כמארע ד׳כמארין

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
227
רעאקציע ראטע
1,785
פונקטן
223
ווער האט דאס אפגעמאכט אז מען מוז אום שבת אין אירע לעצטע צאנקענישן איידער יציאת נשמה מאכן א בולקע-קומזיץ ווען דער בויך טראגט נאך דעם טשאלנט פון די צייטן ווען שבת האט נאך געהאט רויטע באקן? לדעתי אידן טייערע לאמיר באשליסן איינמאל פאר אלעמאל, טשולנט אדער שאלעשידעס. דאס איז כולא עלמא מודים, שאלעשידעס איז וואס פארגרויעט די שבת נאמיטאגדיגע הימלען, אזויווי מען האט נאר טועם געווען פונעם נזיד פאלט מען אריין אין א אופאריע פון צרה ויגון אמצא, א קלעפאכטץ שפרייט זיך אויס איבער די שחקים און די שטערזעער קוקן און זאגן נישט פאר קיין גוטס, ברוכים הבאים צום טשולנט הענגאווער זאנע, קרב יום אשר לא אראפ צושלינגען ולא אראפצושפייען… איז צו וואס זיך פייניגן מיט א סעודת הבראה אינעם נשף בערב יום ווען מתנה טובה האט שוין אויסגעוועפט לחלוטין? אויף שאלעשידעס איז געזאגט געווארן דער מאמר: מי שלא ראה אנגעזעצטקייט ובאמאכטקייט בשלוש סעודות לא ראה אנגעזעצטקייט ובאמאכטקייט מימיו.

איז לאמיר שוין זאגן מ׳דארף עסן שלוש סעודות, אבער וואו איז כבוד הבריות?… מען ברענגט צו שלעפן אין שיל אריין - זייטס מיר מוחל דאס לשון - אנגעפלאצטע האלבע פגרי מתים, און זאל מען דארט עסן, בלויז מאנסבילן. און וואס גיט מען, גענעכטיגטע בילקעס מיט גלותדיגע הערינג. נאר נישט קיין חילוק וואס מען וועט געבן, ביי שלוש סעודות האט אלץ א טעם פון סמאליע, פון נאפט, א שבת נאכמיטאג כידוע עלטערט די בילקעס ווי דער מבול האט געלטערט די וועלט, די שאלעשידעס פיש דערמאנט צרות ישראל, און די ניגונים נעבעך, זאל עס זיין ווי שיין איז יעצט כי פנה יום׳דיג, אפגעריסן גרוי אן טראפל חן, לייגסט אריין דעם שענסטן ניגון אין שאלעשידעס אריין און ער קומט ארויס א הרוג, ווייל אצינדער ארבעט חוש הטעם נישט.

און אויב איז נישט גענוג אנגעזעצט ווי ס׳איז קומט דער אויסגעפאפענער רב מיטן קושן אויפן פנים און זעצט ארויף זיין גאנצן עול הגלות והטשולנט אויף דעם אזוי אויך פאר׳צרה׳טן פאלק. ווייל ווי דרוקט עס דען נישט די לענדן אז ער רעדט מיטן באסאווער אבל׳דיגע שטימע, מוזענדיג דערמאנען די וואס האבן ביז יעצט נישט געוואוסט דורך די ניגונים שוין, אז ס׳רעווא דרעווין… נאר גלייך ווי אלע זמני רצון׳ס ווי למשל אלול - פאר ווער ס׳ווייסט צופעליג וואס רעווין מיינט טאקע - איז דאס קהל הקודש הארצן-גערן מוחל, ווייל די ערגסטע צרות ליידט מען פון די אלע רעווא דרעווין׳ס און עת רצון׳ס, א קנויל פון קאלומטנע גראד אין האלז אריין.

און ערגער פון אלץ זענען די ברכות, באשעפער זיסער, דא פאלט דער עולם אריין אין ממשותדיגע מעלאנכאליע, מיט יעדער ברכה שיט דער ר״ר צאץ ארויס זיין גאנצן שבת נאכמיטאגדיגן שווארצקייט, וויפיל חולים ס׳דא, און וויפיל אנטיסעמיטן ס׳ווילן אונז אלע וויילע איינשלינגען, און אז ס׳איז אתחלתא דגאולה און ממלא אויך חבלי משיח און גלות ישמע-אל, און יום הדין הגדול והנורא

און צו אלע צרות קען ער נישט פערטיגן מיטן אנבענטשעכטץ… אז ער קלייבט זיך שוין יא צו ווייזן סמנים פון ענדיגן, מוז ער צולייגן - ״השם ירחם״, און די שוואכע הערצער באמאכן זיך אין די הויזן, און מיטן במהרה בימינו אמן ענטפערט דער עולם - אמן! וואס מיינט אין שלוש סעודות שפראך - פטור א צרה
 
לעצט רעדאגירט:
ביינונז פלעיגט מען זאגן וואס איז די צד השוה פונעם טשולענט און דער רב?

ביידע זאגן שאלעשידעס תורה...
 
Back
Top