איך וויל דא פארשלאגן צו אביסל בעסער צאמנעמען די פארומס אויף א מער סיסטעמאטישע אופן וואס האפנטליך וועט זיין גרינגער צו טרעפן נושאים צו ליינען אדער צו עפענען א פרישע.
ביטע געט א לייק אויב האלט איר אז ס'מאכט סענס.
אז נישט קום אריין מיט דיין קאונטער פארשלאג.
איך מיין אז די וועג וויאזוי ס'איז יעצט איז אביסל צומישט און נישט עכט סיסטעמאטיש.
איך רעד נאר פון
תורה ומדע און פון
קונסט.
די סיסטעם וואס איך שלאג פאר איז בערך ווי פאלגענד:
תורה:
תנ"ך (אריינגערעכנט חקר המקרא)
תלמוד (דף?)
הלכה
מחשבה (אריינגערעכנט אמונה...)
קבלה
אנשי שם (תורה'דיגע ביאגראפיע)
וויסנשאפט:
פיזיקס
אסטראנאמיע
ביאלאגיע
לינגוויסטיקס
(עוואלוציע)
אא"וו
היסטאריע:
אלגעמיינע היסטאריע
אידישע היסטאריע
אמעריקאנער היסטאריע
ביאגראפיע (אלגעמיינע/אידישע, נישט תורה'דיג)
ליטעראטור:
פיקציע
פאעזיע
לענגערע מאמרים (וואס ווערן ליידער פארוואסערט אין שמועסן אדער שמייכל, צום ביישפיל
דא,
דא, אדער
דא)
בוכער/בוך קלאב
קולטור:
קונסט ווערק
מוזיק
פילם/טעלעוויזיע
מאכל ומשתה