביאה שלא כדרכה אדער דרך אברים וואס קומט פאר צווישן א פארהייראט פארפאלק וואו מען איז שוין אין א געזונטער און רעספעקטפולער באציאונג. כאטש ביי דש מבפנים וזורה מבחוץ איז דאס יא אסור, איז דאס נאר אזוי ווייל ס'איז אויסגעשטעלט אויף א וועג וואס גייט דירעקט פארקערט פון די נארמאלע באציאונגען. אבער ביאה שלא כדרכה און דרך אברים איז א וועג זיך צו באפרידיגן צווישן א מאן און ווייב, און כאטש דאס קען נישט ברענגען קיין קינדער, ווערט דאס יא אריינגערעכנט אין נארמאלע באציאונגען, דעריבער איז עס נישט קיין פראבלעם.
פאר די ערשטע 150 יאר בערך, איז דאס פונקטליך ווי אזוי יעדער איינציגסטער כתב יד פונעם משנה תורה איז טאקע געליינט געווארן - אן קיין שום עקסטערע באגרעניצונג אויף דרך אברים. אבער, פלוצלינג, ביי עפעס א פונקט אינעם 13טן יארהונדערט, איז א פראזע צוגעלייגט געווארן ביים סוף פונעם פאראגראף וואס איך האב יעצט ציטירט, וואס ליינט זיך ווי פאלגנד: "...ובין דרך אברים, ובלבד שלא יוציא שכבת זרע לבטלה!"
די צוויי ווארשיינליך מערסט באגלייבטע אויסגאבעס פונעם משנה תורה וואס זענען היינט פארהאן, די פרנקל אויסגאבע פונעם רמב"ם, און הרב קאפח'ס אויסגאבע, ווייזן ביידע אן אז די פראזע איז געווען א שפעטערדיגע הוספה וואס שטייט נישט אינעם אריגינעלן כתב יד. די שפעטערדיגע פוסקים האבן כמעט אלע אנגעוויזן אויף דעם טעקסט אינעם רמב"ם, וואס איז קיינמאל נישט עכט געשריבן געווארן דורכן רמב"ם, און איז למעשה געווען פארקערט פון דאס וואס ער האט פרובירט צו לערנען.
לויט די גירסא אז די פראזע שטייט נישט (וואס איז באשטעטיגט פונעם אריגינעלן מקור), האט דער רמב"ם געהאלטן אז דאס איז גענצליך מותר אפילו מיט הוצז"ל.
אין ערגעץ אין קיין שום כתבים פונעם רמב"ם טרעפן מיר א רמז צו "השחתת זרע" כאילו ס'איז דא אן עצם פראבלעם מיט ארויסגעבן זרע אינדרויסן פונעם גוף פון א פרוי מצד עצמו. עס איז שטענדיג נאר א פראבלעם ווייל עס איז אדער א טייל פון א פירעכץ וואס קען פירן א מענטש לתרבות רעה און גילוי עריות, אדער ווייל איינער איז נישט אין א געזונטע און פאסיגע סעקסועלע באציאונג וואס קען אים פירן אויף א שלעכטן וועג. די פראזע "ובלבד שלא יוציא שכבת זרע לבטלה!" איז גענוצט געווארן דורך הלכה ספרים פונעם 13טן יארהונדערט און ווייטער צו געבן שטיצע פאר דעם פיל שפעטערדיגן געדאנק אז דער איסור פון הוצאת זרע איז א פראבלעם מצד זיך אליין פון "פארשווענדן זרע". אבער ווי גערעדט, אפילו אויב מ'זאל אננעמען די גירסא איז דאס אויך נאר צוליב דעם חשש פון וואס דאס קען צוברענגען, און נישט צוליב "השחתת זרע" אלס א פראבלעם פאר זיך.
אבער די גאנצע לויף פון די הלכה'דיגע שמועסן אויף דעם נושא האט זיך דראמאטיש געטוישט אין די יארן נאכן רמב"ם. אין מיין קומענדיגן פאוסט, וועל איך אנהייבן מיט די שיטות פון רש"י און רבנו תם און גיין ווייטער פון דארט. דערנאך פלאן איך אייך צו נעמען דורך די גאר שווערע השפעה פון קבלה אויף דעם ענין, און די השפעה פון די וויסנשאפט פון יענע צייטן, און פון קריסטנטום.