היסטארישע הכנסת ספר תורה אין סקווירא שטעטל

שמעתי אז דאס איז די פלאן, די רגע ס'ווערט ליל יו"ט הראשון החג [דינסטאג נאכט]........ גייט מעו נישט זאגן
 
שמעתי אז דאס איז די פלאן, די רגע ס'ווערט ליל יו"ט הראשון החג [דינסטאג נאכט]........ גייט מעו נישט זאגן
וואס הייסט מגייט נישט זאגן? ער האט נישט קיין רוח הקודש אקא ווייטע בליק אליינס צו וויסן?
 
וואס הייסט מגייט נישט זאגן? ער האט נישט קיין רוח הקודש אקא ווייטע בליק אליינס צו וויסן?
ווען מען איז בעצבות איז נישט שורה רוה"ק... אין ממילא אז זי גייט אוועק גייט דער רבי זיין בעצבות איז אטאמאטיש גייט ער נישט האבן רוה''ק
 
מען גייט בארגען פון גור די אינטערנעטלאזע סעטעלייט אינטערנעט.

ווער קען נישט די מעשה פון ר' יונתן ווי 100 גוים האבען געזעהן מלאכים שפילען מיט פידלעך, דא האבען מיר 10,000 אידען וואס שווערען זיך ביים רבין, אז די ווידיא איז נישט פארבינדען צו אינטערנעט, נאר צו א אייגענע סעטעלייט (לוין) וואס איז יא מותר.
 
די מתן תורה קאראוואן שטייט שוין גרייט.

די קעמל איז פאבריצירט געווארן דורכן אפשינדן די אויבערשטע טייל פון א 'מאנסי טרעילס באס' און פון פארנט וועט זיצן א בעל עגלה.

די עצי חיים און די טעוועלע זענען מצפה געווארן מיט ריין גאלד אזויווי די ארון, און צוזאמגענומען געווארן פון די צירונגען פון נשי סקווירא.

בילדער אין די קאמענטארן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
Telegram – a new era of messaging
IMG-20250224-WA0278.jpg
agliche_news
 
כלל ישראל האט באקומען די תורה 3,337 יאר צוריק.

אבער טייל וועלן קומעדיגע וואך מיטוואך האבן די פריוועליגיע עס צו באקומען די צווייטע מאל.

די ערשטע מאל האט עס משה רבינו אראפגעבראכט נאך 40 טעג און הימל און די צווייטע מאל וועט עס סקווירא רבי אראפברענגן פון הימל.

אויף די קהילהשע פלאקאטן גרייט מען די ציבור אויפן ''הייליגע טאג'' וואו מ'וועט מיטהאלטן די
''מתן תורה'' וועלכע ווערט געשריבן דורכן רבי'ן ''ועמו וצאן מערעיתו'' .


.טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
IMG-20250221-WA0109.jpg
IMG-20250221-WA0108.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
היינט קומט פאר די מעמד סיום כתיבת ספר תורה בחצר הקודש סקווירא, פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך כלל עדת חסידי סקווירא אין ראם פון מבצע קדשינו.
די מעמד קומט פאר אין די נייע ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא במקהלות אלפי חסידים ואנשי מעשה, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכער וועט משמיע זיין דברות קודש פאר תלמידיו וחסידיו הקרוים בנים.
 
מען גייט בארגען פון גור די אינטערנעטלאזע סעטעלייט אינטערנעט.

ווער קען נישט די מעשה פון ר' יונתן ווי 100 גוים האבען געזעהן מלאכים שפילען מיט פידלעך, דא האבען מיר 10,000 אידען וואס שווערען זיך ביים רבין, אז די ווידיא איז נישט פארבינדען צו אינטערנעט, נאר צו א אייגענע סעטעלייט (לוין) וואס איז יא מותר.
מ'קען נישט סטרימען א ווידעא אן אינטערנעט? מ'קען נישט נוצן בלו טוט א.ד.ג.?
 
איך לייען אביסל אין אייוועלט און איך הער סקווירא חסידים שמועסן, די הכנסת ספר תורה גייט זיין עפעס מורא'דיג, טאקע היסטאריש, אין אזויפיל הינזיכטן. עס איז נישטא וואס צו רעדן, אזויפיל אידן, בפרט א גאנצע קהלה, וואס נעמט זיך אונטער אזעלכע קבלות זיך מקדש ומטהר זיין איז א געוואלדיגע זאך, און די הכנסת ספר תורה גיבט זיי אלע א סיפוק און זיי שפירן א העכערקייט, איך קען זיי פארשטיין, און אפשר אפילו בין איך זיי אביסל מקנא....

האבענדיג דאס אלעס געזאגט, האב איך פארט עפעס א מאדנע הרגש איבער די גאנצע מערכה, איך קען נישט פינפוינטן וואס עס שטערט מיך. עס פילט נישט דזשעניוען genuine, אפשר איז עס מער צו בויען די חסידות? דעם רבי'ן? איך ווייס נישט, איך קען נישט רעדן, קען זיין מיין הרגש איז פאלש דורכאויס. הלואי איינער קען מיר קלאר מאכן.
 
Back
Top