אז נאר א גענוצטע שפראך הייסט בכלל א שפראך (לשון קודש איז דערפאר ווייניגער א שפראך בכלל ווי אידיש)
מען קען דאס אביסל קלארער מאכן: די שפראך איז דאס וואס די קהילה פון רעדנער ניצט פאקטיש אין איר טאג-טעגליכן באניץ, און נישט עפעס א פרעסקריפטיווע אידעאל וואס ווערט געפאדערט אז זי "זאל" אדער "דארף" צו ניצן.
אידיש איז מער שפראך ווי לשון קודש (נישט מאדערן העברעאיש) וויבאלד דאס איז א מאמע לשון און רעדנער האבן א נאטוליכן, אינטואיטיוון גראמאטיק, אין קעגנזאץ צו לשון קודש וואס איז נאר א געשריבענע שפראך און איז עטוואס געקינצלט (ארטיפיציעל), וויבאלד באניצער האבן נישט אייביג א קלארן אינטואיטיוון גראמאטיק, נאר זיי פרובירן נאכצומאכן וואס זיי מיינען איז "קארעקט" (און אפט היפא-קארעקט - ווען די "פארבעסערונג" איז באמת א גראמאטישע פארעגערונג), לויט פרעסקריפטיווע פארשריפטן.
א ווארט וואס איז די באנוצטע ווארט אין א שפראך דאס ווערט פאררעכנט ווי דאס ווארט 'פון יענעם שפראך'.
צב"ש אין ענגליש זענען ווערטער ווי ability, capable פאררעכנט אלס ענגלישע ווערטער, הגם אז זיי קומען פון פראנצויזיש, וויבאלד נאטיווע רעדנער ניצן דאס אין זייער טאג-טעגליכער שפראך.
אין אידיש אויך האבן מיר פאטער (פון דייטש) און טאטע (פון סלאוויש), און ביידע זענען אידיש למהדרין. דער מקור און אפשטאם פון די ווערטער איז נאר נוגע אויף עטימעלאגיע, נישט אויף שפראך זעלבסט.
א שטייגער ווי גביר (וואס אין לשה"ק מיינט מער 'א הער' נישט א רייכער מאן), און חבר (וואס די נקודות זענען געטוישט).
נאך אן אינטערעסאנטע ביישפיל זענען ווערטער ווי שבתים, טליתים, זכותים, וואס אין העברעאיש זענען זיי שבתות, טליתות, זכויות. 'טליתים' איז נישט קיין העברעאיש ווארט, און 'טליתות' איז אומריכטיג אין אידיש.
נאך אן אינטערעסאנטע ביישפיל איז דאס לשון קודש ווארט חָבֵר וואס מיינט עפעס גאר אנדערש ווי דאס "אידיש" ווארט חַבֶר, הגם אז דאס צווייטע קומט "עטימאלאגיש" פונעם ערשטן. דאס ערשטע מיינט "חכם", "ירא שמים", און דאס צווייטע מיינט "פריינט". דאס ערשטע איז לשון קודש און דאס צווייטע אידיש.
עס זענען נאך דא פיל אזעלכע ביישפילן. צב"ש "קונה זיין" און "איינקויפן". אין לשון קודש מיינט "קנין" פשוט קויפן, אבער אין אידיש קען מען קויפן מילך, אבער מען קען נאר קונה זיין ידיעות און אוממשותדיגע אייגנשאפטן. מען קען נישט קונה זיין מילך.
ענליך איז מיט בוך\ספר וואס האבן נישט דעם זעלבן באדייט אין אידיש.
די ביישפילן ווייזן אז דאס זענען נישט סתם לשון קודש ווערטער אין אידיש, נאר טאקע אידישע ווערטער מיט זייער ספעציעלן אידישן באדייט און גראמאטיק, נאר קומען קומען זיי מעיקרא פון לשון קודש, פונקט ווי געוויסע אידישע ווערטער קומען פון דייטש און אנדערע פון סלאוויש.