איך בין זייער איבערגענומען פון די יעצטיגע כוואליעס.
סיי די גראפיקס און אויסשטעל וואס איז פון איין זייט פשוט, אבער צום זעלבן צייט זייער עלעגאנט און בא'טעמ'ט.
ווי אויך האבענדיג אן ארטיקל דארט קען איך פערזענליך מעיד זיין אויף די געוואלדיגע ארבייט וואס גייט אריין אין די עדיטינג און הונטערגרונד, עס איז צום באוואונדערן - בפרט אז עס איז שלא ע"מ לקבל פרס.
והעיקר, גלייך איך זייער שטארק די קאלירפול דיסטריביושאן פון די ארטיקלען, טאקע זעיר בכמות אבער רב באיכות, און נאר צו זען 7 ארטיקלען יעדע איינס אזוי אייגנארטיג אין תוכן און אנדערש אין סטייל איז דערפרישנד..
אנגעהויבן מיט
@חבקוק'ס
פערזענליכע אקאונט פון א בחור'ל אין שובבים, דראמאטיש און רייך אראפגעלייגט, אזש מ'שפירט מיט יעדע געפיל און קנייטש וואס ס'גייט אויף אים אריבער, כ'מיין יעדער קען דערצו רילעיטן, אבער צום זעלבן צייט זענען ווייניג מסוגל עס אראפצושרייבן אזוי מייסטערהאפטיג..
דאן איז
@מי אני'ס שיינע
סאציאלאגישע אבזערוואציע, ארויסגעפלאכטן פון א מאווי פלאט. מיט א שמעק פון מוסר רייד דערצו. קורץ און שארף - יוניק פאר מי אני..
@דער גאלדענער אדלער און זיין שותפות מיט אונזער לעגנדארן 'שמעלקע'.. אזוי קאמיש און פאנטאסטיש ארויסגעברענגט די וועג וויאזוי
אידישקייט קומט פאר ביי מאנכע.
איבער אונזער רב פון קרעמל - ר'
@יששכר כץ און זיינע
הלכה'דיגע תשובות פיל איך נישט ראוי צו קאמענטירן. נאר אזוי פיל אז די ערנסקייט און שילוב פון תורה און מאדערניטי, פון מסכת עבודה זרה ביז עמאדזשיס, געבט דעם מושלם'דיגע סטעמפל פאר כוואליעס..
וכלום נחתום מעיד על עריסתו.. מיין ארטיקל וועל איך לאזן פאר אנדערע צו קאמפלימענטירן (און פארשטייט זיך קאמענטירן). אבער זייענדיג צו די
פילאזאפישע און אנאליטישע זייט מיין איך אז עס פאסט שיין אריין צווישן די קאלירפולע כוואליעס.
@ערפל קומט אריין גארנישט אזוי פארנעפלט מיט זיין
פאעזיע און הערליכע גראמערליכע שורה'לעך.
ואחרון חביב, אונזער באליבטע
היסטארישע קאלום אזוי קלאר און געוואלדיג איבערגעשריבן דורך
@אפענער, קיינמאל צופיל איבערצוליינען..
יעצט איז נאר צום ערווארטן די איבעריגע חברי וחכמי הקרעמל זיך ארויפצושארן די ארבל, אויסשארפן דעם פעדער, און רינעדיג מאכן די טינט:
@מר שושני מיט עפעס א גוטע
חוקר'ישע ווערק.
@שעפטאל מיט עפעס אן
אויפגעלייגטע שטיקל
@שמעקעדיג לערן אונז נאך עפעס איבער
שלום בית.
@שמן למאור מיט א
זאפטיגס.
@איזי פאזען ללמד
דעת את העם.
@פעדער פארצייל אונז נאך איבער
סייענס.
@כספי א
געדאנק.
@הק' לייביש שרייבער א
רייכע באשרייבונג.
@נחמה מיט
טרעפליכע ווערטער.
@מרחשון נעם סיי וועלכע נושא - וועסט שוין מאכן א גוטס דערפון..
@בְּתוֹךְ עַמִּי אמונה אמונה אמונה..
@ברק הכחול טעכנעלאגיע והמסתעף.
@אינטעליגענט צולייג אביסל די מצב.
@טעלעפאן קום אריין קלאר און דייטליך וויאזוי
פאליטיקס דארף יא ארבייטן..
@מסתת הרים מער איבער
חז"ל.
@חוקר ודורש די באדייט פון אן
אפגעפארענע חסיד.
@וואלווי כ'לאז עס פאר דיר..
@דאקטאר-ראבינער דערצייל מער איבער דיינע
שטודיעס.
@עמרם
@אנטוישטער יונגערמאן
@קהל׳ס נער
@נחבי בן ופסי
@תרמב
@אלעזר
@זית רענן
@כוכבים
@האניג
@קאנאדער
@ערליך און אפן
@1yes
- מיט אלעס וואס ענק קענען.
און איך בעט איבער למפרע וועמען איך האב נישט אויסגערעכנט, און אדרבה ער איז הערשט מכובד זיך צו לאזן הערן אזש איך זאל חרטה האבן דעם טאג וואס איך האב אים נישט פארגעשאצט...
ס'נאך דא אסאך מער נושאים ווי מענטשן וואס זענען פריי פאר אייך צו ארויפ-מאלעווען די כוואליעס..
מיט שפאנונג אויפן קומענדיגן..
@אלפא