- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,072
- רעאקציע ראטע
- 5,014
- פונקטן
- 943
פרידא וויזעל האט לעצטנס געמאכט א גאנצע ווידיאו וועגן אקער׳ס ביכלעך…
שטעל זיך פאָר ווען אונזערע קינדער וואלטן דעיס געלערנט אין קינדערגארטן אין חדר און סקול
זיי וואלטן זיך אסך בעסער געקענט פארשטיין, און האפנטליך געקענט לערנען זיך נישט לאזן טרעטן פון עביוסיוו מענטשן און סיסטעם׳ס וואס פארלאנגען פון זיי דאס אוממעגליכע און ערווארטן זיי זאלן זיך נאך פילן שילדיג ווען זיי קענען נישט.
אפשר דארף מען אנהייבן ביי אלף. די עלטערן אליין זאלן קודם האבן די הילף זיך אפצוגעבן מיט זייער אייגענע רפואת הנפש (הילינג האט אזויפיל פארשידענע options, טעראפי אליין איז נישט גענוג צו העלפן אויסרייסן די טיפע דערנער וואס מלחמה געליטענע עלטערן און זיידעס, מלמדים און מגידי שיעורים האבן איינגעפלאנצט ליידער. אסך פון זיי אומוויסנדיגערהייט
(תינוק שנשבה)
Brené Brown ברענגט אין איר ביכל Atlas of the Heart
די וויכטיגע ווארט:
די גבול פון מיין שפראך
איז די גבול פון מיין וועלט.
מיר זענען אויפגעוואקסן אָן צו האבן אפילו די שפראך אויסצודריקן געפילן (חוץ טרויעריג פרייליך און כעס)
און וואס האט מען אונז יא געלערנט?
פרייליך דארפסטו זיין, צופרידן מיט וואס מ׳געט דיר. טארסטו נישט זיין (חוץ תשעה באב וכו׳) ווען דו האסט א פארלוסט, טארסטו חלילה נישט בייז ווערן! ס׳איז פונקט ווי דו ביזט עובד עבודה זרה!
מוזט זיין א מסתפק במיעוט און דאנקען דעם באשעפער פאר יעדע קלייניקייט.
די ערשטע מאל וואס כ׳האב געהערט די ווארט exasperated האט עס געפילט ווי איך קען אטעמען טיפער מיטאמאל- פשוט ווייל כ׳האב געטראפן א ווארט אויסצודריקן וויאזוי איך פיל (ווען איינער זאגט מיר צו הילף און אודך let’s me down א.א.וו.)
די גרעסטע וועג וויאזוי מיר קענען אנהייבן געבן שטארקייט פאר אונזערע קינדער - איז דורכ׳ן געבן ליין מאטריאל וואס העלפט זיי זאלן זיך פארשטיין בעסער (און פארשטיין די וועלט בעסער) נישט נאר לימודים אזויווי די לינק וואס כ׳האב אויבן מיטגעטיילט, נאר הלוואי קען מען ארויסגעבן ביכער וואס העלפט קינדער קעגן די shame און guilt וואס מ׳פלאנצט נאך עד היום איין אין די פרומע מוסדות ליידער