הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

אפשר זאל זיין אן אפציע צו פילטערן שנירלעך/תגובות לויט די צאל לייקס וואס ס'האט. ד. מ. אז אויב וויל מען זען די 'טאפ-רעיטעד' מאמרים זאל מען שנעל קענען אהין אנקומען.
 
איך ווייס נישט וואס גייט פאר, יעדע נייע שנירל וואס איך הייב אן ליינען, אויב האב איך נישט צייט עס צו ענדיגן, אדער וויל איך שפעטער צוריקקומען זעהן קאמענטס, איננו! ס׳איז פארשווינדן פון די ״אקטיווע שנירלעך״ ליסטע. וואס איז פשט?
איז דאס א פרישע בּאג?
 
טשעק די פילטערס.
1758768152051.webp
 
איך האב דאס תיכף פרובירט אבער ליידער העלפט עס מיר א רעטעך. ס׳האלט אין איין צוריקגיין צום דיפאלט פון ״אומגעליינטע שנירלעך״ נישט קיין חילוק וואס איך וועל אויס 🤷‍♂️
(און איך האב אזויפיל מאל פרובירט)
אנטשעק אלע און טשעק "היט אפ אלס סטאנדארט"
 
איך בענק זיך צו די "לייקס" אויסקוק פון ק"ש. מען האט געזען קלאר אונטערן תגובה אלע נעמען וואס האבן דיר געגעבן א לייק.
דא אין קרעמל זעהט מען נאר די לעצטע צוויי-דריי נעמען, "און נאך 9 באנוצער", וואס כדי דאס צו זעהן אין דיטעיל, מוזטו קליקן דערויף, און עס ערשיינט א ליסטע מיט קידוש-לבנה-סייז אותיות, ווי איך קען זעהן נאר בערך 4-5 נעמען אויף איין סקרין, און איך דארף סקראולן צו קענען זעהן די ליסטע... גאנץ קאמפליצירט....

קען מען דא מאכן אזוי ווי אין ק"ש?
כהאב עס בודק געווען
כרגע זעה איך נישט קיין וועג, אן דארפן מעסן און איבערדרייען צופיל

אבער איך לאז עס אויפן ליסטע, כהעל נאך צוריקומען צו דעם איין טאג
 
איך וואונדער זיך אויב ס׳דא א לעזונג צום פראבלעם, אז יעדן׳ס פראפייל ווייזט בלויז א ליסטע פון זיינע מעסידשעס, נישט זיינע שנירלעך

ערשט האב איך זיך געפרייט ווען @קץ דוחק האט מיר מסביר געווען וויאזוי מ׳קען קליקן די tab ״טרעף״ (וואו מ׳זעהט אין דעם בילד באצייכנט אין רויט) און דארט וועט ארויסקומען די אפציע צו זעהן אלע שנירלעך פון דעם פראפייל

1759098484970.webp

אבער דאס העלפט מיר נישט ווען איך וויל טרעפן אלפא׳ס שנירלעך. וויבאלד איך קליק אויף זיין פראפיל באקום איך א מעסידש ״אפס! מיר האבן פראבלעמען. דער מעמבער האט באגרעניצט ווער עס קען זעהן זיין פולן פראפייל״

איך פארשטיי אז ער האט אנגעשטעלט די סעטינגס מ׳זאל אים נישט טעגן און אנדערע בּענעפיטס וואס ער האט מיט רעכט אויסגעוועלט מיט׳ן אנשטעלן זיין פראפייל אויף דעם אופן, נאר איך פארשטיי נישט וואס איז פשט אז לכתחילה איז נאר דא ״מעסידשעס״ (כמעט 2,000 וואס איך דארף דורכזיכן) און ס׳נישטא א ליסט פון די שנירלעך פון יעדן שרייבער דא?
 
א גרױסן ײשר כח פאר דײן אומאױפהערליכע מיה, @ברק הכחול, אהערצושטעלן אזא הערליכע און פאָנקעשענעל װעבסײט פאר אלע באזוכער ולכל יושביה.
קהל קרעמל הק' װינטשט דיך און די בני בית א כתיבה ורֵיְטִינְג טובה!
 
ארבייט עס שוין?

דערווייל זעט עס נישט אויס ווי ס'כאפט די מיט די מערסטע לייקס/רעאקציעס.. ס' איז א רענדאם קאלעקציע דארט.
ניין
נאכנישט 100%
כדארף עס נאכאביסל פאלישן
כהאף אנצויאגן ערגעצווען
 
ארבייט עס שוין?

דערווייל זעט עס נישט אויס ווי ס'כאפט די מיט די מערסטע לייקס/רעאקציעס.. ס' איז א רענדאם קאלעקציע דארט.
מאדיפייעד אביסל
עפעס בעסער?

בערך וויאזוי עס ארבעט אין קורצן:
די “טאפ רעיטעד תגובות" ארבעט נישט לויט נייעסטע תגובות (דאס איז די אקטיווע אשכולות)
נאר לויט א סיסטעם וואס רעכנט אויס וועלכע אשכולות זענען געווען “טרענדי” אין א געוויסע צייט אפשניט, און ביי אונזער פאל, 24 שעה.

די סיסטעם האלט א “אקטיוויטי־לאג”, און יעדעס מאל ווען עמעצער
קוקט,
לייקט,
אדער שרייבט א תגובה, ווערט דאס איינגעשריבן.

די “טאפ רעיטעד תגובות" נעמט די דאטא פון יענע לאגס, און זעהט וועלכע שנירלעך האבן געהאט די מערסטע אקטיוויטי אין די לעצטע 24 שעה, און לייגט זיי ארויף אויף די טאפ רעיטעד תגובות פעידש.
 
אבער ס'קומט ארויף בלויז די ערשטע מעסעדש פון די שנירל, קומט נישט אז מ'זאל זען די "נאכגעפאלגטע" אלס די טרענדינ"ג? (לויט וואס איז אויפגעכאפט אלס 'טאפּ רעיטע"ד)
 
אבער ס'קומט ארויף בלויז די ערשטע מעסעדש פון די שנירל, קומט נישט אז מ'זאל זען די "נאכגעפאלגטע" אלס די טרענדינ"ג? (לויט וואס איז אויפגעכאפט אלס 'טאפּ רעיטע"ד)
איך בין נישט זיכער אז איך האב פארשטאנען

סקוקט אויס ווי די ווילסט זאגן 2 זאכן

אבער ס'קומט ארויף בלויז די ערשטע מעסעדש פון די שנירל,
אדער וואס דען זאל זיין?
די לעצטע געשריבענע מעססעדש?
קומט נישט אז מ'זאל זען די "נאכגעפאלגטע" אלס די טרענדינ"ג? (לויט וואס איז אויפגעכאפט אלס 'טאפּ רעיטע"ד)
לא הבנתי
זיי מסביר אביסל קלארער
 
מאדיפייעד אביסל
עפעס בעסער?

בערך וויאזוי עס ארבעט אין קורצן:
די “טאפ רעיטעד תגובות" ארבעט נישט לויט נייעסטע תגובות (דאס איז די אקטיווע אשכולות)
נאר לויט א סיסטעם וואס רעכנט אויס וועלכע אשכולות זענען געווען “טרענדי” אין א געוויסע צייט אפשניט, און ביי אונזער פאל, 24 שעה.

די סיסטעם האלט א “אקטיוויטי־לאג”, און יעדעס מאל ווען עמעצער
קוקט,
לייקט,
אדער שרייבט א תגובה, ווערט דאס איינגעשריבן.

די “טאפ רעיטעד תגובות" נעמט די דאטא פון יענע לאגס, און זעהט וועלכע שנירלעך האבן געהאט די מערסטע אקטיוויטי אין די לעצטע 24 שעה, און לייגט זיי ארויף אויף די טאפ רעיטעד תגובות פעידש.
איך װיל פארשלאגן אז מען זאל, אױב מעגליך, צוזאמקלױבן דאטא אױף די פאלגנדע מעטריקס און אזױ װעלן די טאפ רײטעד תגובות 'פידן אָף' בעסערע װעריעבְּלס. ס'קען זײן אז פאר געװיסע פון די מעטריקס פעהלט זיך אױס א פלאָגין צו געװיסע קאָוּדינג אדער פראגרעמאַטיק סעלוּשענס אבער דאס איז פארשטײט זיך נאר א הצעה װאס איך מאך; איך װײס נישט װאס איז אלץ מעגליך און װאס נישט. חוץ מזה קען די דאטא נאכדעם אױך דינען פּאטענשְל אַדװערטײזערס, אױב איז מען מחליט צו גײן דער ריכטונג אין די פיוטשער; װען די האָסטינג עלאַוּענץ נוצט זיך אױס.

סאו, װאס איך װיל מציע זײן מען זאל גאַטהערן (צוזאמענקלױבן), זענען דיע זאכן:

מערסט פאפולערע הודעות\תגובות

  • תגובות מיט די מערסטע לײקס.
  • תגובות װעלכע זענען די מערסטע געזעהן געװארן.
  • תגובות װעמענס שנירל אדער אינהאלט זעלבסט װערן די מערסטע געשעהרט אדער\און געלינקט-צו.
  • תגובות אין װעלכע עס איז די מערסטע צײט ארײנגעלײגט געװארן אין זײ שרײבן (יעצט אז מען האט דרעפטס, און דער עולם נוצט עס, איז אפשר די סארט װעריעבְּל, מער מעגליך נאכצוקוקן אָהן דארפן האבן עקסעס צו די עקשוּעל דרעפט. אזױ בין איך נאר משער כמובן).
  • תגובות װעלכע געהערן צו די מערסט פאפולערע ניקס (װאס דאס אלײנס, װער עס זענען די פאפולערע ניקס, קען מען אױך צוזאמענעמען א 2טע קאטעגאריע װעריעבְּלס אדער מעטריקס - זעה אונטן).
  • תגובות מיט די מערסטע צאל קערעקטערס, פער װארט (קאמפליצירטע, הױך-ליטערארישע װערטער), און תגובות מיט די מערסטע צאל קאמפליצירטע װערטער.
  • תגובות מיט אסאך לינקס.
  • תגובות מיט אסאך רעפרענצעס צו אנדערע שנירלעך, צו תגובות, און צו אנדערע ניקס אין קרעמל.
  • תגובות מיט קװאטס, עטעטשמענטס און אסאך פארמאטינג, פארשידענע סײזעס אותיות, איטאַליקס, באָלד, עלײנמענטס, אינדענטײשאָן, בּוּלעטינג, עמאודזשיס וכדומה.
  • תגובות װעלכע װערן אסאך רעפרענסד אדער קװאָטעד דורך אנדערע.
  • תגובות װעלכע אנטהאלטן קי-טערמס אדער קי-װערטער פאר װעלכע יוזערס סױרטשן אסאך, סײ אין קרעמל אלײנס סײ אױף גוגל.
  • תגובות געשריבן בײ ניקס װעמענ'ס ניקנעמען װערן אין אלגעמײן געסױרטשט אסאך (דורך: מעמבער).
און איך בין זיכער ס'איז דא נאך װאס איך געדענק נישט אױפ'ן מאמענט

פאפולערע אדער נאָלעדזשעבְּל ניקס
איך קוק למשל אױף פאפולערע ניקס, װאס הגם איך זעה טאקע @שושני, @אפענער, @אלפא און @מרחשון אױסגערעכנט, זיץ איך אבער און איך שטױן, היתכן איך זעה נישט דארטן אזעלכע שטארקע נעמען װי @מי אני, @אין הכי טאקע, @הדעה והכתיבה @פעדער @וחי בהם, @חבקוק און @ריבי (זײט מיר מוחל װער נאך איך האב אים\ר נישט אױסגערעכנט) װאס הגם זײ שרײבן טאקע װײניגער אבער װען זײ שרײבן יא איז עס הערסטו, מרעיש עולמות. ד.ה. זײ זענען אפשר נישט שטארק בכמות טאקע אבער באיכות יא.

ממילא האלט איך מען זאל אױפקומען מיט א בעסערע װעג, א בעסערע אלגאָריטהעם װאס זאל דאס אױסרעכענען. און די צװײ זאכן, תגובות און שטאַרקסטע ניקס, זענען געבינדן. ד.ה. אז מען װעט בעסער קענען װיסן װעלכע תגובות זענען טאפ רײטעד װעט מען אױטאמאטיש װיסן װער עס זענען די פאפולערע ניקס וכן להיפך.

אפאר מעטריקס װעלכע איך טוה פארשלאגן זענען:

  • ניקס װעלכע האבן די מערסט פאפולערסטע תגובות אונטער זײער הענדל
  • ניקס װעלכע אסאך טועהן פֿאַלױען
  • ניקס װעלכע װערן גערעפרענצט אסאך
  • ניקס װעלכע רעפרענצן אסאך דרױסענדיגע מקורות װאס גוגל אנאליטיקס, אַלעקסאַ אדער סײ װעלכער טוּל מען איז מחליט צו נוצן , דערקענט זענען רעפרענצן צו אנערקענטע װעבסײטס אדער ביכער\ספרים.
  • ניקס װעלכע לײענען אסאך קרעמל - זײ האבן א גרױסע פֿוּט פרינט (מסתמא און אױב מען קען צוזאמעננעמען דאטא אױפדעם אָהן האבן עקסעס צו װאספארא שנירלעך און הודעות זײ לײענען).
  • ניקס װעלכע שרײבן זיך אסאך מיט אנדערע אין קרעמל (נאכאמאל, אָהן האבן עקסעס צו די עקשוּעל קאנטענט פון די הודעות פרטיות אױסגעטױשט).
  • ניקס װעלכע ספענדן סתם אזױ אסאך צײט אױף קרעמל - זענען אָנלײן אסאך.
  • חוץ פון קוקן אױף פאזעטיװע און נעגעטיװע רעאקציע-עמאודזשיס, אפשר קענען געװיסע פון די טוּלס, ספעציעל אױב זענען זײ געטרײנט אױף היברו, אפי' אנאלאזירן די תוכן פון הודעות צו זעהן װעלכע ניקס קריגן אסאך הסכמה און אפלאָדירוּנג פון אנדערע.
  • ניקס װעמענ'ס תוכן פון הודעות עלײנען אסאך מיט דרױסענדיגע מקורות - װעבסײטס, ארטיקלען אדער ביכער\ספרים אינדרױסן פון קרעמל - אױפ'ן ברײטן װעב;
  • ניקס װעלכע פאלױען בעסט ײדיש ספעלינג און גרעממער
  • ניקס װעלכע האבן א יוניק סטײל
  • ניקס װעלכע נוצן א רײכע װאַקאַבּולארי, ספעציאליזירטע טערמינען און נוצן א געשולטע רעטאריק

פאר די און נאך פילצאליגע מעטריקס זענען שױן הײנט דא גוט-שטודירטע מעטאדן װי נעטשוּראַל לענגװֿיטש פּראָסעסינג (NLP), קאָנטענט אַנאליסעס און סטײלאמעטרי.
 
לעצט רעדאגירט:
איך װיל פארשלאגן אז מען זאל, אױב מעגליך, צוזאמקלױבן דאטא אױף די פאלגנדע מעטריקס און אזױ װעלן די טאפ רײטעד תגובות 'פידן אָף' בעסערע װעריעבְּלס. ס'קען זײן אז פאר געװיסע פון די מעטריקס פעהלט זיך אױס א פלאָגין צו געװיסע קאָוּדינג אדער פראגרעמאַטיק סעלוּשענס אבער דאס איז פארשטײט זיך נאר א הצעה װאס איך מאך; איך װײס נישט װאס איז אלץ מעגליך און װאס נישט. חוץ מזה קען די דאטא נאכדעם אױך דינען פּאטענשְל אַדװערטײזערס, אױב איז מען מחליט צו גײן דער ריכטונג אין די פיוטשער; װען די האָסטינג עלאַוּענץ נוצט זיך אױס.
וואו
@קץ דוחק דיין אטענטשאן צו קליינע דעטאלן איז אנבעליבעוול - קיפ איט אפ

יעצט תכלית
ווי שוין דערמאנט דא נישט אלעס איז דאעבל

בנוסף צו דעם
אונזער פרייוועסי פאליסי איז קודש קדשים, ממילא
  • תגובות אין װעלכע עס איז די מערסטע צײט ארײנגעלײגט געװארן אין זײ שרײבן (יעצט אז מען האט דרעפטס, און דער עולם נוצט עס, איז אפשר די סארט װעריעבְּל, מער מעגליך נאכצוקוקן אָהן דארפן האבן עקסעס צו די עקשוּעל דרעפט. אזױ בין איך נאר משער כמובן).
  • ניקס װעלכע שרײבן זיך אסאך מיט אנדערע אין קרעמל (נאכאמאל, אָהן האבן עקסעס צו די עקשוּעל קאנטענט פון די הודעות פרטיות אױסגעטױשט).
  • ניקס װעלכע ספענדן סתם אזױ אסאך צײט אױף קרעמל - זענען אָנלײן אסאך.
איז נישט קיין אפציע

באטאם ליין
וועגן די אנדערע מעטריקס, סאיז מעגליך, אבער לימיטירד און טערמס פון צייט און רעסורסן

סא איך העל פרובירן צו זיכן א עדדאן וואס האט כאטש א חלק דערפון
 
Back
Top