הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

די שווערע געפיל פון זיין א וועטעראן
און שפעטער אראפפאלן וויל מ'האט געשריבן מער הודעות און נישט באקומען אויף טייל פון זיי קיין לייקס
איז גאנץ שווער פאר מיר, און איך שטעל מיך פאר פאר אנדערע אויך
איז דא עפעס וואס מ'קען טון? אדער דאס איז עס?

איך פיל אז דאס קען גורם זיין פאר טייל זיך איינצוהאלטן פון שרייבן טיילמאל

דער עולם פילט מיט מיט מיר?
 
לעצט רעדאגירט:

יעצט מיט שעפטל'ס הארץ איז שוין גרינגער!
יעדער הארץ איז ווערד אסאך
אבער שעפטל'ס ריזיגע אפענע הארץ איז סאמטינג ספעשיל.......
 
לעצט רעדאגירט:
אפשר זאל מען מאכן אז די וועטעראנען סטאטוס זאל אראפפאלן נאר דורך א קלענערע Ratio למשל ווייניגער ווי איין לייק פער הודעה
 
ווען מ'שמאלצט צוזאם צווי דאפלטע אשכולות וואס אין איינע פון זיי שטייט גארנישט (צב"ש די צווי אשכולות פון ריקי רוז וואס מהאט יעצט צוזאמגעשעלצט)
וואס פעלט אויס אריין ווישן די צוויטע אשכול אין די ערשטע, עס שטייט דאך גארנישט דארט
עס שטארט פאר צו ליינען די גאנצע אשכול אויף איינמאל ווייל ווי קומט אריין דא אינמיטן א זאך וואס שטייט שוין אויבן און סאך מאל (אזוי ווי ביי דעם ביישפיל וואס איך האב געצייכנט) שטייט ביי די צוויטע אשכול גארנישט מיט נישט (ריקי האט ארויס גענומען א נייע סינגל, ווען צווי הודעות ארויף ציר ווערט געבערנגט די סינגל).
גיב עס א וויש אפ, און קיינער דארף ניטאמאל וויסן עס איז געווען אזא אשכול....
 
מען טוט עס צוליב וואס מען וויל נישט פארמעקן יענעמ׳ס הודעה, ס׳מאכט טאקע אביסל נערוועז, אבער למעשה האט יענער נישט געשריבען אקעגן די רולס פונעם מקום, מילא קען מען עס נישט מעקען.

(איך ווייס אז ס׳איז אביסל קאפ אין וואנט, אבער אז מען הייבט אן מעקען וועט ווערען א גאנצע סאמעטוכע)
 
פארוואס דארף מען גיין קרום ווען מ'קען יענעם פשוט פרעגן צו מ'מעג מעקן זיין תגובה (אדער בעטן ער זאל עס אליין מעקן) נאך וואס עס שטעלט זיך ארויס צו זיין איבעריג אדער א דאפעלטע געדאנק?
 
מען טוט עס צוליב וואס מען וויל נישט פארמעקן יענעמ׳ס הודעה, ס׳מאכט טאקע אביסל נערוועז, אבער למעשה האט יענער נישט געשריבען אקעגן די רולס פונעם מקום, מילא קען מען עס נישט מעקען.

(איך ווייס אז ס׳איז אביסל קאפ אין וואנט, אבער אז מען הייבט אן מעקען וועט ווערען א גאנצע סאמעטוכע)
נישט קיין תקנות
נאר כדי זאל וויסן אז נעקסטע מאל פאר ווען מעפענט קוקט מען אויב עס איז נישט דא שוין אזא אשכול
פארשטייט זיך א אויב די צווייטע אשכול איז א אלטו אשכול נישט
 
נישט קיין תקנות
נאר כדי זאל וויסן אז נעקסטע מאל פאר ווען מעפענט קוקט מען אויב עס איז נישט דא שוין אזא אשכול
פארשטייט זיך א אויב די צווייטע אשכול איז א אלטו אשכול נישט
אזוי הייבט זיך אן קאנטראל אויף ספיעטש, מ'הייבט אן מעקן מיט א גוטע סיבה, און דאן איז עס א סליפערי סלאופ..
 
איך טראכט איבער א המצאה וועגן גילו. כאטש רוב וויל דא בלייבן אנאנימעס, לכל הפחות די וואס נוצן ניק-נעמען, מיין איך אז ס׳וואלט געווען א גוטע עצה צו געבן אן אפציע. למשל, איך וויל טאקע בלייבן אנאנימעס, אבער מיט א ניק ווי @שעפטאל וואלט איך געחלשט זיך צו באקענען אין ריעל לייף, אויב ס’איז שטייצעך כמים פנים לפנים.

וואס וואלט געווען אויב עס וואלט געווען אזא אפציע פון אנהייב, אז ביידע ניקס וועלן קענען עפענען זייערע עכטע פראפיילן פאר געוויסע ניקס? און עס ארבעט נאר אויב ביידע געבן הסכמה איינער פאר דעם אנדערן. דאס וואלט זיכער פארמערט אהבת חברים און געמאכט קרעמל א סאך מער געשמאקן פלאץ. ביטע לאזט הערן אייער מיינונג איבער דעם.
 
וואו! שכוח!!!
ביטע לאזט הערן אייער מיינונג איבער דעם.
מיין מיינונג איבער דעם איז... אז דו חלישסט צו באקענען מיט שעפטאל ביז דו וועסט אים גוט קענען און וועסט זען ער איז די זעלבער הומען ווי יעדעם, די זעלבע קינד אין אים לעבט פאר אנערקענונג און א גוט ווארט, די זעלבער עגא פארדרייט זיין קאפ מיט די נערישסטע חשבונות צו בלייבן גערעכט אין א וויכיח, די זעלבע פחד ביים טרעפן א נייער מענטש אויב ער איז מיר מחשיב פאר וואס איך בין אדער נישט, די זעלבע קאופינג מעקעניזימס פון פראבירן זיך צו אקאצעפטירן, מוחל זיין, זיך ערלויבן צו עקזיסטירן וויזוי גאט האט מיר געמאכט.

ווי אזוי ווייס איך? ווייל איך חליש אויך אמאל טרעפן דעם שעפטאל פון קרעמל אין ריעל לייף. 🫣
 
מ'לייגט סמייליס
ס'פאלט ענק נישט איין אז כ'מיין עס ערענסט!

🎵🎶
עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, וואס זאל מען טון אז ס'דאווענט זיך נישט
רעדן רעד זיך, שרייבן שרייבט זיך, וואס זאל מען טון אז ס'שעפטאלט זיך נישט 🎶🎵🎶
 
אוי @שעפטעל ביסט ציקער…😍
 
Back
Top