הצעות און געדאנקען וויאזוי צו פארבעסערן קרעמל

אפשר זאל זיין אן אפציע צו פילטערן שנירלעך/תגובות לויט די צאל לייקס וואס ס'האט. ד. מ. אז אויב וויל מען זען די 'טאפ-רעיטעד' מאמרים זאל מען שנעל קענען אהין אנקומען.
 
איך ווייס נישט וואס גייט פאר, יעדע נייע שנירל וואס איך הייב אן ליינען, אויב האב איך נישט צייט עס צו ענדיגן, אדער וויל איך שפעטער צוריקקומען זעהן קאמענטס, איננו! ס׳איז פארשווינדן פון די ״אקטיווע שנירלעך״ ליסטע. וואס איז פשט?
איז דאס א פרישע בּאג?
 
איך ווייס נישט וואס גייט פאר, יעדע נייע שנירל וואס איך הייב אן ליינען, אויב האב איך נישט צייט עס צו ענדיגן, אדער וויל איך שפעטער צוריקקומען זעהן קאמענטס, איננו! ס׳איז פארשווינדן פון די ״אקטיווע שנירלעך״ ליסטע. וואס איז פשט?
איז דאס א פרישע בּאג?
טשעק די פילטערס.
1758768152051.webp
 
איך האב דאס תיכף פרובירט אבער ליידער העלפט עס מיר א רעטעך. ס׳האלט אין איין צוריקגיין צום דיפאלט פון ״אומגעליינטע שנירלעך״ נישט קיין חילוק וואס איך וועל אויס 🤷‍♂️
(און איך האב אזויפיל מאל פרובירט)
אנטשעק אלע און טשעק "היט אפ אלס סטאנדארט"
 
איך בענק זיך צו די "לייקס" אויסקוק פון ק"ש. מען האט געזען קלאר אונטערן תגובה אלע נעמען וואס האבן דיר געגעבן א לייק.
דא אין קרעמל זעהט מען נאר די לעצטע צוויי-דריי נעמען, "און נאך 9 באנוצער", וואס כדי דאס צו זעהן אין דיטעיל, מוזטו קליקן דערויף, און עס ערשיינט א ליסטע מיט קידוש-לבנה-סייז אותיות, ווי איך קען זעהן נאר בערך 4-5 נעמען אויף איין סקרין, און איך דארף סקראולן צו קענען זעהן די ליסטע... גאנץ קאמפליצירט....

קען מען דא מאכן אזוי ווי אין ק"ש?
כהאב עס בודק געווען
כרגע זעה איך נישט קיין וועג, אן דארפן מעסן און איבערדרייען צופיל

אבער איך לאז עס אויפן ליסטע, כהעל נאך צוריקומען צו דעם איין טאג
 
איך וואונדער זיך אויב ס׳דא א לעזונג צום פראבלעם, אז יעדן׳ס פראפייל ווייזט בלויז א ליסטע פון זיינע מעסידשעס, נישט זיינע שנירלעך

ערשט האב איך זיך געפרייט ווען @קץ דוחק האט מיר מסביר געווען וויאזוי מ׳קען קליקן די tab ״טרעף״ (וואו מ׳זעהט אין דעם בילד באצייכנט אין רויט) און דארט וועט ארויסקומען די אפציע צו זעהן אלע שנירלעך פון דעם פראפייל

1759098484970.webp

אבער דאס העלפט מיר נישט ווען איך וויל טרעפן אלפא׳ס שנירלעך. וויבאלד איך קליק אויף זיין פראפיל באקום איך א מעסידש ״אפס! מיר האבן פראבלעמען. דער מעמבער האט באגרעניצט ווער עס קען זעהן זיין פולן פראפייל״

איך פארשטיי אז ער האט אנגעשטעלט די סעטינגס מ׳זאל אים נישט טעגן און אנדערע בּענעפיטס וואס ער האט מיט רעכט אויסגעוועלט מיט׳ן אנשטעלן זיין פראפייל אויף דעם אופן, נאר איך פארשטיי נישט וואס איז פשט אז לכתחילה איז נאר דא ״מעסידשעס״ (כמעט 2,000 וואס איך דארף דורכזיכן) און ס׳נישטא א ליסט פון די שנירלעך פון יעדן שרייבער דא?
 
Back
Top