ספרא
פרישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אוג. 1, 2025
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 110
- פונקטן
- 13
דאס קינד'ס פארצווייפלונגען,
כקטן שנולד דמה / אלס איז פרעמד אין ניי,
ער קוקט לאיגרה רמה / ארויף צו זיי,
דארט ווייט שמה / זיי שטייען אין א ריי,
ער האט נאך דעם צמה / איבעראל זאגט מען אים גיי,
ווי א מצורה טמא / וואס מען גיט א שפיי,
פארשיקט מען אים צום אדמה / אן טראכטן פון זיין וויי,
דעם קינד מען קען טרייסטן מסתמה / אנשטאט אים צו אנשריי,
די וועסט נאך זעהן והנה אלימתך קמה / אבער צום גרויסן וועלט צא!
די צומישעניש זיינע / איז גרויס,
ברויך א אונטערלאנע / אויסצוהערן זיין וואויס,
גייט טאקע נאך אין וואנע / אינעם מוטערס שויס,
אבער האט א שטארקע טענה / וואס גיט א שטויס,
איך פיל ווי א באנאנע / ער וויינט מיט נאויס,
מה אני נשתנה / נאר ווייל שלא נתמלה שנות,
פון איבעראל מען איז מיר מפנה / מען שיקט מיר צו מיינע טויס,
ווען זיי זענען מזנה / אבער פון מיר מען ווערט לויז,
די קינד איז גערעכט / זיין טענה איך דערהער,
איך פיל פאר אים שלעכט / עס רינט פאר אים א טרער,
אבער יעצט איז אים נאך געדעכט / אנגעוואנדן אין יענעמ'ס קלער
די צומישעניש אין זיינע נעכט / ווייסט נישט וואס אין ווער,
אבער קינד מיינס אפילו ס'שטעכט / דארפסטו וויסן קלער,
די ביסט נאך אינג און עכט / וועסט נאך איין טאג וויסן מער,
פיהלסט אפשר יעצט ווי א קנעכט / די האלטסט ס'נישט פער,
אבער די גאנצע געפעכט / איז ליידיג אין לער,
וועסט עלטער ווערן / העסטו פארשטיין,
וואס ס'טוט דיר יעצט שטערן / העסטו נאך פאר דיין אייגן קינד מסביר זיין,
דארפסט נאר אריינקלערן / אין יעדע זאך אליין,
טו זיך ערנערן / און וויסנשאפט נעם אריין,
פלי נישט אין די ספערן / נישט קאפ אין וואנט גיין,
קריך נישט אין יענעמס געדערן / ווייל העסט פון דארט פליען בשם ועין,
מדארף אים אויסלערן / נישט צו זיין געמיין,
אזוי וועט ער יערן / געזונט אין ריין,
.................
משל דומה למה / צו א אינגערמאן ביינאכט,
אויסגעשפיעלט פון זיין קרו / ש'מער געדאכט,
די טאג נישטא / ער איז בארד אין קראכט,
ער מיינט נישט לרע / אבער נעם אין אכט,
ער האלט ער האט טאלאנט / ער קען גראמען,
אויף זיינע ערשטע טריט שפאנט / אינטער א צינאמען,
ער שרייבט טאקע צום וואנט / אבער מיט פייער פלאמען,
סאיז אפשר נישט אזוי קראנט / שרייען ענק צוזאמען,
ליסען עווריוואן / איך האף ס'גוט
איים אלמאסט דאן / די שלאף שוין ציט,
געענדיגט מיט די פאן / געענדיגט מיט די שיט,
קוק מיר נישט אן ווי א יון / איך ווייס ס'נישט עפעס א מורא'דיגע הוט,
דאס ערשטע פאזיע / געשריבן,
געמאכט א קרעמל אינוואזיע /היבש צוריקגעבליבן,
לאמיר עפענען שימפאזיע / און די מח צוזאמקליבן,
געענדיגט מיט די געדאנקן די קוראזיע / פון מח ווי א וואנזיגער געטריבן,
א גוטע נאכט