איך טראכט פון אזא פיטשער:
איך האב נעכטן למשל געעפנט א שנירל איבער ספר יהושע אין חקר המקרא. סעי, מענטשן רעספאנדן און ס'װערט א שמועס פון אפאר בלעטער, אבער א װאך ארום װיל איך אפדעיטן דעם שנירל מיט א פרישע לענגערע הודעה, לאמיר עס רופן חלק ב'.
יעצט, א לײענער װאס איז נישט אינטרעסירט אין דורכגײן דעם שמועס צװישן חלק א' און חלק ב'; ער װיל גראָד גײן צו חלק ב', אױב ס'איז דא, װאלט דערפאר זײער נוצבאר געװען א פיטשער, אַן [אפּדעיטעבּל] לינק פונדרױסן פון דער שנירל, װאס לאזט אים גײן תיכף צו דער פרישער חלק ב' עדישען אין דעם שנירל:
View attachment 7169
פארװאס זאג איך אפדעיטעבל? װײל קען זײן מ'קען אזאנס מאכן מיט דער קאפעראציע פון דער פותח השנירל. ד.ה. יעדע מאל איך לײג צו א פרישער לענגערע שטיקל צו מײן שנירל, ס"ה װאס איך דארף טוהן, איז קאפיען די לינק צו יענער ספעציפישער הודעה\עדישען:
View attachment 7170
און דערנאך עס פּעיסטן אין דער 'author עדיט לינק' פֿעלד (פונקטליך װאו מען פרישט איבער די לינק מאכט נישט אזױ א חילוק) און אזױ איבערפרישן דעם דרױסענדיגן לינק 'שפרונג צו נעקסטע הודעה פון AUTHOR'. און װילאנג דער פותח השנירל האט נישט איבערגעפרישט די לינק װעט די לינק שטענדיג פירן בײ דיפאולט צו דער ערשטער הודעה פון די שנירל. עס מאכט סענס װאס איך זאג?