היינטיגע כלות געבן זיך אן עצה ב"ה

Lio

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 16, 2024
מעסעדזשעס
105
רעאקציע ראטע
454
איך האב הנאה צו זעהן אז די יונגע דור לאזט זיך נישט פירן ביי די נאז (נישט אזויווי אין אונזער דור וואס ווען מ'האט אונז געהייסן שפרינג האבן מען נישט געפרעגט קיין שאלות חוץ: ווי הויך?)

די יונגע כלה האט באקומען א מתנה פון די מחותנים, צוויי טורבאן'ס מיט א בריוועלע:
(די גראם איז אויף ענגליש, איך זעץ עס דא איבער בערך, און דו קענסט אויך זעהן דא אונטן די מתנה ווי אויך איר ענטפער)

טייערע אסתי, מ'קען אסאך זאגן,
פאר א כלה מיט אזויפיל בהירות און קלארקייט אין "קאפ"

יעצט ווען די ווינטן בלאזן אין יעדע ריכטונג
און יעדער שטרעבט אויסצוזעהן גוט און האבן אן אויסקוק פון פערפעקשאן
טוען געוויסע כלות פרובירן זיך ארויסצודרייען
דורכ'ן עקספערימענטן מיט די "כיסוי ראש" look

אבער לאמיר עס מאכן זייער קלאר,
נאר א טורבאן איז די ריכטיגע וועג צוצודעקן די האר,
עס ווייזט אויף א צנועה און דער וואס טראגט עס איז מעטשור (mature)
לאזנדיג וויסן איבעראל אז דו ביזט שטאלץ מיט דיין מסורה ביז גאר

מיר האבן אויסגעקליבן פאר דיר צוויי קאלירן וואס דער חתן האט די בעסטע ליב
מיר קענען דיר געטרויען אז די איבריגע וועסטו אליין אויסקלויבן
אין קעיס אויב דו ווייסט נישט וויאזוי דאס ארבעט,
די "קניפ" דארף זיין אויפ'ן זעלבן פלאץ אינמיטן קאפ ווי דער נאז

מיר דאנקען דיר פון פאראויס פאר דיין קאאפעראציע
אויף דעם און אלע אנדערע זאכן
מיר זענען איבערגענומען מיט הכרת הטוב

גוט שבת, כל טוב,
די מחותנים
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 53DEA44B-879A-4485-9D88-788B0ADC7A71 (1).jpeg
    53DEA44B-879A-4485-9D88-788B0ADC7A71 (1).jpeg
    186.6 KB · געזען: 242
  • B7CD3376-03EE-4DE7-A273-06BB1D1E1FF3.jpeg
    B7CD3376-03EE-4DE7-A273-06BB1D1E1FF3.jpeg
    155 KB · געזען: 245
  • 3AC12F4C-3812-4DF7-AB1A-90DA42BE1ED8.jpeg
    3AC12F4C-3812-4DF7-AB1A-90DA42BE1ED8.jpeg
    125.8 KB · געזען: 241
ס'ברענגט גוט ארויס דעם סייקאו מהלך המחשבה פון
"מיין וועג איז די איינציגסטע פארזיכערטע וועג!"
"ביסט 'מעטשור' פארן טון לויט מיין מסורה!"
"איך דאנק דיר פאר דיין 'קאפערירן' פאר יעצט און פאר אלעמאל" (מיטן לעבן ווי אזוי איך וויל)
 
גאנצע מעשה מן הסתם א joke
לידיעה בעלמא, אז א טורבאן דעקט בכלל נישט אזוי גוט צו די האר אזוי ווי א bandana אדער א Snude
ביי א טורבאן שטעקט זיך אייביג ארויס די האר ביים קרחת און ביי די גבחת
 
לידיעה בעלמא, אז א טורבאן דעקט בכלל נישט אזוי גוט צו די האר אזוי ווי א bandana אדער א Snude
ביי א טורבאן שטעקט זיך אייביג ארויס די האר ביים קרחת און ביי די גבחת
דיי זאגן אבער, אז מיט די אנדערע זאכן קען מען באהאלטן די האר. משא"כ מיט א טורבאן קען מען נישט
 
דיי זאגן אבער, אז מיט די אנדערע זאכן קען מען באהאלטן די האר. משא"כ מיט א טורבאן קען מען נישט
און פארשטייט זיך אז עס איז בעסער זעהן די קרחת ווי איידער עס זאל זיך בהאלטן א פרחת.....
 
דיי זאגן אבער, אז מיט די אנדערע זאכן קען מען באהאלטן די האר. משא"כ מיט א טורבאן קען מען נישט
גילוי שער איז א הלכה'דיגע שאלה, האבן האר אונטערן טיכל איז די מסורת ישראל ביז עטליכע הונדערט יאר צוריק
 
גילוי שער איז א הלכה'דיגע שאלה, האבן האר אונטערן טיכל איז די מסורת ישראל ביז עטליכע הונדערט יאר צוריק
גערעכט. ס׳בכלל נישט קיין אלטע זאך.
די גאנצע זאך האט זיך אנגעהויבן צווישן 200-300 יאר צוריק בערך
 
לידיעה בעלמא, אז א טורבאן דעקט בכלל נישט אזוי גוט צו די האר אזוי ווי א bandana אדער א Snude
ביי א טורבאן שטעקט זיך אייביג ארויס די האר ביים קרחת און ביי די גבחת
לויט ווי איך ווייס איז געהיריג געווען קול קורא'ס קעגן טארבאנס ווען די באמעס האבן אנגעהויבן גיין, ווייל סשטעקט זיך ארויס האר, דעמאלטס פלעגט מען גיין ספאנדש טיכלעך.
 
לויט ווי איך ווייס איז געהיריג געווען קול קורא'ס קעגן טארבאנס ווען די באמעס האבן אנגעהויבן גיין, ווייל סשטעקט זיך ארויס האר, דעמאלטס פלעגט מען גיין ספאנדש טיכלעך.
זכרונות 😂
 
כ'טענה שוין לאנג דאס
צווישן א בענדענע און א שיניעל איז נישטא קיין שום חילק בנוגע צודעקן און האלטן אונטער דעם האר
אבער די קול קורא'ס קעגן שיניעל'ס האבן זיך געגאסן אן אויפהער
גיי ווייס פארוואס

מיין פראבלעם איז אז איך האב עס זייער ליב, מיין וויל פשוט נישט גיין מיט עס ווייל זי ציטערט פון די גאס, וואס מ'וועט זאגן...
 
דיין ווייב גייט מיט וואס? און מיט וואס ווילסטו אז זי זאל גיין?
 
וואס איז די חילוק פוון א שניעל מיט א בענדענע
 
Back
Top