שמועסן איבער מנהגים פון די ימים נוראים

שושני

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 19, 2024
מעסעדזשעס
1,577
רעאקציע ראטע
11,382
פונקטן
1,943
א גוטן קרעמלער,

פאר די נעקסטע חודש וועל מיר טוהן א געוואלד מיט מנהגים וואס די מקורות דערפאר זענען נישט אזוי באקאנט.

וויל איך דא עפענען דעם שנירל אז סיי ווער זאל קענען פרעגן און ענטפערן איבער די מקור און די השתלשלות פון סיי וועלכע מנהג. סיי פון פוסקים און ספרי הלכה, און סיי פון אלגעמיינע היסטארישע מקורות וואס קען געבן קאנטעקסט.

איך האב פונקט געטראכט פון תשליך. איינער ווייסט ווי די מנהג האט זיך אנגעהויבן?

ווי ווייט איך פארשטיי איז עס בעיקר אן אשכנזישער מנהג פון פופצנטער יארהונדערט ווייל איינער האט געטייטשט וְתַשְׁלִיךְ בִּמְצֻלוֹת יָם כָּל-חַטֹּאותָם אביסל צו ליטערעל.

דער אדר"ת שרייבט אין זיין ספר תפילת דוד:
ובאמת ראוי הדבר בדור הזה לבטל אותו המנהג, ובפרט בעיירות הגדולות, וביותר מפני שנדפסו תחינות לנשים, ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה, והם לשחוק ולצנינים בעיני העמים

דער ערוך השולחן שרייבט:
ויש נוהגים לילך ביום ראשון דראש השנה אל הנהר, ולאמר פסוקים "ותשליך במצולות ים כל חטאתינו". וקורין לזה "תשליך".

ויזהירו שלא ילכו נשים. ובמקומות שהולכות – מוטב שאנשים לא ילכו כלל. דבלאו הכי יש מתרעמים על זה בזמן הזה, ורבים נמנעים מזה מפני טעם הידוע להם, ונכון הוא.

איך בין נייגעריג וואס דער "טעם הידוע להם" איז?
ס'קוקט אביסל אויס ווי ער איז באזארגט פאר פריצות צווישן די מענער און פרויען... אבער אפשר מיינט ער די זעלבע טעם פונעם אדר"ת, ווארום זיי זענען קאנטעמפארעריס (contemporaries) און האבן זיך געקענט.
 
ביי בדיקת חמץ, ווען מען איז בודק די חורין וסדקין, זאגט די הלכה, א חור שבין אדם לחבירו, בודק עד מקום שידו מגעת, אבער חור שבין ישראל לעכו"ם, איז די הלכה ווי די דעה פון תנא פלימו, אז ער זאל דארט בכלל נישט בודק זיין, נאר יבטלנו בלבו ודיו, כדי נישט צו געבן קיין שום מקום פאר'ן שכן דער גוי חושד צו זיין דעם איד כאילו ער טוט עפעס א כישוף, ווען ער האלט א ברענענדיגע ליכט און קוקט אריין אין זיינע ווענט.

ביי סדר תשליך זענען אויך געווען גלויביגע אומות העולם וואס האבן חושד געווען אז די אידן טוען עפעס מעשי כישוף, ווען זיי קומען צום וואסער מיט פסוקים ותפילות, און זיי האבן עס באטראכט מיט א קרומע אויג.

אין די היסטאריע פון יהודי אשכנז איז ידוע, בפרט אין די גזירות פון שנות ק"ח ווען טויזנטער אידן זענען פשוט אויסגע'הרג'עט געווארן צוליב די עלילה אז אידן האבן פאר'סמ'ט די ברונעמס און די וואסערן בשעת די מגיפה. די עלילה האט אויך ערוועקט א התנגדות צום מנהג תשליך, ווייל מען האט זיך געשראקן אז אל תפתח פה לשטן, מ'זאל זיך נישט צוזאמנעמען ביים וואסער און זאגן תפלות, כדי נישט צו געבן א מקום לאומות לומר ח"ו עלילות שוא.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
ביי סדר תשליך זענען אויך געווען גלויביגע אומות העולם וואס האבן חושד געווען אז די אידן טוען עפעס מעשי כישוף
וואס איז די מקור אז זיי האבן אנגעקוקט תשליך ווי כישוף?
 
דער אדר"ת שרייבט אין זיין ספר תפילת דוד:

ועמי הארצות כהנשים מאריכין הרבה
דאס וואלט געווען גענוג פאר געוויסע הויפן אז די נשים זאלן מאריך זיין. והא ראי' דער אדר"ת ברענגט עס שוין
 
וואס איז די מקור אז זיי האבן אנגעקוקט תשליך ווי כישוף?
לויט מיין השערה איז דאס די כוונה פון בעל ערוך השולחן, וואס ער זאגט טעם הידוע , אויב וואלט ער זיך באצויגן אויף תערובת אנשים ונשים, וואלט ער וועהן ארויס געשריבן ,און אויף דעם קען מען מתקן זיין ,אזוי ווי ביי שמחת בית השואבה , מען איז מסדר א הפרדה ,
דאס אז עס זענען גיוועהן חשדות פון די גוים, אז יידן טהוען כישוף - ביי תשליך-קען מען טרעפן היינט ביי די גוים טאקע , קען מען עס טרעפן אין גוגל .
 
והיה אם שכוח תשכח, איז אויך גוט, אבער אז דער שכוח איז דא, איי רילי עפרישיעיט איט
קעסיווע ואכסימע טויבע
 
איך פארשטיי נישט דיין ווערטל אבער סייווי האב איך דאך געשריבן שקויעך.
 
נו, עס קומט דאך "יישר כח״, שקויעך קוקט אויס ווי שכוח, איז שייך די מליצה שכוח תשכח
עני וועי יישר כח פאר חיזוק
 
אקעי דייס האב איך בערך פארשטאנען. ספעציעל מיט דיין בונדיסטישע צוענדיגונג. אבער פארוואס אויב מען זאגט שכוח פארגעסט מען? אדער מיינסטו צוזאגן אויב פארגעסט מען וויאזוי צוזאגן שכוח?! אבער וואלט דאך געדארפט שטיין אם יישר כח תשכח? בקיצור, פאנג מיך נישט אָן וועגן ספעלן ווייל איך וועל מיך נעמען צו דיין פּאָנקטשוּאײשאן 😆
 
דער אמת מוז געזאגט ווערן, אז אין די ספרי אשכנז האט מען זיך גערעכנט אז די גוים זאלן נישט אפשפעטן פון די אידישע קאמישע מנהגים, מען זעהט אז תשעה באב האט מען מתיר גיוועהן צו גיין מיט לעדערנע שיך אין רשות הרבים כדי שלא ילעגו הגוים עלינו,

דא אין ניו יארק, איז גיוועהן א מילתא דפשיטא אז אויף דער גאס גייט מען שבת מיט א הוט, דעם שטריימל האט מען געהאלטן אדער אין שוהל, אדער
מען האט עס אנגעטהון נאר אין שטוב.

דער טויש האט געמאכט דער סאטמאר רב, אז מען ווערט נישט נתפעל פון די גאס (צו עס איז ריכטיג איז א ענין בפני עצמו) און עס איז גיווארן די שטריימל רעוואלושן, וואס האט אויך אנגעשטעקט די ליטאים, ווי עס איז אויך דא בעיסיקעלי א יוניפארם באקליידונג פאר אלע בני ישיבות אין די כדור הארץ,
 
אקעי דייס האב איך בערך פארשטאנען. ספעציעל מיט דיין בונדיסטישע צוענדיגונג. אבער פארוואס אויב מען זאגט שכוח פארגעסט מען? אדער מיינסטו צוזאגן אויב פארגעסט מען וויאזוי צוזאגן שכוח?! אבער וואלט דאך געדארפט שטיין אם יישר כח תשכח? בקיצור, פאנג מיך נישט אָן וועגן ספעלן ווייל איך וועל מיך נעמען צו דיין פּאָנקטשוּאײשאן 😆
וועלן מיר זאגן ווי רבי יהושע, נעניתי לך,
 
וואס טיז דיין מיינונג אין דעם ענין ?
וואס איז די צוויי זייטען אויף דעם.

וועלן מיר זאגן אזוי, אז מען ווערט געטרעינט נישט נתפעל צו ווערן פון דער גאס, דאס אליינס איז שוין א חומה בצורה צו בלייבן אפגעשיידט - מיט א געוויסן שיעור - פון די אומות העולם. שטייט דאך הן עם לבדד ישכון, איז דאך לויט דעם א אידישער לבוש א געוואלדיגע זאך בנוגע פערזערווירן אידישקייט, עס איז אזא מחיצה וואס האלט אפ פונעם התבוללות.

די דאון סייד איז, ווען מען מאכט פון דעם א ספעציעלן יוניפארם, ווי יעדער מוז טראגן אויפן קאפ א שטריימל, און מיט דעם ווייזט ער ארויס זיין ייחוד'דיגקייט, ער איז שוין עפעס א חפצא, דאן ווערט די אידישקייט פארטוישט אין די חיצוניות. משא"כ דער אשכנז'ישער איד פון אמאל, וואס האט נישט געהאט אזעלכע בגדי כבוד ותפארת ווי דער גאנצער סעט, שטריימל, בעקישע, רעזשעוואלקע, גיפעפערטע הויזן מיט שטעק שיך, האט ער אבער געהאט מער אמונה פשוטה, מיט מער עמקות אין מוח און הארץ, אין פנימיות.

אויף די אונגארישע אידן וואס האבן זיך געגאהלט די בארד לכבוד שבת (ווי דער טור שרייבט אין הלכות ראש השנה "ומגלחים את זקנם"), האט דער חת"ם סופר געזאגט "קדוש יאמר לו". ער האָט זיך בכלל נישט געווארן באיינדרוקט פון די חסידים וואס האבן זיך אפגעהאלטן נישט צו טראגן בגדי צמר משום חסידות – ווײל ביים חת"ם סופר איז דאס אלץ געווען חיצוניות.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
איך האב נישט, איך בין נאר געווען נייגעריג.
איי רעספעקט דעט
מסתם מיינסטו האסט עס נישט גיגעבן קיין ספעציעלע אנאליז, איז אדרבה טראכט עס דורך און השמעיני את קולך , עס איז דא א תועלת אדורך צושמועסן אן ענין
 
Back
Top