- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 618
- רעאקציע ראטע
- 1,545
- פונקטן
- 213
דער דיוק איז מתוק לשמוע וחך אוכל יטעם ,מען קען אויך מדייק זיין פון די משנה 'מה מקוה מטהר את הטמאים, וואס זענען לכאורה איבריגע ווערטער, אז אפילו די וואס בלייבן טמא נאכ'ן מקוה מיט טומאת מת, ווערן פארט ריין פון טומאת קרי.
אף הקב"ה מטהר את ישראל, אפילו די אידן וואס בלייבן טמא. ודו"ק.
צום ענין, האב איך א קבלה אז יעדע מנהג וואס האט מער ווי איין טעם, מוז בעל כרחך זיין אז איינס פון זיי איז שקר. ווייל דער וואס האט איינגעפירט דעם מנהג האט דאך לכאורה נישט געווארט ביז ער האט צוויי טעמים דערויף, אזוי אז איינס פון זיי איז זיכער צוגעלייגט געווארן שפעטער. נו, אויב צוגעלייגט, קען איך דאך אויך צולייגן. וואספארא ווערד האט עס?
לגבי די קבלה, אז ביי צוויי טעמים איז איינס שקר איז בכלל נישט מוכרח , ווייל עס איז ידוע אז א מנהג וואס האט זיך איינגעפירט, פאר וואט עווער ריזן, זענען געקומען שפעטער, די מסדרי המנהגים אין זייערע חיבורים, ווי צום ביישפיל, רבי אברהם קלויזנער, און רבי אייזיק פון טירנא, און זיי האבן בוחר געוועהן וועלכע מנהגים אריינצוברענגען אין זייער קאדעקס, עס זאל ווערן א נחלת כלל ישראל, אדער וועלכע צו איגנארירן, און זיי און זייערס גלייכן האבן געזאגט טעמים, וואס מיט דעם האבן זיי שוקל געוועהן צו עס איז כדאי צו פאלאוען דעם מנהג,און זיי אליינס האבן אפט מחדש געוועהן, און צוגעלייגט טעמים ונימוקים, אויף יעדע מנהג און עס איז טאקע דא מכח דעם מערערע טעמים אויף איין מנהג.