כביכול גייט באשאפן חאסלאוויטש (אויפמערקזאם: קאטעוועס אויף טיפן און געשטאלטן).

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
114
רעאקציע ראטע
937
פונקטן
113
(געשריבן לערך א יאר צוריק צו א פריינד כמוני כמותו א ליבהאבער פון לצנות)

כביכול רופט צאם זיינע מלאכים, מען גייט באשאפן חאסלאוויטש, ער ברענגט א הויפן נשמות פונעם נשמות שטייג, ער זעצט זיי אוועק ארום און זאגט: ״רבותי, מען רעכנט זיך דא צו באשאפן חאסלאוויטש, איר זענט אויסגעקליבן געווארן צו האבן די כבוד צו נעמען דע ראלע פון זיין אירע איינוואוינער, גרייט?

גרייט!

יעצט דארפן מיר איינטיילן די ראלעס, איר זענט שוין אלע אמאל געווען דארט אונטער די וואלקענעס, קענט איר אביסל דעם הלוך ילך, יעצט גייען מיר קלויבן די ראלעס אוו כאראקטערן!

דער בורא קוקט אויך די ליסטע פון ראלעס, אלזא, ״דער גראבער פון שטעטל״, ווער נעמט די גראבע פון שטעטל? און דאס קומט שוין מיט יחצאל, וויצלעך, איבעריגע זעלבס-זיכערקייט, נדיב לב, אויף וואס די שוואכע לענען זיך אן

דריי פינגער הייבן זיך אויף אלץ א סימן אז זיי זענען גרייט צו נעמען די ראלע

(… חלק הבא נשמט מחמת כבוד הבריות)

הכלל, ווייטער געגאנגען, ווער נעמט - כביכול קוקט ווייטער אין די ליסטע - ווער נעמט… רויטע? מען דארף אפאר רויטע אין שטעטל, אן רויטע פעלט די פייער, פעלט קאליר, ווער איז זיך מתנדב? מ׳ווערט ווייס צעהן יאר שפעטער ווי אלע, רויטע האבן חן, מ׳מיינט אז זיי זענען מיעס, לאזט מען זיי האבן חן

זעקס פינגערלעך שטרעקן זיך אויס

״גוט, א קלוגער אויסוואל, עטץ וועטץ הנאה האבן

״יעצט ווער נעמט זיך אונטער די יתום פון שטעטל, א יתום איז נישט גוט, נאר א שטענדיגע זעלבדערבארעמונג נעמט ארום, כבין זעכער ס׳וועט זיין אפאר בעלנים דא פאר דעם

דריי פינגער שטרעקן זיך אויס

״אט אזוי, כ׳האב געוואוסט, נישט געזארגט ס׳וועט זיין גוטע צייטן

״יעצט אז מ׳האמער יתומים דארפן מיר דעם חולה פון שטעטל, ווער איז גרייט, מען ליגט און בעט, מען איז מתפלל פאר דיר, מען דערשרעקט זיך צוליב דיר אז יש דין ויש דיין!

צוויי חברה שטרעקן א פינגער

״איך האב דא חברה׳לייט היינט, מ׳עט שוין באלד רעדן ווער ס׳וועט האבן וויפיל קינדער

״יעצט, וואס שטייט דא? אה, ״לעבעדיגער יתום״, מיט לעבעדיגער יתום איז אזוי, מ׳איז בעצם א יתום, נאר מ׳קען נישט זיך בא׳רחמנות׳ן, מענטשן מיינען ס׳גוט און ס׳העלפט נישט קיין פדינו ומצילינו, נאר די מעלה פון דעם איז אז מ׳הייבט אן זיכן טאטעס און מאמעס און פעטערס און ראש ישיבות וואו אימער מען גייט און שטייט, דאס איז גורם אז מ׳ווערט א קנאקער, מען ווערט די ליבלינג פון ס׳מענטשהייט, מעפנט ארגאניזאציעס מיט די פראבע זיך צו שאפן א כעין משפחה מיטן ארגאניזאציע, און אז איינס גייט פייפן עפנט מען א צווייטע א דריטע, און אזוי פארט א רעדל, נו, ווער איז זיך מתנדב? עמיצער?

פופצן פינגער הייבן זיך

״גוט גוט, דארף מען יעצט א טיץ צובראכענע שטיבער, אדער אפילו נישט, רייכע איז אויך גוט, אדער סתם עלטערן וואס ווייסן נישט בחייכון וויאזוי מ׳באהאנדלט א קינד…
״נו חברה, מי בטאטע פון א ציבראכענע שטוב? דאס האט א מעלה אז מאיז פריי פון אידענטיטעט, קיינער קוקט דיר נישט נאך ווען דו דאוונסט, וויפיל דו לערנסט, און אויך נישט וויפיל דו פארדינסט, דו ביסט פריי פון דאס עול הגעזעלשאפט למחצה לשליש ולרביע

ניין הייבן א פינגער

״דאס איז גאנץ איבעראשנד, איר סורפרייזט מיר דא היינט חברה, מיר האבן שוין א כמעט פערטיגער מאנטשאפט פון אלע ראלעס

״און ווערדזשע וויל זיין א גביר…? נאר איך ווארן ענק, מ׳וועט ענק קריכן אין געדעריי הגעדערים אריין, און אייערע חברים וועלן זיין, אדער שנארערס וואס איר פארשטייט קוים זייער געזאלצענעם אידיש, אדער שארלאטאנען וואס זיכן אייך איינצומיירן מיט כל מיני געזונטהייט קרייטעכצער פון די הרי אררט און אויסגעזויגענע פאדאגאגן חברים פונעם קדשים אויף ירושלמי, לאמיר זעהן ווער הייבט א פינגער!…

פינף הייבן,

פינף, דאס איז עס? מיינע קלוגע נשמלעך, נאר ווער אויב אזוי וועט אויסהאלטן דעם שטעטל, אלץ אויף די קאפ פון פינף? וועל איך מוזן שיקן מער רעגן, יורה ומלקוש פאר מיין חאסלאוויטש

און שיינע, ווער וויל זיין א שיינע, קיין פרעקל, שיינע גלאנציגע נאז, אלע מאניאקן אין שיל ווארפן אויף דיר אויגן, קראנקע זכרים שמייכלען צו דיר, שרלטנים ניצן דיר פאר דעקאראציע, די עובדים מיינען ביסט א נואף, די פראדוקטיווע מיינען אז דו קענסט דיך אליינס נישט אונטערווישן, די איבעריגע מיינען אז דו האלסט דיך גרויס איבער זיי, און זיי פארגינען דיך נישט דאס לעבן, זיי ווילן דיך זעהן אין ד׳ערד, זיי האפן ס׳וועט דיר ארויס וואקסן א רויטער בארד מיט צוויי שפיצן אז ס׳וועט דיר מיעס מאכן פארן לעבן, נאר נאכן טויט וועט מען דיר דערמאנען אלס א וואוילער איד, נאר דיין שיינקייט וועט מען קיינמאל מער נישט דערמאנען

קיין איין פינגער (ס׳טאקע געווען שפעטער ידוע אז אין חאסלאוויטש איז קיין איין שיינער נישט געווען)

״און איך מיין מ׳זעמער פערטיג… אה, דער עילוי, דער שארפער קאפ, ווער וויל זיין דער שארפער קאפ? די מעלה איז מענטשן וועלן דיך פרעגן שאלות און וועסט דיך שפירן וויכטיג, נאר וועסט דארפן א סך בלאפן, צו פיצן, ווייל קיינער איז נישט באמת צי קלוג, פרעג נישט פארוואס, אזוי האב איך באשאפן די וועלט, וועסטו דארפן צו בלאפן אין צוגאב צו דיין שארפקייט, אמאל וועט מען דיר כאפן ביי דיין אמאראצעס, אבער שבע יפול צדיק וקם, נו, ווער איז גרייט פאר דעם שטעלע, צום ערשטן מאל צום צווייטן מאל צום דריטן מאל…

פופציג פינגער האבן זיך אויסגעשטרעקט

וואו וואו וואו, צו פופציג האב איך זיך נישט גערעכנט, מען דארף דאך פלאץ פאר נאך כאראקטורן, וואס גייט פאר מיט ענק היינט, אבער קען איך דען האבן טענות, איך וואלט אויך דאס געקליבן..

און וואס איז טאקע מיט א גיבור, דער גבר אלים פון שטעטל, דער וואס אז א גוי פארטשעפעט זיך געדענקט ער פופציג יאר פאר פינף דורות נישט צוריק צו קומען, דער וואס אלע אין שטעטל גייען פלצות פאר אים, נאר מיט שידוכים, דאס וועט זיין א שטיקל פלאנטער, נאר ווי מ׳זאגט אני השם המעלה אתכם מארץ מצרים, נו, ווער?

צעהן פינגער

נו גוט

יעצט לאמיר אביסל אריבער גיין צו די כיבודים, אלזא, מיר האבן דא א ליסטע פון אזוי, מזרח וואנט - די רבנים און בנשקים, די קרוב מזרח וואנט - די גבירים און מחברי ספרים, די בויך פון שיל - די פארגעסענע אידן וואס מ׳געדענקט זיי נאר ווען זיי מאכן א שמחה און ווען זיי שטארבן, ס׳האט מעלות ווי שפעטער אויסגערעכנט. ווייטער, די דרום וואנט איז פאר עובדים אוו נחבה אל הכלים׳ניקעס, די וואס האבן געלערנט אין לוצערן, אדער סלאבאדקע בבחרותם, די וואס בלייבן כולל יונגעלייט זייער גאנץ לעבן, די מיט וועמען זייער שווער פארדעקט זיך זיינע טרייפענע מעשים און חזיר פיסלעך. צפון וואנט - מחוכמים, אויסטרעפער, די מיט די פלוס ברילן ביים שפיץ נאז, די מילה בסלע ושתיקה בתרי׳ניקעס
מערב וואנט - אט דא לעבט א וועלט ווי א בינען שטאק, אילולא די מערב וואנט אידן לא היה קיום בעולם, דא געפונען זיך אלעס סטאלערס שבעולם, אלע פלאמערס. אלע אלץ ווייסער, אלע הצלה מעמבערס, דא קויפט זיך און פארקויפט זיך, און וואס נישט, און אלע פון צפון פון דרום און פון מזרח ווייסן אז בכל צרה ווענדט מען זיך דא אהער

אה, צום לעצט, ווער וויל זיין דער אויבער׳חכם, דער אוועקמאכער, ליצנה אחת׳ניק, אפיקורס? דו ביסט די האפענונג פאר יעדן וואס טרעפט זיך נישט דאס פלאץ אין שטעטל, מען וועט מיט דיר לאכן פונעם רבי׳ן פון די רבנים, פון די גבירים אוו פון אלע וואס האבן א מעמד אינעם סיסטעם, ס׳גייט צוזאמען מיט אביסל טאשן געלט וועל איך ענק געבן טאשן געלט, איך וועל מאכן אייערע טעכטער זאלן זיין שיינע, נאר איר וועט כסדר קריגן בריוו פון די שולע אז אייער טאכטער קומט נישט נאך די כללי הלבוש, איך וועל אייך געבן כח צו עפענען א פיסק אויף זיי, דארט פון אויבן אן וועט מען פון אייך רעדן מיט שענדונג, נאר די ארויסגעפאלענע רביש אייניקלעך וועלן זיך קלאמערן ארום אייך נאך מנחה מעריב ווען קיינער זעהט נישט, איר וועט מזמן לזמן שפירן אז מען וואלט אייך געמעגט שעצן מער, נאר איר וועט זוכה זיין אין א שיינע פאר נקמות אינעם סיסטעם, און שידוכים וועט איר אפילו טון מיט שני און שלישי אידן

ווער נעמט אלזא ״אפיקורס״

זיבעצן פינגער

״און אוי, כמעט ווי פארגעסן פון בעסטן קינד אז מ׳רעדט שוין טאקע, רבותי, אחרון אחרון חביב, וואס טוט זיך מיט מאלעסטער פון שטעטל? מאלעסטערס פון פאך, די וואס זענען געבוירן דערצו, ברויכן נישט קיין שיינע, אדרבה, ווי מיעסער אלץ בעסער כידוע. איך ברויך דאך אייך נישט זאגן אז אין אנהייב איז גוטע צייטן, ס׳גייט בערך אזוי, דארשטיגע יארן ביז מען כאפט דעם פארטל, פעטע יארן נאך וואס מ׳האט זיך אויסגעלערנט די קונצן, און בויך וויי יארן, ווען מען קומט אפ כפרת עוונות.
יש חולקים צו ס׳לוינט די צרות שפעטער, זה בכה וזה בכה, הייני דאמרי אנשי - אז מ׳האט א פיפיק האט מען א מאגן, נאר דאס איז זעכער, די גוטע יארן זענען גוט ווי נאר איך ריבונו של עולם קען געבן, און ס׳איז לתועלת הרבים, דער עולם דארף קענען קאכן א קאשע, מ׳דארף קענען רעדן פון חזעריי באצטלא דרבנן, ס׳גוט פאר די עקאנאמיע… איז ווער נעמט מאלעסטער?

צוועלעוו נשמות שוין באוואקסן מיט בערד נאך איידער זיי זענען געבוירן מיט רויזע חזיר פנים׳לעך, האבן אויסגעשטרעקט א פינגער

״גוט גוט, ס׳פארשפרעכט צו זיין גוטע יארן חברה, נאר זינגס מיר נישט קיין זמירות ווי דוד המלך נאך דעם וואס מ׳פאקט ענק, ווארטס געדולדיג דארט אונטן, באהאלט אייערע פרצופים, ביז מ׳ברענגט אייך צוריק אהער און מ׳גיט אייך א משכנתא אויף אייער בלויזן און מ׳שפארט אייך צוריק אין שטייג איר מאניאקן, אה דאכט זיך איך דערקען עטליכע פון ענק, אחר, גחזי, אחיתופל, שוין צום וויפלסטן מאל וואס איר גייט אראפ, און ווער איז דער וואס באהאלט זיך דארט אונטער יפתח׳ן, אה אבא סקרא, דו, האלט דיך אין די ראמען דארט ממזר קינד…

נישט שלעכט מיט ענק דא היינט… - אטעמט כביכול אפ פון די שטויביגע בלעטער - נאר געדענקט, ראלע איז ראלע, מען טוט זיך אן דעם פארשטעלעכטץ און נישטא קיין טענות ומענות. יעצט קיוטיס, צוריק צו ענקער שטייג, גוטע נאכט. גרייט ענק צו יעדער זיין ראלע, ביז מ׳וועט ענק רופן איינע ביי איינע ווען ענקער אויפגאבע איז מוכן
 
לעצט רעדאגירט:
די ווייסט עפעס צי גוט וואס גייט פאר דארט אויוון, גראדע האסט געטראפן דארטן @קץ דוחק ? ער האט פריער אויכט געברענגט א רעפארט פון דארטן.
 
שכוח פארן גוטן לאך! 😍
-

הקדמה
בעפאר דעם האט גאט געווען זייער באורד
האט ער זיך אליין אויסגעפארעמט אין באזונדערע נשמות אזוי קינצלעך אז ער אליין מיינט אז ער איז בערל צו יחצאל און נישט גאט.

גאט איז אן עובד
גאט איז דער גביר
גאט איז דער מאלעסטער
גאט איז אלעס

גאט טייערע בגוף האדם, וועק זיך אויף!
 
שכוח פארן גוטן לאך! 😍
-

הקדמה
בעפאר דעם האט גאט געווען זייער באורד
האט ער זיך אליין אויסגעפארעמט אין באזונדערע נשמות אזוי קינצלעך אז ער אליין מיינט אז ער איז בערל צו יחצאל און נישט גאט.

גאט איז אן עובד
גאט איז דער גביר
גאט איז דער מאלעסטער
גאט איז אלעס

גאט טייערע בגוף האדם, וועק זיך אויף!
עמוק
 
אזוי? נישט געזעהן. וואו טרעפט מען דאס?
 
״און אוי, כמעט ווי פארגעסן פון בעסטן קינד אז מ׳רעדט שוין טאקע, רבותי, אחרון אחרון חביב, וואס טוט זיך מיט מאלעסטער פון שטעטל? מאלעסטערס פון פאך, די וואס זענען געבוירן דערצו,
yahoo.gif

הייני דאמרי אנשי - אז מ׳האט א פיפיק האט מען א מאגן
biggrin.gif

צוועלעוו נשמות שוין באוואקסן מיט בערד נאך איידער זיי זענען געבוירן מיט רויזע חזיר פנים׳לעך, האבן אויסגעשטרעקט א פינגער
lol.gif

אה דאכט זיך איך דערקען עטליכע פון ענק, אחר, גחזי, אחיתופל, שוין צום וויפלסטן מאל וואס איר גייט אראפ, און ווער איז דער וואס באהאלט זיך דארט אונטער יפתח׳ן, אה אבא סקרא, דו, האלט דיך אין די ראמען דארט ממזר קינד…
dance2.gif
 
Back
Top