כח התפילה: טאקע "בדוק ומנוסה"? (די וועלט, ח')

די וועלט, דער מענטש און אידישקייט, חלק ח' - כח התפילה: טאקע "בדוק ומנוסה"?

מען קען טרעפן אלע פאריגע ארטיקלען אין דער סעריע דא.

איך וויל ספעציעל באדאנקען @דער גאלדענער אדלער פארן מיר אונטערשטופן און נודנען ממשיך צו זיין. דאס איז מיר באמת א גרויסער חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט דער צייט־פארנעמענדיגער ארבעט, אין אן אויסערגעווענטליך־פארנומענער צייט אין מיין לעבן.


דאס ווייסט יעדער חרדישער איד אז ווען מען דארף עפעס אדער מען איז אין אן עת־צרה אדער א שווערן מצב, בעט מען זיך אויס מיטן תהילים'ל און מען דאוונט און דער אייבערשטער העלפט. תפילה און תחנונים האט א מורא'דיגער כח און קיין איין תפילה גייט נישט אומזיסט. ווען איינער איז נעבעך ערנסט קראנק אדער דארף א ישועה, ווייסט מען אז די בעסטע עצה איז זיך אויסצוגיסן דאס הארץ פארן רבונו־של־עולם און ער וועט שוין העלפן.

אט די אמונה שטעלט בעצם פאר גאר א ווייטגרייכנדע פראפאזיציע. זי זאגט אז די וועלט איז אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז תפילה האט א כח צו אפירברענגען תוצאות וואס וואלטן נישט פארגעקומען אן דעם. צב"ש, א געוויסע חולה וואלט געשטארבן ווען נישט די תפילות, אבער א דאנק זיי האט ער זיך אויסגעהיילט און געבליבן לעבן. די זעלבע חולה, ווען מ'דאוונט ווען נישט פאר אים, וואלט ער געשטארבן פון זיין קרענק.

מען קען אויסדרוקן די אמונה אין פארעם פון א טעאריע איבער דער וועלט און וויאזוי זי ארבעט. די "תפילה טעאריע" זאגט אז תפילה האט א מעטאפיזישער כח וואס קען גורם זיין געוויסע עפעקטן און תוצאות.

אין פאריגן ארטיקל האבן מיר ארומגעשמועסט אז דער געוואלדיגער כח פון סייענס זיך צו דערגרינטעווען צום אמת קומט פון דעם וואס אירע טעאריעס זענען טעסטירבאר און פאלסיפיצירבאר. א סייענטיפישע טעאריע מאכט פאראויסזאגונגען וואס מען קען עמפיריש עקזאמינירן; די רעזולטאטן פון אט די עקספערימענטן וועלן אדער פאלסיפיצירן די טעאריע, אדער איר שטיצן.

וואספארא טעסטירבארע פאראויסזאגונגען מאכט די "תפילה טעאריע"? מען הערט אפט מענטשן זאגן אז געוויסע תפילות אדער סגולות אדער ברכות זענען "בדוק ומנוסה". מן הסתם דארף מען דאס צו זאגן אויפן עצם כח התפילה אז דאס איז "בדוק ומנוסה": אלע ווייסן און אין אלע דורות האט מען דאס געוואוסט אז תפילה ארבעט. איז לאמיר דאס "בודק ומנסה" זיין, אבער נישט סתם אבי געזאגט "בדוק ומנוסה", נאר טאקע אויף א דורכגרינטליכן און סייענטיפישן אופן. אז עס איז אזוי קלאר אז תפילה ארבעט, נו לאמיר דאס עקזאמינירן סייענטיפיש.

איז וואספארא טעסטירבארע פאראויסזאגונגען מאכט די "תפילה טעאריע"? נאאיוו וואלט מען געקענט זאגן אז די פאראויסזאגונג איז אז אויב איינער דאוונט פאר עפעס וועט ער טאקע דערגרייכן די געוואונטשענע תוצאה. משא"כ אויב ער דאוונט נישט וועט ער נישט קריגן וואס ער וויל.

אבער דאס ווייסט אפילו א קינד אז נישט אזוי ארבעט תפילה. אסאך מאל דאוונט מען און מען ווערט נישט געהאלפן, און מאידך גיסא קען מען געהאלפן ווערן אן דאווענען אויך. דאס אליין איז פארשטייט זיך נאכנישט קיין קשיא: דער אייבערשטער פירט זיין וועלט אויף א קאמפליצירטן אופן און מיר פארשטייען נישט אלע חשבונות. פיין.

אבער צוריק צו דער שאלה: וואספארא טעסטירבארע פאראויסזאגונגען מאכט די "תפילה טעאריע"? אויף וועלכן אופן זעט די וועלט אויס ווי זי זעט אויס וויבאלד די תפילה טעאריע איז גילטיג? אויף וועלכן אופן וואלט די וועלט אויסגעזען אנדערש ווען די תפילה טעאריע וואלט דארט נישט געגאלטן און ווען תפילה וואלט טאקע נישט געהאלפן? וויאזוי קען מען פונאנדערשיידן צווישן אט די צוויי טעארעטישע וועלטן? וואספארא סימנים זעט זיך אין אונזער וועלט טאקע דערפאר וויבאלד תפילה העלפט? אז עס איז "בדוק ומנוסה" מוז דאך זיין עפעס שפורן! נו, וואס זענען זיי און וואו טרעפט מען זיי?

ווילט זיך אפשר זאגן אזוי: פארשטייט זיך אז אין יעדן ספעציפישן פאל איז דא חשבונות וואס מיר פארשטייען נישט. אבער אז מ'קוקט אויף דעם סטאטיסטיש, בסך הכל, וועט מען זען אז די פאר וועמען מען דאוונט האבן מער אויסזיכטן צו האבן א ישועה ווי די פאר וועמען מען דאוונט נישט. דאס הייסט, צב"ש, אז מען וועט קוקן אויף אלע חולים אויף דער וועלט, וועט מען זען אז די פאר וועמען מען דאוונט ווערן אויסגעהיילט אין העכערע פראצענטן ווי די פאר וועמען מען דאוונט נישט.

לכאורה דארף דאס צו זיין א טעסטירבארע פאראויסזאגונג פון דער "תפילה טעאריע". דאס מיינט אז מען דארף צו קענען טעסטירן אט די פאראויסזאגונג און די רעזולטאטן וועלן אונז זאגן צו די טעאריע איז פאלסיפיצירט אדער געשטיצט.

אין 2006 האבן פארשערס זיך טאקע ארויסגעלאזט דאס צו טעסטירן סייענטיפיש[1]. זיי האבן נאכגעפאלגט צוויי גרופעס חולים, וואס פאר איינער האט מען געדאוונט און פאר דער צווייטער נישט. די רעזולטאטן האבן נישט געוויזן קיין שום אינטערשייד צווישן די צוויי גרופעס. די שטודיע איז דאן רעפּליקירט געווארן דורך מערערע פארשערס וואס זענען אלץ צוגעקומען צום זעלבן רעזולטאט.

נו, האבן מיר אפגעפרעגט די תפילה טעאריע? אפאלאגעטן וועלן טענה'ן אז דאס פרעגט נאך גארנישט אפ. די מתפללים זענען געווען קריסטן און האבן געפרעפלט צו יאשקען. נו, זאל דאס דען העלפן?!

מיר זוכן דא טעסטירבארע פאראויסזאגונגען וואס קענען ווערן פאלסיפיצירט. איז לאמיר פרעגן די אפאלאגעטן צי זיי וואלטן גרייט געווען תולה צו זיין זייער אמונה אינעם כח התפילה אויף די רעזולטאטן פון א שטודיע וואס זאל נאכקוקן אידישע מתפללים דייקא. צי קענען מיר ארויסדרונגען אז טאמער זאל אזא שטודיע אויך ווייזן א נול־ראזולטאט וועלן זיי אפלאזן די אמונה? סוף־כל־סוף איז דאך דאס די גאנצע נקודה פון טעסטירבארקייט און פאלסיפיצירבארקייט, אז טאמער ווערט א טעאריע טעסטירט און פאלסיפיצירט מיינט דאס אז די טעאריע איז אפגעפרעגט געווארן!

אבער פרומע מאמינים וועלן זיכער נישט גרייט זיין אפצולאזן זייער אמונה אין תפילה א דאנק די רעזולטאטן פון אזא טעסט. און אפאלאגעטן וועלן ווידער טענה'ן אז דעם אויבערשטנ'ס וועגן קען מען נישט טעסטירן. "לֹא תְנַסּוּ אֶת ה' אֱלֹהֵיכֶם," זאגט דער פסוק. אז מען וועט שטעלן דעם כח התפילה צום טעסט וועט די השגחה דווקא אזוי צופירן אז מען זאל נישט קענען דערשפירן קיין שום תוצאות. אפשר פונקט דאן בשעת'ן טעסט וועט מען פון הימל אזוי צופירן אז עס זאל אויסזען אז די תפילות העלפן נישט, פשוט כדי צו צעשטערן דעם כפירה'דיגן פלאן "מנסה" צו זיין גאט.

על־כל־פנים קיין טעסטירבארע פאראויסזאגונגען האבן מיר נאכנישט.

איז לאמיר גיין אויף אן אנדער ריכטונג. טאג־טעגליך דאווענען פרומע אידן פאר היימישע חולי־ישראל. לעומת־זה האבן מיר די קראנקע פון די פרייע, חילונים און אטעאיסטן פאר וועמען קיינער דאוונט נישט. לכאורה וואלט מען געדארפט צו קענען קוקן אויף די סטאטיסטיקס און זען אז היימישע חולים ווערן עפטער אויסגעהיילט ווי פרייע. און דא קען מען שוין נישט זאגן אז די השגחה וועט אזוי צושטעלן אז מען זאל נישט קענען טעסטן, וויבאלד דא רעדן מיר פון אנאליזירן היסטארישע סטאטיסטיקס פונעם עבר. צב"ש, מען קען קוקן אויף א געוויסע יאר אין דער פארגאנגענהייט און זען צי מער היימישע חולים זענען אויסגעהיילט געווארן ווי פרייע.

נו, וואס מיינט איר, וועלן מיר טרעפן אן אינטערשייד? און אז נישט, זענט איר גרייט אפצולאזן אייער אמונה אין דער "תפילה טעאריע"?

האב איך דווקא געהערט נאכזאגן פון א בארימטן חסידישן רב און משפיע וואס האט זיך באצויגן צו אט דער קשיא און האט געענטפערט אזוי: באמת וועלן מיר טאקע נישט טרעפן קיין אינטערשייד אין די רעזולטאטן, און דאך העלפט טאקע תפילה יא. וויאזוי קען זיין? וויבאלד דער אייבערשטער האט אזוי אויסגעשטעלט אז באמת דארפן פרומע אידן שטארבן מער פון קראנקייטן ווי פרייע, כדאי אז זיי זאלן דארפן דאווענען פאר ישועות, וויבאלד אז הקב"ה מתאווה לתפילתן של צדיקים. און טאקע די תפילות העלפן אז פרומע חולים שטארבן טאקע נישט מער ווי פרייע, נאר טאקע אין דער זעלבער צאל.

צי דאס איז א צופרידנשטעלנדע תשובה צי נישט דאס לאז איך פאר אייך. אבער קיין טעסטירבארע פאראויסזאגונגען האבן מיר נישט. די "תפילה טעאריע" איז נישט פאלסיפיצירבאר און דערפאר בהכרח נישט "בדוק ומנוסה".

צי האבן מיר אפגעפרעגט די "תפילה טעאריע"? ניין. אבער מיר האבן געוויזן אז זי איז אזוי אויסגעשטעלט אז מען זאל זי נישט קענען אפפרעגן. דאס מיינט אז די טעאריע איז אזוי פארמילירט זיך צו שטענדיג קענען פארמעסטן און זיך ארויסדרייען פון עמפירישע באווייזן וואס זענען איר א פנים סותר. א טעארעטישע וועלט אין וואס תפילה ארבעט זעט אויס פונקט די זעלבע ווי א וועלט אין וואס זי ארבעט נישט. מען קען זיי לגמרי נישט פונאנדערשיידן.

אז א טעאריע איז אומפאלסיפיצירבאר און אומטעסטירבאר מיינט נאכנישט אז זי איז בהחלט פאלש. אבער סקעפטיש זאלט איר יא זיין אין איר. אז עס איז נישטא קיין אופן איר צו טעסטירן, מיינט דאס אז, אמבעסטן, איר קענט נישט זיין זיכער אז זי איז טאקע אמת. פארגלייכט דאס מיט סייענטיפישע טעאריעס וואס זענען טאקע טעסטירבאר און פאלסיפיצירבאר און וואס זענען געשטיצט דורך א שלל עמפירישע עקספערימענטן.

ווען איר נעמט זיך זיך אוועקצושטעלן א וועלטבאנעם, מאכט זיכער אז אינעם הארץ פון אייערע אמונות־געוועבן האט איר פראפאזיציעס וואס זענען סאליד און טאקע "בדוק ומנוסה", און ניצט זיי אייך צו אינפארמירן וועלכע אנדערע אמונות אריינצונעמען אין אייער השקפת־עולם. אז די יסודות זענען אומטעסטירבארע און מפוקפקדיגע, איז די גאנצע געביידע א וואקלדיגע. די בניינים וואס איר בויט אוף זיי, די מסקנות צו וואס זיי פירן אייך, קענען שוין זיין גאר גאר ווייט פונעם אמת און פון רעאליטעט.


 
לשאלת רבים:

השאלות הקשות על הבטחת 'לא יהיו חולים בביתו'​

שיחה מיוחדת עם רבי יצחק שאול קניבסקי בנו יקירו וחביבו של רשכבה"ג מרן הגר"ח קניבסקי אודות ההבטחה של מרן שה"ת בנוגע לקרן 'והסירותי' (חרדים, מקודם)​

ש: ישנו סוג נוסף של אנשים, אלו המכונים בלשון העם "רציונליים" , אשר מתקשים "להשלים" עם ברכת רשכבה"ג מרן שליט"א, שכל התורם לקופת העיר סכום שיש בו ממש עבור החולים לא יהיו חולים בביתו, כי הרי ובוודאי אין משפחה שלא מצטרפת או בדרכה להצטרף, ואם כן לכאורה אפשר כבר לסגור את קופות החולים ואת בתי הקברות, כי כולם בכלל הברכה, ורואים שאינו כן. מה אתם אומרים על כך?

ת. אני לא הייתי קורא להם רציונליים, אלא אלו אנשים שדבק בהם שמץ השכלה ואפיקורסות, זו הייתה דרכם של המשכילים בכל מקום, ללגלג ולהגחיך את דברי רבותינו גדולי הדור זיע"א.

ואני אסביר: הרי בראש השנה כולנו צועקים "תפלה וצדקה מעבירין את רע הגזרה", לא כתוב 'אולי', לא כתוב 'יזכה', לא כתוב בזה שום תנאי, אלא: 'מעבירין', כך להדיא, חד וחלק. האם גם על זה הם שואלים האם לסגור את בתי החולים?

יתירה מכך, כתוב בחז"ל ובחנוני נא בזאת, אם לא אפתח לכם את ארובות השמים, שמי שנותן מעשר מתעשר. והלא אנחנו רואים שיש כאלו שנותנים מעשר ולא מתעשרים. שם כבר כן במפורש בלשון הבטחה ובלשון ובחנוני, ומדוע שם הם לא מלגלגים - התשובה היא פשוטה, אנשים אלו יש בהם שמץ השכלה ולא מאמינים בדברי תלמידי חכמים, ולכן מנסים ללגלג ולדחות ולבטל את דבריהם בכל דרך שהם יכולים.

לתרומה, שמירה ומסירת שמות לחצו כאן>>

ש.
ובאמת מה התשובה לשאלה על ההבטחה של הקב"ה עשר בשביל שתתעשר?

ת אאמו"ר מרן שליט"א, רגיל תמיד להראות בעניין זה את דברי במשנה ברורה המפורשין בסימן קנ"ח סקל"ח לגבי דברי חז"ל שהזהיר בנטילת ידים בשפע נותנים לו מלא חפניים טיבותא, ועל זה כותב המשנה ברורה "ומי שזהיר בזה ואינו מתעשר הוא מפני שמעשיו מעכבין" וגם בענין מעשר הוא כך.

ועוד רגיל אאמו"ר מרן שליט"א לומר (כמדומה בשם מרן החזון איש, ואולי זהו הכוונה במשנה ברורה הנ"ל) שלפעמים מגיע לאדם עשירות עקב שמקפיד במעשרות וכדו', ולאחר כך מגיע לו עונש, ואם לא היה לו את ההבטחה והזכות לעשירות היה נענש בעונש אחר, ועכשיו נענש בזה שלא מקבל את העשירות המובטחת, כלומר שבאמת כביכול קבל את העשירות רק אחר כך נענש ונלקח, ואילו לא היה זכאי לעשירות לא היה נחשב זה שאינו עשיר כעונש, היה מקבל עונש אחר, ורק בגלל שמגיע לו עשירות- נחשב אי העשירות לעונש.

וגם בענין דברי אאמו"ר מרן שליט"א יש לומר כן, שיש לאדם זכות של ידה כנגד מידה שלא יחלה, ואחר כך אולי מגיע לו עונש, אז ח"ו מישהו נהיה חולה, אם לא היה לו את הזכות שלא יהיו חולים, אז יש כאן רק את העונש של המחלה עצמה, ועכשיו יש כאן עונש יותר גדול שאבד את הזכות שלא יהיו חולים, וממילא בחשבון העונשים הוא הרויח , וכבר אמר גם דודי מרן הגר"י זילברשטיין שליט"א שיש שמאבדים אחר כך את הזכות, וכמו המשנה ברורה הנ"ל.
 
לעצט רעדאגירט:
תפילה ארבעט פסיכאָלאָגיש

א. עס איז דאָ איינער וואָס הערט מיך. (דער געפיל אַז מ'איז נישט אַליין.)
ב. נישט אַלץ איז פאַרלוירן; מ'האָט נאָך וואָס צו טאָן. (דער געפיל פון אַקציע און האָפענונג.)
ג. אויב די תפילה האָט נישט געאַרבעט, סימן אַז דאָס איז דאָס בעסטע פאַר אים. (אַ מעכאַניזם צו האַלטן די אמונה.)
 
לשאלת רבים:

השאלות הקשות על הבטחת 'לא יהיו חולים בביתו'​

שיחה מיוחדת עם רבי יצחק שאול קניבסקי בנו יקירו וחביבו של רשכבה"ג מרן הגר"ח קניבסקי אודות ההבטחה של מרן שה"ת בנוגע לקרן 'והסירותי' (חרדים, מקודם)​

ש: ישנו סוג נוסף של אנשים, אלו המכונים בלשון העם "רציונליים" , אשר מתקשים "להשלים" עם ברכת רשכבה"ג מרן שליט"א, שכל התורם לקופת העיר סכום שיש בו ממש עבור החולים לא יהיו חולים בביתו, כי הרי ובוודאי אין משפחה שלא מצטרפת או בדרכה להצטרף, ואם כן לכאורה אפשר כבר לסגור את קופות החולים ואת בתי הקברות, כי כולם בכלל הברכה, ורואים שאינו כן. מה אתם אומרים על כך?

ת. אני לא הייתי קורא להם רציונליים, אלא אלו אנשים שדבק בהם שמץ השכלה ואפיקורסות, זו הייתה דרכם של המשכילים בכל מקום, ללגלג ולהגחיך את דברי רבותינו גדולי הדור זיע"א.

ואני אסביר: הרי בראש השנה כולנו צועקים "תפלה וצדקה מעבירין את רע הגזרה", לא כתוב 'אולי', לא כתוב 'יזכה', לא כתוב בזה שום תנאי, אלא: 'מעבירין', כך להדיא, חד וחלק. האם גם על זה הם שואלים האם לסגור את בתי החולים?

יתירה מכך, כתוב בחז"ל ובחנוני נא בזאת, אם לא אפתח לכם את ארובות השמים, שמי שנותן מעשר מתעשר. והלא אנחנו רואים שיש כאלו שנותנים מעשר ולא מתעשרים. שם כבר כן במפורש בלשון הבטחה ובלשון ובחנוני, ומדוע שם הם לא מלגלגים - התשובה היא פשוטה, אנשים אלו יש בהם שמץ השכלה ולא מאמינים בדברי תלמידי חכמים, ולכן מנסים ללגלג ולדחות ולבטל את דבריהם בכל דרך שהם יכולים.

לתרומה, שמירה ומסירת שמות לחצו כאן>>

ש.
ובאמת מה התשובה לשאלה על ההבטחה של הקב"ה עשר בשביל שתתעשר?

ת אאמו"ר מרן שליט"א, רגיל תמיד להראות בעניין זה את דברי במשנה ברורה המפורשין בסימן קנ"ח סקל"ח לגבי דברי חז"ל שהזהיר בנטילת ידים בשפע נותנים לו מלא חפניים טיבותא, ועל זה כותב המשנה ברורה "ומי שזהיר בזה ואינו מתעשר הוא מפני שמעשיו מעכבין" וגם בענין מעשר הוא כך.

ועוד רגיל אאמו"ר מרן שליט"א לומר (כמדומה בשם מרן החזון איש, ואולי זהו הכוונה במשנה ברורה הנ"ל) שלפעמים מגיע לאדם עשירות עקב שמקפיד במעשרות וכדו', ולאחר כך מגיע לו עונש, ואם לא היה לו את ההבטחה והזכות לעשירות היה נענש בעונש אחר, ועכשיו נענש בזה שלא מקבל את העשירות המובטחת, כלומר שבאמת כביכול קבל את העשירות רק אחר כך נענש ונלקח, ואילו לא היה זכאי לעשירות לא היה נחשב זה שאינו עשיר כעונש, היה מקבל עונש אחר, ורק בגלל שמגיע לו עשירות- נחשב אי העשירות לעונש.

וגם בענין דברי אאמו"ר מרן שליט"א יש לומר כן, שיש לאדם זכות של ידה כנגד מידה שלא יחלה, ואחר כך אולי מגיע לו עונש, אז ח"ו מישהו נהיה חולה, אם לא היה לו את הזכות שלא יהיו חולים, אז יש כאן רק את העונש של המחלה עצמה, ועכשיו יש כאן עונש יותר גדול שאבד את הזכות שלא יהיו חולים, וממילא בחשבון העונשים הוא הרויח , וכבר אמר גם דודי מרן הגר"י זילברשטיין שליט"א שיש שמאבדים אחר כך את הזכות, וכמו המשנה ברורה הנ"ל.
און מיט אַנדערע ווערטער, זאָגט קאַניעווסקי דער זון, אַז אויב דו ביסט אַ גוטער איד און דו האָסט געשענקט אַ "סכום וואָס האָט אין זיך עפּעס" איז פאַראַן אַ שאנס אַז דו וועסט אַנטדעקן אַז דו ביסט אַ גרויסער רשע וועמען עס קומט צו קראַנק ווערן. טאַקע ווערטער פֿון טעם!
 
תפילה איז פון לשון נפתולי אלהים נפתלתי
עס איז אן אופן פון ולדבקה בו,צוקומען צו דביקות בה׳,-צו עס נוצט בפועל אדער נישט,- די דביקות האט מען מרויח גיוועהן , מען טרעפט אין די פסוקים ווי תפילה האט מצליח גיוועהן בפועל, צו ברענגען גוטע רעזולטאטן,ווי לדוגמא אין די סדרה תולדות זאגט ער ,-ויעתר יצחק לה׳ לנוכח אשתו כי עקרה היא ויעתר לו ה׳ ותהר רבקה אשתו -קומט אויס אז כלל ישראל איז דא, דארך א תפילה,וואס איז נתקבל גיווארען ,אויך ביי משה איז די תורה מאריך מיט דערציילונגען פון זיינע תפילות אין ספר שמות און במדבר , ביי די נחשים, שרפים,וואס זענען אהנגיפאלען אין מדבר זאגט ער -ויבא העם אל משה ויאמרו חטאנו ..כי דברנו בה׳ ובך התפלל אל ה׳..ויתפלל משה-, ביי אליהו זאגט ער -ענני ענני- ער בעט פאר אש מן השמים און ער איז נענה גיווארן ,פון דעם אלעם איז משמע אז עס זאל זיין א קלאהרע דירעקט ענטפער פאר א תפילה איז נישט
א גיוועהנליך פאסירונג ,
אבער מען איז מתפלל פאר די העכערקייט פון דביקות בה׳,וואס קומט מיט דעם ׳ וה׳ יענה אה בקשותינו וישמע שועתינו לטובה.
 
Back
Top