לענגערע אינטערעסאנטע זאכן אויף YouTube

יעצט געהערט די גאנצע, ער זאגט אסאך גוטע פוינטס.
 
לאו דוקא, אבער למיחש מיהו בעי, אז די אום נאטירליכע זאכן און קעמיקאלן שאפן דאס.
אפשר קומט עס פון מער ראדיאציע אין די לופט (מער אינטערנעט באנוצער א.ד.ג.)
אפשר קומט עס פון שלאפן ווייניגער (מער ליכטיגקייט, סאציאלע מידיע, לייפסטייל..)
אפשר קומט עס פון נישט מאכן גענוג פיזישע עקסערסייז (זיצן אין אפיסעס, פארן מיט קארן)
אפשר קומט עס פון וואקסינען, אנטיבייאטעקס, און מאדערנע מעדעצינען (די בענעפיטן קענען מיט דעם אלעם זיין בעסער ווי די קאסט)
אפשר קומט עס פון פאלושען אין די צושטופט באוואוינטע שטעט
אפשר קומט עס פון לעבן לענגער (אז די שאנסן פון א געוויסע מחלה הייבן זיך פשוט)
אפשר קומט עס פון לעבן ווייניגער נאטורליך ווי אמאל
און אפשר קומט עס פון GMO'ס...


די פראבלעם ווערט אז מיט די עבסענס (-שלילי) פון עווידענס, און מיט די שוועריקייט צו מעסטן די אלע וועריענטס, קומט יעדער בר בי רב דחד יומא אדער סתם גריפטער און הייבט אן שטופן א נאראטיוו וואס 'מאכט אפשר סענס' ווייל 'וויאזוי דען קען עס זיין', ער הייבט אן טשערי פיקן און קאנעקטן די דאטס וואס ער האט מחליט געווען צו סעלעקטירן. און עולם גולם פאלט דערפאר אין גרויסן..
נאך אלעם איז געשמאקער צו פילן secure אין די הענט פון די 'אלצווייסער' וואס טוען 'זייער אייגענע ריסערטש', ווי איידער צו שפירן אומזיכער מיט די אומזיכערקייטן פון מעינסטריעם סייענס און מעדעצין...
 
לעצט רעדאגירט:
היינט ווייסט מען פון אלערגיעס און קענסער ווי באלד מיר פארשטייען אסאך מער וויפיל מען האט אמאל געוויסט.
אמאל איז דער אלערגישער אדער פאר׳קענסטער פשוט מיסטריעז געשטארבען און מען האט עס אנגעלייגט אויף זיינע עבירות, די שטן אדער די שדים.

והראיה אז היינט לעבט מען אסאך לענגער ווי אמאל, אויב ליידען מיר טאקע אזוי צאם פון די GMO’s פארוואס גייט די לעבענסטעג ראטע נאר ארויף?
 
לעצט רעדאגירט:
לאו דוקא, אבער למיחש מיהו בעי, אז די אום נאטירליכע זאכן און קעמיקאלן שאפן דאס.
וואס מיינט אומנאטורליך? און פארוואס איז GMO אומנאטורליך? די DNA פון אלע זאכן האלטן זיך אין איין טוישן און פארוואס ווען מ'טוישט געוויסע דזשינס וואס ברעגנט א פאזיטיווע עפעקט ווערט עס פלוצלינג "אומנאטורליך"?
 
וואס מיינט אומנאטורליך? און פארוואס איז GMO אומנאטורליך? די DNA פון אלע זאכן האלטן זיך אין איין טוישן און פארוואס ווען מ'טוישט געוויסע דזשינס וואס ברעגנט א פאזיטיווע עפעקט ווערט עס פלוצלינג "אומנאטורליך"?
אלעס איז א חלק פון נאטור, יעדע זאך איז צאמגעשטעלט פון אטאמס און איז א חלק פון נאטור, נישט קיין חילוק ווי toxic ס׳איז. אבער ס׳איז דא געוויסע מאליקויולס וואס אונז טרעפן אין נאטור, און צו דעם זענען אונז און אונזער סיסטעם צוגעוואוינט פון אלע דורות ארויף, און סאיז דא געוויסע מאליקיולס און chemicals וואס אונז האבן צאמגעשטעלט אין א לאבאטאריע וואס איז סינטעטיש און modified וואס דאס קען מעגליך זיין איז ס׳איז נישט גוט פאר אונז.

די סיבה פארוואס היינט איז דא מעהר קענסער, (אויב ס׳איז טאקע אמת - סאיז נישט הונדערט פראצענט אז סאיז טאקע אזוי) איז פשוט ווייל היינט לעבט מען אסאך לענגער ווי אמאל, די לייף ספּען פון הומאנס איז בערך דאפעלט ווי אמאל. וואס לענגער אונז לעבן גייט די קענסער ראטע ארויף, מענטשען העכער זעכציג יאהר אלט האבן א גרעסערע טשאנס צובאקומען קענסער ווי יונגע מענטשען. אמאל זענען אסאך מעהר יונגע מענטשען געשטארבן פון באקטיריע און אינפעקשאונס, וואלטן זיי אבער געלעבט לענגער וואלטן זיי פונקט אזוי באקומען קענסער ווי היינט, זיי זענען פשוט נישט אנגעקומען צו די עידש. עכ״פ רוב מענטשען.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב יעצט געענדיגט הערן עריק וויינשטיין אויף די שמועס.
ער דערמאנט א שיינע פאר thought provoking געדאנקען. מיין בעסטע קוואט איז:
"Earth is Mitzrayim, humanity is the Jews and we're waiting for the bread to rise"

אגב, זיין געדאנק פארוואס אנטיסעמיטיזם איז אויף די אויפשטייג זינט די צווייטע וועלט מלחמה איז אקוראט מיין synopsis. ברוך שכיוונתי.
 
ארי פעפערקארן (פון די פשוט פשט פאדקעסט) אנהייבענדיג זיין נייע וולאג מיט א טריפ קיין אינדיע.

דער איז גוטע נייעס, נישטא קיין צענזור, נישטא קיין חסידישע מעשיות. פרויען, עבודה זרה'ס, מאדנע מנהגים, אלעס איז אפען פאר יעדעם מיטצוהאלטן, די פוטעדזש איז רוי און אטענטיש, און זיינע קאמענטס זענען צוקער זיס.

אינמיטן קומט ער אריין מיט בילדער פון טויטע גופים וואס ווערן פארברענט אין זייערע מאדנע ריטואלן ארום דעם. אויך ערלויבט ער זיך אריינצוגיין אין זייערע טעמפלען אויפן פסק פון ChatGPT (אין זיינע ווערטער), הגם דאווענען דאווענט ער נישט דארט נאר אין א בעלזא שטיבל... :)

הערטס עס אויס..

View: https://www.youtube.com/watch?v=x_CxwRfAObQ



איך בין נאר נייגעריג וויאזוי זיי עסן אזאנס אויף אייוועלט..
 
איך לייג עס דא אבער ס'באלאנגט לכאו' אין אן עקסטערע שנירל, אפשר אין די גאט דעבאטע, אפשר איינס איבער דזשובעלי דעבאטעס אדער איבער ירדן פיטערסאן, מעגליך איבער דעפינאציעס און די ראלע פון רעטאריק אין דעבאטעס. ווייל דעם דעבאטע איז ביי נאו מער פעימאס פאר דזשארדענס טריקס וואס ער שפילט ווי פאר די עצם נושא פון ג-ט.

View: https://youtu.be/Pwk5MPE_6zE?si=FHCZebGydBIDtMJ3



אנטשולדיגט פארן נישט מאכן קיין קאמרעהענסיוו אנאליז איבער דעם, ס'איז פשוט אווערוועלמינג. די היפאקריטיע וואס דזשארדען באגייט דא סיי מיטן זיין די סמארט עסס ווען ער האלט יענעם פאר דערויף, סיי מיטן עפלייען זיינע דעפינאציעס וויאזוי אים געפעלט אויפן מינוט. זיינע זיך ארויסדרייען פון ענטפער און זיך אריינדרייען אין אייגענע הייס וואסער איז דאך שרעקליך. און בכלל קומט ארויס זיין טאקטיק פון נוצן ווערטער כדי גארנישט צו זאגן. און מ'קען אזוי גיין שורה ביי שורה צונעמענדיג די פאלשקייט, דאבל-סטאנדארט, און טאקטיקן וואס ער נוצט אלס נישט צו רעדן ווי קיין נאר אלע מענטש..

אויב ווילט איר וויסן ווי שלעכט דאס איז גייט נאר אויף טוויט ער און יוטוב וואו ער ווערט באוואשן דורך זיינע קעגנער און חסידים, דורך אטעאיסטן און קריסטן צו גלייך. דאס דארף מען קענען.

איין ספעציפישע האט איר דא פון PBD וכת דיליה:
View: https://youtu.be/NGK8K5bneU0?si=-h3rXDDIkuT4ZAhw


און דא האט איר די בעסטע רעאקציע ווידעא וואס איך האב נאר געטראפן אויף דעם נושא, טאקע לאנג, אבער ער אנאלאזירט זייער גוט יעדע פאלאסי און טאקטיק פון דזשארדען, און צונעמט סיי די פראבלעם מיט די שאלות וואס ער שטעלט און סיי וויאזוי עס איז זיך סותר מיט זיינע אייגענע שפעטערע פראפאזיציעס..
View: https://youtu.be/ZU3qYf2Mejs?si=IrumeLT4sWvKCe7b


ס'איז נאר געבליבן אויסצו-ווארטן די רעאקציע ווידעא פון אלעקס אקאנאר.


עקסטער קען מען אריינגיין אין א שמועס איבער פיטערסאנ'ס 'פערזענליכע רעליגיע', וואס ווי עס שיינט איז ער נישט קיין קריסט אין די רעגולאר סענס (ער האט אינגאנצן א צווייטע דעפינאציע איבער רעליגיע, בעליף, ג-ט, און קריסטנטום), אבער קיין אטעאיסט וויל ער זיך אויף נישט אידענטיפיצירן. בלייבט צו דעפינירן וויאזוי זיין פראקציע הייסט און וויאזוי מ'ווערט טייל דערפון.
באזונדער קען מען אריינגיין אין א שמועס וואס 'דעפינאציעס' מיינען בכלל. אין דעם ווידעא איז ירדן זייער פארנומען זיך צו שטעלן איבער דעפינאציעס, אבער ער שיינט צו איגנארירן די 'אנגענומענע דעפינאציעס' אין אסאך ערטער. קען מען דיסקוסירן צו א דעפינאציע איז אין עסענס א סאציאלע אגרימענט/קאנצענסוס - וואס לפי זה איז ירדן מיט 'פערזענליכע דעפינאציעס' קלאר ראנג. אדער קען א דעפינאציע זיין סוביעקטיוו און סיטואציאנאל פון איין מענטש צום צווייטן - אבער דאס מאכט אים לכאו' מער פאר א פאסט-מאדערניסט, עפעס מיט וואס ער געבט אוועק זיין גאנצע קאריערע זיך צו שלאגן אנקעגן..
 
איך האב צופיל מאל חרטה געהאט נאכן אנהייבן קוקן עפעס פון זשארדאן פעטערסאן, ממילא ווען איך האב דאס געזען אויף יוטוב בין איך ניטאמאל אריין פאר א סעקונדע.

איך זעה איך האב געמאכט די ריכטיגע באשלוס.
 
Back
Top