לענגערע אינטערעסאנטע זאכן אויף YouTube

יעצט געהערט די גאנצע, ער זאגט אסאך גוטע פוינטס.
 
לאו דוקא, אבער למיחש מיהו בעי, אז די אום נאטירליכע זאכן און קעמיקאלן שאפן דאס.
אפשר קומט עס פון מער ראדיאציע אין די לופט (מער אינטערנעט באנוצער א.ד.ג.)
אפשר קומט עס פון שלאפן ווייניגער (מער ליכטיגקייט, סאציאלע מידיע, לייפסטייל..)
אפשר קומט עס פון נישט מאכן גענוג פיזישע עקסערסייז (זיצן אין אפיסעס, פארן מיט קארן)
אפשר קומט עס פון וואקסינען, אנטיבייאטעקס, און מאדערנע מעדעצינען (די בענעפיטן קענען מיט דעם אלעם זיין בעסער ווי די קאסט)
אפשר קומט עס פון פאלושען אין די צושטופט באוואוינטע שטעט
אפשר קומט עס פון לעבן לענגער (אז די שאנסן פון א געוויסע מחלה הייבן זיך פשוט)
אפשר קומט עס פון לעבן ווייניגער נאטורליך ווי אמאל
און אפשר קומט עס פון GMO'ס...


די פראבלעם ווערט אז מיט די עבסענס (-שלילי) פון עווידענס, און מיט די שוועריקייט צו מעסטן די אלע וועריענטס, קומט יעדער בר בי רב דחד יומא אדער סתם גריפטער און הייבט אן שטופן א נאראטיוו וואס 'מאכט אפשר סענס' ווייל 'וויאזוי דען קען עס זיין', ער הייבט אן טשערי פיקן און קאנעקטן די דאטס וואס ער האט מחליט געווען צו סעלעקטירן. און עולם גולם פאלט דערפאר אין גרויסן..
נאך אלעם איז געשמאקער צו פילן secure אין די הענט פון די 'אלצווייסער' וואס טוען 'זייער אייגענע ריסערטש', ווי איידער צו שפירן אומזיכער מיט די אומזיכערקייטן פון מעינסטריעם סייענס און מעדעצין...
 
לעצט רעדאגירט:
היינט ווייסט מען פון אלערגיעס און קענסער ווי באלד מיר פארשטייען אסאך מער וויפיל מען האט אמאל געוויסט.
אמאל איז דער אלערגישער אדער פאר׳קענסטער פשוט מיסטריעז געשטארבען און מען האט עס אנגעלייגט אויף זיינע עבירות, די שטן אדער די שדים.

והראיה אז היינט לעבט מען אסאך לענגער ווי אמאל, אויב ליידען מיר טאקע אזוי צאם פון די GMO’s פארוואס גייט די לעבענסטעג ראטע נאר ארויף?
 
לעצט רעדאגירט:
לאו דוקא, אבער למיחש מיהו בעי, אז די אום נאטירליכע זאכן און קעמיקאלן שאפן דאס.
וואס מיינט אומנאטורליך? און פארוואס איז GMO אומנאטורליך? די DNA פון אלע זאכן האלטן זיך אין איין טוישן און פארוואס ווען מ'טוישט געוויסע דזשינס וואס ברעגנט א פאזיטיווע עפעקט ווערט עס פלוצלינג "אומנאטורליך"?
 
וואס מיינט אומנאטורליך? און פארוואס איז GMO אומנאטורליך? די DNA פון אלע זאכן האלטן זיך אין איין טוישן און פארוואס ווען מ'טוישט געוויסע דזשינס וואס ברעגנט א פאזיטיווע עפעקט ווערט עס פלוצלינג "אומנאטורליך"?
אלעס איז א חלק פון נאטור, יעדע זאך איז צאמגעשטעלט פון אטאמס און איז א חלק פון נאטור, נישט קיין חילוק ווי toxic ס׳איז. אבער ס׳איז דא געוויסע מאליקויולס וואס אונז טרעפן אין נאטור, און צו דעם זענען אונז און אונזער סיסטעם צוגעוואוינט פון אלע דורות ארויף, און סאיז דא געוויסע מאליקיולס און chemicals וואס אונז האבן צאמגעשטעלט אין א לאבאטאריע וואס איז סינטעטיש און modified וואס דאס קען מעגליך זיין איז ס׳איז נישט גוט פאר אונז.

די סיבה פארוואס היינט איז דא מעהר קענסער, (אויב ס׳איז טאקע אמת - סאיז נישט הונדערט פראצענט אז סאיז טאקע אזוי) איז פשוט ווייל היינט לעבט מען אסאך לענגער ווי אמאל, די לייף ספּען פון הומאנס איז בערך דאפעלט ווי אמאל. וואס לענגער אונז לעבן גייט די קענסער ראטע ארויף, מענטשען העכער זעכציג יאהר אלט האבן א גרעסערע טשאנס צובאקומען קענסער ווי יונגע מענטשען. אמאל זענען אסאך מעהר יונגע מענטשען געשטארבן פון באקטיריע און אינפעקשאונס, וואלטן זיי אבער געלעבט לענגער וואלטן זיי פונקט אזוי באקומען קענסער ווי היינט, זיי זענען פשוט נישט אנגעקומען צו די עידש. עכ״פ רוב מענטשען.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב יעצט געענדיגט הערן עריק וויינשטיין אויף די שמועס.
ער דערמאנט א שיינע פאר thought provoking געדאנקען. מיין בעסטע קוואט איז:
"Earth is Mitzrayim, humanity is the Jews and we're waiting for the bread to rise"

אגב, זיין געדאנק פארוואס אנטיסעמיטיזם איז אויף די אויפשטייג זינט די צווייטע וועלט מלחמה איז אקוראט מיין synopsis. ברוך שכיוונתי.
 
Back
Top