כללי מנהג עפ"י הלכה

אשפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 16, 2024
מעסעדזשעס
249
רעאקציע ראטע
729
מנהגים זענען א שטארק אינטעגראלער חלק פון דער אידישער לעבן. אפילו לויט דער הלכה, איז א מנהג וואס איז איינגעפירט געווארן און ווערט געהיטן דורך א געוויסע קהילה אדער גרופע שטארק מחייב. איך האב אייביג די שאלה וואס איז די גדר פון א מנהג. ווען איז עס מחייב אדער נישט. וויאזוי טוט מען פונאנדערשיידן צווישן א מנהג וואז איז מקובל און א מנהג שטות.

פאלגענד זענען א טייל נושאים אנבאלאנגט מנהגים.

1. מנהג ישראל תורה היא
איז דאס הלכה'דיג אדער סתם א סטעיטמענט.

2. מנהג אבותיהם בידייהון
איז דאס א פליכט אדער סתם א קאמפלימענט.

3. מנהג שטות
וואס איז די ליטמוס טעסט צו ווערן אז עס איז א מנהג שטות.

4. מנהג וואס נתקבל דורך גאנץ כלל ישראל
וואס איז די ליטמוס טעסט אז עס איז מקובל.

5. אידיווידועלע מנהגים (משפחה מנהגים)
א יחיד וואס נעמט אויף א חומרה, ווערט דאס אטאמאטיש א חיוב/מסורה פאר זיינע דורות.

6. מנהג מבטל הלכה
ווען קען א מנהג האבן די כח אז עס קען אפילו איבערנעמען אן הלכה.

7. מנהג טעות
ווען אפלייעט דאס. ארבעט עס אויף צוריק, דהיינו, די טעם איז מער נישט שייך וכדו'.

איך וואלט זייער געוואלט וויסן די גיידליין פון די אויבנדערמאנטע און אלעס אנבאלאנגט מנהגים. איך וויל קלאר שטעלן, איך זיך נישט קיין היתרים אויף מנהגים נאר די פשוטע הלכה לפי די ארטאדאקסישע (מוז נישט זיין וויליאמסבורג אבער אויך נישט מאדערן-ארטאדאקס) פסקי הלכה.
 
וואס איז שלעכט מיט מאדערן ארטאדאקס? יעדער רב, אפגעזען פון וועלכע קרייז ער קומט, דארפסטו וויסן צי דו קענסט אננעמען זיין שיקול הדעת, אדער ער רעדט דאמירן בעלמא. ווען דו זעהסט א קול קורא, א א.ג. 'פסק הלכה' פון היימישע פרומע וויליאמסבורגער רבנים אז מען טאר זיך נישט שמירן די אויגן, באזירט אויף א סילוף אין א אגדתא גמרא (קעגן א אפענע רש"י אויפן פלאץ), וואס גייט ממש העד טו העד מיט צענדליגער משניות און גמרות און הלכות אין שולחן ערוך, איז דאס א גילוי פנים בתורה שלא כהלכה וואס פאקט איין כמעט סיי וועלכע א.ג. 'קולא' פון א עני ארטאדאקסישע רב (חוץ אפען ארטאדאקס).

און דאס זעלבע מיט אסאך אנדערע פאליטישע שאלות וואס ווערן גע'פסק'נט שלא כהלכה בכלל.

לגבי די פשוט'ע גדרים פון די אלע זאכן, העיט טו ברעיק איט טו יו, עס איז געווען און פארבלייבט נאך עד היום זייער אומקלאר. זייער ווייניג האבן א קלארע אויסגעארבעטע מהלך אין די ענינים וואס שטימט מיט אלע משניות, גמרות און ראשונים, די ראשונים אליינס האבן זיך שטארק געמוטשעט דאס מגדיר צו זיין. געווענליך אז דו פרעגסט א דיין וואס פאלגט נאך דעם טרוקענעם פסק הלכה פון משנה ברורה וכדו' שטייסטו נאך די בעסטע
 
פאלגענד זענען א טייל נושאים אנבאלאנגט מנהגים.

8. מנהג עמי הארץ

9. מנהג המקום/מקום שנהגו

10. פוק חזי מאי עמא דבר


די הונטערשטע שורה איז, אז אלעס ווענד זיך אין דיין אייגענע מנהג. - וויאזוי דו קוקסט אן מנהגים, צו דו שטעלסט זיך צו צו מנהג המקום, מנהג הקהילה, מסורה, מנהגים פון דעם רמ"א אדער פון דיין טאטע. און צו דו האסט בכלל דעם מנהג פון נאכגיין הלכה...

נאכדעם קען מען רעדן צו עס איז 'עוקר הלכה' אדער נישט..

מנהג טייטשט - מ'פירט זיך. עס איז די בפועל'דיגע התנהגות פון דעם ציבור/יחיד אא"וו. עס איז די post hoc מציאות פון וויאזוי אידישקייט ווערט פראקטיצירט. די מחלוקת'ן גייען אייביג אנגיין ווי ווייט עס האט א ווארט אויף די ought פונעם הלכה (נאך וואס דאס איז דעם פאקטישן is), און ווי ווייט הלכה 'בייגט' זיך צום מציאות פונעם עולם..

אונזער מנהג איז בדרך כלל ווי דעם רמ"א -און ווי די חסידים- אז מ'פאלגט נישט דעם מנהג ווייל אזוי איז די הלכה, נאר מ'פאלגט הלכה ווייל דאס איז די מנהג... ואידך פירושא זיל גמור.
 
לעצט רעדאגירט:
מיר האט מען אויסגעלערנט אז מנהג איז שטערקער פון הלכה.
ווייל די הלכה איז אז איינער וואס בארגט געלט דארף עס צוריק באצאלן, אבער דער מנהג איז אז נישט.
 
. מנהג אבותיהם בידייהון
דאס איז נישט קיין מנהג, דאס מיינט אז איינער מיינט עפעס נישט ערנסט.
די גמרא ניצט עס אז היינטיגע צייטען זענען שוין נישטא דא קיין עובדי עבודה זרה, איי מען זעהט זיי דינען יא ע״ז? מנהג אבותיהן בידיהן, ער האט עס געזעהן ביים טאָטען וועגען דעם טוט ער עס, אבער ער איז בכלל נישט דערביי.

(איך מיין אז רוב חרדים זענען מער ווייניגער אין דעי כלל, ניין?)
 
וואס איז שלעכט מיט מאדערן ארטאדאקס?
עס איז גארנישט שלעכט דערמיט. אבער איך מיין אז רוב עולם אין קרעמל וואס זענען שותו"מ זענען זיך נישט מיתייחס צו מאדערן ארטאדאקס.
ווען דו זעהסט א קול קורא, א א.ג. 'פסק הלכה' פון היימישע פרומע וויליאמסבורגער רבנים
איך האב קלאר געמאכט אז איך פרעג נישט וואס וויליאמסבורג האלט.
די ראשונים אליינס האבן זיך שטארק געמוטשעט דאס מגדיר צו זיין.
און, זיי זענען געבליבן ביי תיקו?
 
@אלפא ש'כח פאר'ן נעמען די מיה צו ענטפערן.

ווי שטארק איך האב דיר ליב, האסטו געענטפערט שלא מן הענין. דו האסט זייער גוט געזאגט וואס די פאקטישע מציאות איז אין גאס. איך וויל א שמועס וואס זאל קוקן אין ספרים שאנק וואס עס פארציילט.

איך האב דאך געלייגט די שנירל אין הלכה, נישט אין שמועסן.
 
דאס איז נישט קיין מנהג, דאס מיינט אז איינער מיינט עפעס נישט ערנסט.
די גמרא ניצט עס אז היינטיגע צייטען זענען שוין נישטא דא קיין עובדי עבודה זרה, איי מען זעהט זיי דינען יא ע״ז? מנהג אבותיהן בידיהן, ער האט עס געזעהן ביים טאָטען וועגען דעם טוט ער עס, אבער ער איז בכלל נישט דערביי.

(איך מיין אז רוב חרדים זענען מער ווייניגער אין דעי כלל, ניין?)
די גמרא ניצט עס אויך פאר הלל ראש חודש
 
אויב האלטן מנהגים איז אויך נאר א מנהג - ווי @אלפא זאגט, טרעפן מיר זיך דא אין א זעלבסט רעפערענציאלע פאראדאקס פון ווי ס'קען ארויסקומען אלע מיני מאדנע היכי תמצאס... (אין סעט טעאריע וואלט מען געזאגט, אז די סעט פון אלע מנהגים פארמאגט אויך אין זיך די מנהג צו האלטן מנהגים...)
 
דו האסט זייער גוט געזאגט וואס די פאקטישע מציאות איז אין גאס. איך וויל א שמועס וואס זאל קוקן אין ספרים שאנק וואס עס פארציילט.
און וואס איך זאג איז, אז די ספרים (וואס דו זוכסט) רעפלעקטירן אויך נאר די גאס!

די הלכה'דיגע פראבלעם מיט די סוגיא בלייבט אבער נאך אלץ אז עס איז בשורשו א 'מעטא-הלכה'דיגע נושא. עס איז ענליך צו די שאלה ווער ס'איז גובר - הלכה אדער קבלה?! ווי דיינים וועלן ענטפערן איין וועג (ע"פ הלכה) און מקובלים א צווייטע וועג, און מיר זענען צוריק ביים פראבלעם. די זעלבע איז אויך מיטן השקפה/הלכה שאלה, און אמונה שאלות, ווי ווייט הלכה איז בכלל די פוסק אין דעם, און צו א דיין - אדער די 'ספרים' - זענען בכלל די ריכטיגע אדרעס..


אבער אז דו זוכסט יא ספרים, ליגט מיר אין קאפ אז ר' משה פיינשטיין האט גאנץ אן אויסגעארבייטע גאנג אין די גאנצע נושא פון מנהגים, איך ווייס נישט אויב עס איז דוקא מסודר אונטער איין סימן, אבער אינעם מפתח פון דעם אגרות משה קענסטו זיכער טרעפן די פלעצער ווי ער רירט עס אן, ותמצא נחת.

און אלס קורצע איבערזיכט פון וואס קומט מיר אויפן געדאנק:
  • אין גמ' איז משמע אז ווען ס'איז נישטא קיין קלארע הלכה גייט מען נאכן מנהג.
  • חוץ פון דעם, האט א מנהג המקום א שטארקע תוקף, דאס נעמט אריין א מנהג וואס מענטשן האבן אליין אנגענומען אויף זיך, צו וואס א ציבור מיט אדער אן א מרא דאתרא האבן באשטומט. און דאס גייט נארמאל אן אינדרויסן פון די ראלם פון הלכה - אין פלעצער ווי הלכה רעדט נישט אריין.
  • ווען עס איז יא אין קעגנזאץ מיט הלכה, דא ווערט די נושא פארוויקלט, אסאך מאל זאגט מען גראד אז עס איז א 'מנהג בטעות' אדער 'מנהג עמי הארץ' וואס מ'טאר נישט אננעמען, אסאך מאל לאזט מען עס אפן (מוטב שיהיו שוגגין וכדו'), און געוויסע מאל ווערט עס גאר א חלק פון די הלכה'דיגע אפעראטוס, און מ'זאגט 'מנהג עוקר הלכה' וכדו', אדער אז די ארגינעלע הלכה איז גאר בטל וויבאלד 'אין הציבור יכולים לעמוד בה'.
  • פריוואטע מנהגים גייט שוין אביסל אריין אין די גדר פון א נדר, און דאס האט הלכה'דיגע השלכות אויך כלפי א מענטש'ס קינדער, (געוויסע זאכן פאר אייביג, און געוויסע זאכן נאר ווען זיי זענען סמוך על שולחנו).
  • באופן כללי האט דער מחבר אין שו"ע זיך געהאלטן מער צו ריין טראדיציאנאלע הלכה, מנהגים האט ער געלאזט פאר יעדעם אליין נאכצוגיין, אויסער אין חושן משפט ווי מנהג המקום איז די זאך וואס שטעלט אפט אוועק די הלכה'דיגע גדר. און דער רמ"א בחר לו דרך אחר, ער האט אנגעקוקט גאנץ הלכה (פון אן הלכה'דיגע פערספעקטיוו) מער מיט די ברילן פון מנהגים - אזויווי איך ברענג ארויס אויבן, און ער האט דאס צוזאמגעשטעלט אלס אינטעגראלן חלק פון זיין 'הלכה ספר'..

די סוף דבר איז אז אין יעדע פון די אויבנדערמאנטע הגדרות און השלכות גייען אלץ בלייבן מחלוקת'ן פונקטליך ווען און וואו מ'זאגט עס איז 'בטעות' און ווען מ'זאגט אז עס איז 'מבטל' אא"וו, און טיפער ווי דעם ליגט די אונטערליגענדע פראגע צו מ'האט די השקפה פון דעם מחבר אדער פונעם רמ"א, ווי יעדער דיין און יעדער ספר וועט דיר געבן א צווייטע סארט ענטפער געבויט אויף זיין טיפערע עטיטוד אין די סוגיא...
 
די קעפל פונעם אשכול דארף צו זיין פארקערט, כללי הלכה ע״פ המנהג. עיין בהקדמה למשנה תורה לרמב״ם הל' לא-לב.

די ליטמוס טעסט איז עשה לך רב והסתלק מן הספק, אוועקשטעלן א לעבן באזירט אויף אזויגערופענע כללים וואס דו האסט געטראפן נישטערנדיג אין ספרים וועט דיך נאר פארוואנדלען אין א weirdo, ואל תמות כמו שמת פלוני.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top