היפאקריטיע אין פאליטיק?! קען נישט זיין!

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
418
רעאקציע ראטע
1,995
אה, פאליטישן'ס — די איידעלע, "געטרײע" עוסקים בצרכי ציבור באמונה װאס האבן זיכער נאר אונזערע בעסטע אינטערעסן אין הארצן... יא, זיכער!. אויב ס'איז דא איין זאך וואס מען קען זיך פארלאזן אויף אין דער וועלט, - חוץ שטייערן - איז עס אז די דאזיגע פיינע, רעכטפארטיגע באאמטע וועלן קיינמאל נישט זאגן איין זאך און טון גענוי דאס פארקערטע פינף מינוט שפעטער. ניין, נישט אונזערע באליבטע פירער! זיי זענען מאראלישע העלדן, אומבאוועגלעך פון געלט-גייציקייט, מאכט, אדער די געלעגנהייט צו קויפן א דריטע וואקאציע-היים אין די העמפטאנס מיט אונזערע שטייער-דאלארן.

און לאמיר נישט פארגעסן די עכטע "גיבורים", די אמתע בעלי מידות, די פארביסענע שטיצער פון אונזער פארטיי וואס פארדרייען זיך אין מענטשליכע פרעצלעך, װי א לאקש אין זופ, צו פארענטפערן פארוואס אונזער היפאקריטישקייט איז פאקטיש "סטראטעגיש" א חלק פון די "ביגגער פיקטשער" בעת די אנדערע זייט זענען אומפארשעמטע, אונטערגעקויפטע קרימינאלן. ממש אומפארגעבליך. "יא, אונזער שוחד איז פשוט ווי אזוי די סיסטעם ארבעט, אבער זייער שוחד, אה, דאס איז עק וועלט! ממש אן אטאקע אויף דעמאקראטיע!"

וואס איז דיין באליבטסטע ביישפיל פון א פאליטישן וואס מאכט אן אטעם-פארכאפנדיגן "בעקפליפ" אויף זיינע פרינציפן? באונעס-פונקטן אויב ס'איז אזוי אומפארשעמט אז עס מאכט דיר באוואונדערן און שעצן זיין חוצפה. ווייל סוף כל סוף, פרובירן זיי עס אפילו נישט צו באהאלטן מער. זיי ווייסן אז מיר קוקן, זיי ווייסן אז מיר זעען עס — און זיי ווייסן אז זיי קענען רוהיג ארױסגײן דערמיט כאילו לא הי'.
 
איז דאס דער זעלבער פארשוין?
1741074308606.png

אונטער א יאר א חילוק....
1741074496960.png
 
אגב, אז מען רעדט שוין פון לינדזי... נישט ממש היפאקריטיש, סתם אינטערעסאנט.
1741075436303.png
 
איינער געדענקט ווען ווענס האט גערופן טראמפ היטלער?
זיין היפאקריטישקייט קען איך נאך פארשטיין אבער די חוצפה פון די מידיא וואס האט אים נישט געשטופט צום וואנט פאר אן ענטפער גייט מיר נישט אריין אין קאפ
 
איינער געדענקט ווען ווענס האט גערופן טראמפ היטלער?
זיין היפאקריטישקייט קען איך נאך פארשטיין אבער די חוצפה פון די מידיא וואס האט אים נישט געשטופט צום וואנט פאר אן ענטפער גייט מיר נישט אריין אין קאפ
מ'האט יא געשטיפט פאר א ענטפער. ער האט גיט גע'ענטפערט אז ער האט געטוישט זיין מיינד נאכ'ן זעהן פון די נאנט ווער טראמפ איז.

לינזי'ס היפאקראטע האט נישט קיין שום תירוץ
 
יאפ, דעי לינזי האט אינווענטעט היפאקראטיע, אבער למעשה נאר אזוי קענסטו סערווייווען אין די עיר השקר, אדער קענסטו גיין ווי ליז טשעני איז געגאנגען
 
צו גיין ווי ליז טשעיני איז געגאנגען דארף מען מער פון נישט זיין א היפאקריט.

זי האט געקטנט קעגן די ווינט... נעוואדע איז זי אינגאנצן נאס געווארן..

זי האט זיך מתחצף געווען צום קעניג...

פארוואס זאל איר די פארטיי בכלל וועלן מוחל זיין? און די דעמאקראטן דארפן איר נישט האבן.
 
ביידן'ס פארדאנען זיין אייגענעם זון, נאכן צוזאגן עטליכע מאל אז ער גייט עס נישט טון, האט מיר שטארק ערשטוינט

יא, ווען איך בין אים וואלט איך עס לכאורה אויך געטון, אבער איך וואלט נישט צוגעזאגט עטליכע מאל בפה מלא אז איך גיי עס נישט טון.
 
אלע קאנגרעסלייט און סענאטארן וועלכע באשטימען געזעצן קעגן אינסיידער טרעידינג מיט שווערע שטראפע ווי תפיסה און געלט קנס און זיי אליין האבן זיך איבּער געלאזט א לופּהאל און טרעידן אין גרויסן. און די שגץ שטיק און הייפּאקרעסי גייט אן אין בּיידע זייטן פונעם אייל דעמאקראטן און רעפאבליקאנער.
קומען אריין ארעמעלייט און גייען ארויס פון דארט רייך ווי קרח. מאסק האט שוין פארגעהאלטן, אז מ'ברויך אינוועסטיגעטן פון וואנעט האבן די אלע רייכע קאנגרעס לייט און סענאטארן פון א וועידש פון קארגע צוויי הונדערט טויזענט דאלאר זענען מיטאמאל ווערט אין די הונדערטער מיליאנען?
 
איך האב עס אנגעקיקט ווי א F U צו אמעריקא. עטץ האט אריינגע'vote טראמפ, סא מאכטס מיך נישט משוגע אז איך פארדאן מיין זוהן.
איך האב נישט קיין ספק אז אויב קאמעלע וואלט געוואנען וואלט ער זיכער נישט געפארדאנ'ט זיין זוהן
 
יא ס'א פראבלעם. אבער פארשטייט זיך מאסק האט נאר געזאגט דעמאקרעט נעמען וואס אדער זענען זיי בכלל נישט אזוי רייך ווי מאסק האט געזאגט אדער איז זייער קלאר אז זייער געלט איז געקימןע פון זייער גראדע פלעצער און מ'דארף נישט צוקימען צו אינסיידער טרעידינג
 
איך האב עס אנגעקיקט ווי א F U צו אמעריקא. עטץ האט אריינגע'vote טראמפ, סא מאכטס מיך נישט משוגע אז איך פארדאן מיין זוהן.
איך האב נישט קיין ספק אז אויב קאמעלע וואלט געוואנען וואלט ער זיכער נישט געפארדאנ'ט זיין זוהן
אסאך טראמפ שטיצער זען אין טראמפ'ס אגענדע א F U צו די דעמאקראטן, דיפ סטעיט און די מידיע ועוד..האסט גוט אראפגעלייגט זייער סענטימענט
 
מאסק האט שוין פארגעהאלטן
מאסק… די גרויסע צדיק!

מאסק׳ס אייגענע פירמע SpaceX האט פונקט לעצטנס אריין אין ערענסטע טאלקס איבער א $2.4 בּיליאן דאלארדיגען קאנטראקט.

ווי אויך, האט טראמפ אפגעזאגט א ריזן ציפער פעדעראלע פראסעקיוטער׳ס וועלכע האבן ״צופעליג״ געהאט אפענע אינוועסטיגעישענס אין א רייע פון מאסק׳ס פירמעס.
 
אנטשולדיגט @קטלא קניא אבער דאס איז א strawman.

חרדים וועלן בדרך כלל נישט זאגן אז דאס איז בוכשטעבליך אייניג. נאר אז עס איז אייניג לגבי באפרידיגן די געזעץ וואס פארלאנגט עדיוקאציע.

אדער פארשטיי איך נישט די היפאקריטיע וואס ער צייגט אן.
 
איך ווייס אויך נישט עכט ווי עדיוקאציע קומט אריין.

איך האב בעיקר געמיינט מיין רעפליי צו דעם פאוסט. עיין שם בלינקים שלנקתתי
 
און וואס מיינסטו צו זאגן מיט דיין ריפליי? אידן זענען דען נישט א מינאריטעט?
 
ביידן'ס פארדאנען זיין אייגענעם זון, נאכן צוזאגן עטליכע מאל אז ער גייט עס נישט טון, האט מיר שטארק ערשטוינט

יא, ווען איך בין אים וואלט איך עס לכאורה אויך געטון, אבער איך וואלט נישט צוגעזאגט עטליכע מאל בפה מלא אז איך גיי עס נישט טון.
ער האט געוויסט ממילה אז קיינער גלייבט עים נישט האט ער עס געזאגט אפאר מאל
 
Back
Top