היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא שטעטל

שמעקעדיג

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
188
רעאקציע ראטע
1,008
עס איז הימל און ערד און הכנסת ספר תורה אין סקווירא.

נישט סתם א הכנסת ספר תורה, נאר א היסטארישע! כלל ישראל האט נאך כמעט אזוינס נישט געזען.

וואו מען שטייט און וואו מען גייט רעדט מען דערפון.

צו אלע מיינע סקווירא חברים און קרובים – מ'קען נישט רעדן צו זיי פון עפעס אנדערש.

וואס איז אזוי היסטאריש, פרעגט איר?

איז אזוי.

עס איז דורך די "קדשנו" קאמפיין (די ש' מיט א סקווירא צעירעי), וואס די איינוואוינער פון שטעטל האבן זיך אונטערגענומען אויפן אינציאטיוו פון האדמו"ר הקדוש מסקווירא שליט"א אקעגן די פגעי הטעכנאלאגיע. יעדער איינער אין שטעטל כמעט האט זיך מקבל געווען און אונטערגעשריבן געוויסע קבלות, ווי צב"ש נישט האבן קיין שום טעכנאלאגיע, טעלעפאנען אדער קאמפיוטערס, לכה"פ נישט אין שטוב. אנשים נשים וטף האבן אונטערגעשריבן. די קינדער וועלן נישט אריינקוקן אין קיין שום סקרין וואס איז באהאפטן צום אינטערנעט, אפילו מען ווייזט דארט הייליגע זאכן.

פאר די נשים צדקניות האט מען צוגעלייגט נאך א סעיף אין צניעות, ווי לדוגמא אז זיי וועלן טראגן נאר צוגעדעקטע שייטלעך.

אלס א אנדענק צו די געוואלדיגע קידוש השם פון אזא מאסיווע קבלה דרייוו, האט דער רבי שליט"א אליינס, בכבודו ובעצמו, בקדושה ובטהרה, געלאזט שרייבן א ספר תורה, וואס איז לעצטנס פארטיג געווארן, און די וואך מיטוואך גייט זיין א סענזאציע אין סקווירא שטעטל וואס מען האט נאך נישט געזען מיום הווסדה! עס קומען צו פארן חסידים ותלמידים מארבע כנפות הארץ. די ניו יארקע עירפארטס זענען פארפלייצט מיט סקווירא חסידים, פילע פון זיי וואס גייען דאס ערשטע מאל זעהן דעם שטעטל במו עיניהם (ווי קינדער & בחורים פון איבער'ן ים).

לכבוד די געסט, שטעלט מען צו אלעס גוטס מיט א רחבות. עסן, קאווע. סעילס אין אלע געשעפטן מיט באזונדערע שפעטע נאכט שעות. מען האט אפילו ארויפגעלייגט אויף יעדע גאס דעם סטריט נאמען אין אידיש, אז די ארץ ישראל'דיגע געסט זאלן עס קענען ליינען.

די גרויסע מצב גייט זיך אנהייבן מארגן, דינסטאג נאכט, ביי כתיבת האותיות. מיטוואך צופרי – ווען עס איז אין פלאן צו זיין א הערליכע וועטער אי"ה, וואס דינט ווי א הסכמה פון השי"ת אז ער שעפט א נחת רוח – וועט פארקומען די מעכטיגע הכנסת ספר תורה, בהשתתפות דעם גאנצן שטעטל. דער פארקער וועט זיין פארשלאסן, אין יוצא ואין בא. בלויז סקווירא חסידים וועלן קענען אנטייל נעמען, וזר אל יתערב בשמחתינו. א ספעציעל געבויטע הכנסת ספר תורה טראק, אויפגעשטעלט אויף א אלטע מאנסי טרעילס באס, וועט ארומצירקלען און שפילן הערליכע מוזיק, מיט א שיינע קווייער ממיטב המנגנים בקרית סקווירא, אינקלודינג פרישע ניגונים וואס איז נתחבר געווארן לכבוד די שמחה. עס וועלן ערשיינען ספעציעל הייליגע אור-אלטע ספרי תורה ווי פונעם בעש"ט הק' און נאך. די שמחה וועט זיך אריינציען ביז ביינאכט, ווען עס וועט פארקומען א ריזיגע סעודה לכבוד התורה, מיט באזונדערע פלעצער פאר די מענער, פרויען, אן בחורים, פאר וועלכע מען האט געבויעט א ריזיגע שאטער.

עס ערשיינען כסדר פרישע ספרים און קונטרסים. טייל איינוואוינער לייגן פענער אויף זייערע קארס. עס זענען דא מערערע קאונט-דאון זייגערלעך וועלכע ציילן די טעג, שעות און מינוטן.

עס איז ווירקליך דאס געשפרעך פון טאג און עס וועט פארבלייבן דער געשפרעך פון טאג פאר א לאנגע צייט פאר די אלע משתתפים וועלכע וועלן בלייבן אונטערן רושם..

הנה ימים באים!

#כבוד בית סקווירא – נעקסט לעוועל!

(געוואלט שיקן פאר אייוועלט, אבער שוין, זאל שוין זיין אין קרעמל... לעט די העיט ביגין...)
 
נאר איין קשיא ווי אזוי וועלען דו טויזענטער חסידים מיט דו נשים מיטהאלטען די גאנצע צייט???? שטעל איך זיך פאר אויף א סקרין נו איז וואס גייט זיין מיט די אלע קבלות???
 
עטליכע דעטאלן וואס איך האב געהערט, נישט באשטעטיגט.

1) פילע חסידים קומען צו פארן פון אויסלאנד, ווי איך פארשטיי וועט כמעט יעדעס חסיד פון אויסלאנד אריינפליען, דאס נעמט אריין פון חדר אינגלעך ביז זיידעס (כ'בין נישט זיכער וועגן פרויען)

2) עס ווערט געשאצט אז עס וועלן זיך באטייליגן א טאטאל צווישן פונעף און צוואנציג און דרייסיג טויזנט חסידים (אריינגערעכנט לאקאלע חסידים פארשטייצעך).

3) סקווירא צאלט אויס האלב פון די טיקעטס פאר די אויסלענדישע.

4) די בודזשעט פאר דעם הכנסת ספר תורה איז ארום צוועלעף מיליאן דאלאר!

5) די רבי וועט רייזן אויף די אפענע באס צו די אויגן פון צענדליגער טויזנטער לענגאויס דעם רייזע אין סקווירא.

5) די מאנסי טרעילס באס וועט זיין עפעס ספעציעל, דאכצעך מען האט אפגעשניטן דעם דאך און פענסטער. מען האט געלאזט דאס בית הכבוד און נאך א חלק פון די אינטערשטע טייל פונעם באס, עס וועט דינען אלס א פריוואטע צימער פארן רבי.

אויב איינער ווייסט נאך דעטאלן ביטע אהערברענגען.
 
עטליכע דעטאלן וואס איך האב געהערט, נישט באשטעטיגט.

1) פילע חסידים קומען צו פארן פון אויסלאנד, ווי איך פארשטיי וועט כמעט יעדעס חסיד פון אויסלאנד אריינפליען, דאס נעמט אריין פון חדר אינגלעך ביז זיידעס (כ'בין נישט זיכער וועגן פרויען)
אסאך אסאך פרויען קומען פון אויסלאנד. אף הם היו באותו המבצע.
 
נאר איין קשיא ווי אזוי וועלען דו טויזענטער חסידים מיט דו נשים מיטהאלטען די גאנצע צייט???? שטעל איך זיך פאר אויף א סקרין נו איז וואס גייט זיין מיט די אלע קבלות???
ווידיאו סקרינס גייט זיין נאר ביי די נשים. נאר אין שיכון דווקא.
 
איך גלייב שווער אז גאנץ חסידות סקווירא, אנשים נשים וטף ביז אין די ווינדלען אדער עוברים במעי אמם, באטרעפט מער ווי 20,000 נפשות כ"י
 
נישט סתם.... עס איז הימל אין ערד קושן זיך צוזאם...

נאר סתם זייער נייגעריג פארוואס דער מאכנובקא רבי האט נישט מורא אז דער ס''ת גייט בטעות בלייבן אין סקווער...
 
נאר איין קשיא ווי אזוי וועלען דו טויזענטער חסידים מיט דו נשים מיטהאלטען די גאנצע צייט???? שטעל איך זיך פאר אויף א סקרין נו איז וואס גייט זיין מיט די אלע קבלות???
אפיציעל וועלן די סקרינס זיין פארבונדן מיט פיזישע ווייערס און נישט דורך אינטערנעט וכדו'.
 
נישט סתם.... עס איז הימל אין ערד קושן זיך צוזאם...

נאר סתם זייער נייגעריג פארוואס דער מאכנובקא רבי האט נישט מורא אז דער ס''ת גייט בטעות בלייבן אין סקווער...
ווער זאגט אז ער האט נישט מורא?

ער שיקט מיט 5 מענטשן (מיט א סעקיוריטי גיי) עס צו היטן און האפט עס צירוק צובאקומען...
 
לאמיר האפן...
עס איז ווערט מיליאנען...
 
ווער זאגט אז ער האט נישט מורא?

ער שיקט מיט 5 מענטשן (מיט א סעקיוריטי גיי) עס צו היטן און האפט עס צירוק צובאקומען...
האט געדארפט פארלאנגען מזאל משליש זיין א צענערל..
 
לענ"ד, איז איהם מער ווערט, די משוגנה אטענשאן און כבוד וואס די סקווירער גיבט איהם אן א מאס!! אז וואס ער בעט פון איהם וועט די מאכנובקער טוהן אן א בלינק פון די אויג.......
 
אינטרעסאנט, איינער האט מיר גע'אישיט מיט גרויס טענות אויף דוד הופשטטר וואס גיבט אויס אזויפיל געלט פאר אידן צו לערנן, ווען מענטשן מוטשן זיך אזוי שטארק מיט פרנסה, כאילו עס וואלט געווען ווי דרוקן ש"ס'ן ווען מ'קען שיקן געלט צו ראטעוון אידן אין סלאוואקאיי. (אינטרעסאנט, ווי ער האט אנגענומן בפשטות אז איין זייט פון די מחלוקת איז גערעכט, אבער שוין). איך וואלט געוואלט וויסן וויאזוי די חברה קוקן אן די דיספלעי פון גארנישט מיט נישט, און גאר פאר צוועלף מיליון דולר פון אן ארימע חסידות!

אבער דער אמת איז אז דער עולם לעכצט נאך ענטערטעינמענט, און חתונה מאכן אייניקלאך איז שוין נישט אינטרעסאנט. און אזוי גייט עס, מ'זוכט נאכאנאנד נייע ענטערטעינמענט און צייט פארשווענדענישן. ווען א מענטש שטאפט זיך אן מיט דזשאנק פוד, דארף ער אייביג האבן מער. א שטיק ברויט מיט אן איי זעטיגט, פאטעיטא טשיפס מאכן פרעסן נאך. ווען זיי וואלטן געהאט א נארמאלע פאמיליע לעבן, מיט שבת סעודות מיט די משפחה וכדו', וואלט נישט אויסגעפעלט די אלע ענטערטעינמענט. נאר דער ערסאטץ לעבן פון לויפן צו טישן און מיטהאלטן יענעמ'ס חצר לאזט עס נישט צו. און דאס איז נישט נאר אין סקווירא. אלע שבתון'ס, רייזעס צו קברים, ירחי כלהס, וכל שום וחניכא דאית ליה, זענן א סאבסטיטיוט פאר נארמאלע לעבן, און וואס מער אזעלכע טהריללס מ'יאגט נאך, וואס מער מ'דארף עס.
 
דער ראכמיסטריבקער רעבעצין איז נפטר געווארן.. דער סקווערע רבינ'ס שוועסטער..
דער רבי דארף זיצן שבעה...

אזא פאטש...
 
Back
Top