- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 693
- רעאקציע ראטע
- 2,460
- פונקטן
- 413
דאס איז נעקסט לעוועלManis Friedman די אידישע Jordan Peterson.
איך ווייס נישט ווער דער זכר איז, אבער ער איז אזוי בלאָנט מיט דעם רבי'ן אז מאניס האט שוין כמעט חרטה אז ער איז געבוירן.
View: https://youtu.be/f-1Doonyiqg?si=AHpFV_v1dhIfhOip
אפי זיי זענען מודה אז זיי דיסאגריען וועגן purpose, אבער אויף אן אמת רעדן זיי נישט פון דער זעלבער גאט בכלל.
מאניס רעדט פון טראדיציאנעלן אידישע גאט וואס וויל און הייסט (און כדי דאס צו פארשטיין נאכדעם וואס אידישקייט האט אנגענומען די פילאזאפישע ארגומענטן פון רמב"ם ודעימיה, נוצט ער חסידות און קבלה וואס איז עס מסביר דורך צמצום און עצמית וכו' ואין כאן המקום. עוד חזון...)
דער אנדערער דא רעדט פון גאט פון שפינאזא ווי דער עצם נאטור איז גאט אליין (אדער עפעס ענליך).
BTW איך האב פיינט די רואיגקייט, רוב מענטשן קוקן עס אן ווי נארמאל און ציוויליזירט אבער איך האלט אז נארמאל איז צו ווערן אנגעהייצט - up to a certain extent - בשעת א טענה'ריי און נישט רעדן ווי א ראבאט ליינט פון א טעלעפראמטער