הילף איבער 'קרעמל'

נאָט רילי. איך האב פרובירט למשל מיט'ן װארט 'פשעװארסק', אין די אשכול פון שחלות - סײ דורך די זוך אין 'דאס שנירל', און סײ בײ 'פארגעשריטענע זוך'. די ערשטע צװײ אותיות װאס איך טײפּ, ברענגט ארױף אָנרלעיטעד זאכן און פון דארט און װײטער קומט גארנישט ארױף (הגם די 'גאנצע' װארט ברענגט יא ארױף די צװײ רעלעװאנטע הודעות אין יענער אשכול - אײנס די ארגינעלע הודעה און די צװײטע אין װעלכע יענע הודעה איז קװֿאטעד).
ס'קוקט מיך אױס װי דײן טעמפארערי סעלושען זוכט נאר אין 'קעפלעך' פון שנירלעך; ביטע קאָנפירם אױב דאס איז די קעיס?

נאך עפעס װאס כ'האב באמערקט, אױב איך טײפ 'פשעװארסק' אװאו די צװײ װאָװן זענען געמאכט דורכ'ן דרוקן ALT GR + Y אױף די אידישע קיבאורד קומען די צװײ אױבן-דערמאנטע תגובות אױך נישט צוריק אין די רעזאלץ װײל דער שרײבער פון יענע הודעה האט געשריבן די צװײ װאװן אין 'פשעװארסק' דורכ'ן דרוקן עקסטערע װאָװן אין די העברעאישע אדער יודישע קיבאורד (די U באטטאן). און די זעלבע מסתמא שטעל איך מיך פאר װעט זײן פארקערט, אױב עמיצער זוכט פאר מײנע װערטער אין װעלכע איך באנוץ מיך מיט די ALT GR + KEYS צו מאכן די דרײ װאַוּעלס אדער תנועות פון װ', ױ, און ײ'. מסתמא װײל זײ האבן איטש א דיפֿערענט יוּניקאָוד צירוף. אבער כ'בין זיכער אז ס'איז דא א װעג צו סעטן די סײט אז ס'זאל טריעטן די בײדע װעגן פון דרוקן די קערעקטערס, די זעלבע (דהײנו אלס באזונדערע װאװן), לענײן װאספארא רעזאלטס צו ריטױרנען װען מען טוהט 'זײ סױרטשן'.
 
לעצט רעדאגירט:
און בד"װ פאר דיע װאס װילן פארשנעלערן דעם װידעאו פון יונתן װײל זײן ספיד איז צו סלאו אדער װײל ער איז חוזר אסאך קען מען אינסטאלירן דיע פּלאָגין אין קראום בראוזער.
GitHub - igrigorik/videospeed: HTML5 video speed controller (for Google Chrome). ס'ארבעט פאר עני װידעאו פון עני סײט.
 
איך האב באמערקט אז די 'מאך שנירל פרינט פרײנטליך' פיטשער איז בכלל נישט אזױ פרײנטליך. קודם קאָררעספאָנדן נישט די בלעטער דארטן, צו די עכטע בלעטער פון װאס מען זעהט אױבן און אונטן פון יעדער שנירל. ד.ה. איך לײג למשל ארײן 17 בײ 'פאנג אהן בײ בלאט נומער' , און אנשטאט מײן הודעה פון אױבן פון #321 װי עקספעקטעד, ערשײנט אנשטאט הודעה נומער #81 אלס דער ערשטער הודעה צו פרינטן. בקיצור, ס'איז אזא טרײעל און עראר. צוגעפינען די פױנט אין די שנירל, פון װאנעט איך װיל דרוקן, און שפעטער עדיטן דער פדף רײט בעפאר'ן סעיװן, ביז צו װעלכער פױנט איך װיל דרוקן.

נאך א פאָולט: אױב למשל בײ 'צאל הודעות פער בלאט' לאזט מען ביז '100' הודעות, װי דער דיפאולט איז, װאס געשעהט איז: אױב פון דער בלאט װעלכער די סיסטעם רעכנט אױס אז דו זאלסט האבן אױסגעװעהלט -- בײ 'פאנג אהן בײ בלאט נומער' (װאס בעצם איז נישט די בלאט װאס דו װילסט כאמור) -- ביז צום סוף פון דער שנירל, קומט נישט אהן דער צאל צו הונדערט תגובות (אדער סײ װעלכער נומער עס איז װאס לײגסט ארײן), דעמאלס קומט צוריק אזא 'נישט געפינען קײן רעזולטאטן' עראר. סאױ מ'דארף סעטן אז די 'נומבער ביז' זאל נישט זײן אזױ סטריקט.

אדרבה טרײ עס אױס. לײג יעצט ארײן בלאט נומער 17 און לײג ארײן אױף '25 בלעטער' און ס'װעט דיך צוריקגיבן אַן עראר.

אױב מען זאל קענען עז װֿעל עז די בלאט, אױך ארײנלײגן די ID (לדוגמא #321) פון די הודעה פון, און ביז, װאלט געװען א געװאלדיגע טובה. אדער אפילו נאר א פרינט אײקאן\מעגליכקײט, אױף יעדע סינגל הודעה.
 
Back
Top