לענגערע אינטערעסאנטע זאכן אויף YouTube

Manis Friedman די אידישע Jordan Peterson. 😏

איך ווייס נישט ווער דער זכר איז, אבער ער איז אזוי בלאָנט מיט דעם רבי'ן אז מאניס האט שוין כמעט חרטה אז ער איז געבוירן.

View: https://youtu.be/f-1Doonyiqg?si=AHpFV_v1dhIfhOip

אפי זיי זענען מודה אז זיי דיסאגריען וועגן purpose, אבער אויף אן אמת רעדן זיי נישט פון דער זעלבער גאט בכלל.

מאניס רעדט פון טראדיציאנעלן אידישע גאט וואס וויל און הייסט (און כדי דאס צו פארשטיין נאכדעם וואס אידישקייט האט אנגענומען די פילאזאפישע ארגומענטן פון רמב"ם ודעימיה, נוצט ער חסידות און קבלה וואס איז עס מסביר דורך צמצום און עצמית וכו' ואין כאן המקום. עוד חזון...)

דער אנדערער דא רעדט פון גאט פון שפינאזא ווי דער עצם נאטור איז גאט אליין (אדער עפעס ענליך).
דאס איז נעקסט לעוועל
BTW איך האב פיינט די רואיגקייט, רוב מענטשן קוקן עס אן ווי נארמאל און ציוויליזירט אבער איך האלט אז נארמאל איז צו ווערן אנגעהייצט - up to a certain extent - בשעת א טענה'ריי און נישט רעדן ווי א ראבאט ליינט פון א טעלעפראמטער
 
רייען טרעיהען איז דא צוריק מיט א לענגערע סעריע פון באזוכן אמעריקע, דאסמאל פון באזוכן אלע פופציג שטאטן אין פופציג טעג, ער האט שוין דורכגעגאנגען גאנץ אמעריקע צו ברענגען א פעני פאר מר. ביעסט, לעבן דרייסיג טעג אויף איין פעני, לעצטנס האט ער פראבירט צו דאפלען א פעני פאר דרייסיג טעג אין א צי, (ספוילער: ס'איז נאר געלונגען פאר בערך צען טעג) יעצט באזוכט ער אין יעדע שטאט מיט'ן ציל צו רעיזן א מיליאן דאלאר פאר א ארגאניזאציע וואס העלפט קינדער מיט קענסער.

ער איז באקאנט פאר זיינע סעריעס פון איין-סטאר ⭐ רעוויוס אויף רעסטוראנטן און האטעלן וכו', יעצט איז איינע פון זיינע צילן צו אויסוועלן די בעסטע עיר-בי-ענ-בי פון איבער גאנץ אמעריקע.

דאס איז די ערשטע אין די יעצטיגע סעריע, (מ'האלט היינט ביי די דרייצנ'טע טאג)

View: https://www.youtube.com/watch?v=KTYbvU-aSf4
האלט שוין ביי די 38'סטע טאג און איבער 6 מיליאן דאלער אויפגעטריבן פאר די ארגאניזאציע!
ס'איז גאר אינטערעסאנט און איך האלט עס מיט יעדן טאג.

א שטיקל אינטערוויו מיט רייען איבער זיין סעריע:
View: https://www.youtube.com/watch?v=CQE2E88QJes
 
שוין עטליכע חדשים אלט, אבער כ'האב מיך יעצט אנגעשטויסן דערין, און ס'האט מיר געמאכט וויינען.
דער בחור איז א לעזשענד! איך שעפ פון אים הויפנס אינספיראציע.
דער וועג וויאזוי ער דערשנאפט און פיקט אויף אינטערעסאנטע כאראקטערן אויפ'ן וועג, דער קוראזש וואס ער צייגט ארויס אויף טריט און שריט, זיין פאזיטיווע ענערגיע און אויסערגעווענליכע חוש פון סטארי טעללינג, איז עפעס וואס האט מיר גענצליך איבערגענומען.
א מוז צו זען זיינע אנדערע זאכן.

View: https://m.youtube.com/watch?v=ZRLYscVjA5c
 
שוין עטליכע חדשים אלט, אבער כ'האב מיך יעצט אנגעשטויסן דערין, און ס'האט מיר געמאכט וויינען.
דער בחור איז א לעזשענד! איך שעפ פון אים הויפנס אינספיראציע.
דער וועג וויאזוי ער דערשנאפט און פיקט אויף אינטערעסאנטע כאראקטערן אויפ'ן וועג, דער קוראזש וואס ער צייגט ארויס אויף טריט און שריט, זיין פאזיטיווע ענערגיע און אויסערגעווענליכע חוש פון סטארי טעללינג, איז עפעס וואס האט מיר גענצליך איבערגענומען.
א מוז צו זען זיינע אנדערע זאכן.

View: https://m.youtube.com/watch?v=ZRLYscVjA5c
איך follow אים שוין לאנג , איך האלט ער איז ייער underrated
 
אזוי זיס די טאלאנטן און געדאנקן, די קינדער פירן זיך געהעריג אויף ווי טאטעס אויף אן עקספאו, די 'פאדקעסט' האט מיר אזוי געמאכט לאכן, (אין צעהן יאהר פון היינט וועט איין פון יעדע צעהן יונגערלייט האבן א פאדקעסט...)

View: https://youtu.be/rnS55Se9bjI?si=sBcnjotCd2xvjHLX
 
לעצט רעדאגירט:
שוין לאנג נישט געזעהן אזא גוטע שמועס...
View: https://youtu.be/Esu8BXLBmZ4?si=GPitdhoxYh2jHSC7

דר. K קומט אריין די קלארסטע! דאס איז זיין עריע אוו עקספערטיז און ער איז זייער גוט אין דעם, ער ברענגט צו די גוטע סטאדיס, און ענטפערט צום פוינט.

דער מאדאראטאר איז אויך זייער גוט און פארשטיין, אנאלאזירן, און פירן די שמועס אין די ריכטיגע דיירעקציע.

דער קריסט (גרעג מיין איך הייסט ער), איז סתם אן איבעריגע בילקע.

אלעקס קומט אויך אריין זייער געשניטן און גוט, אבער, דאס וואס ער פארט כסדר צוריק צו די 'אמת' פון רעליגיע נערווירט אביסל (זיכער אין די 1:50:00 מארק), אויך שטערט מיר ווען ער איז נישט מסכים מיט די סוביעקטיווע מינונג וואס דר K שטעלט פאר (1:20:00 מארק). נאך אלעם אויב איז ער טאקע א ניהיליסט, וויאזוי איז ער קאנווינסד אז 'אנטאלאגישע מינונג' איז בכלל א מושג וואס קען ווערן ערייכט אדער דיסייערד? ס'שיינט ווי ער וויל זיך נישט לאזן זיין צופרידן פון קליינע זאכן (פשוט ענדזשויען די הוה) ווייל עס איז נישט 'פילאזאפיש אמת', אבער למען השם ווער זאגט אז ס'איז בכלל דא אזא זאך ווי 'פילאזאפישע עכטע מינונג'?

אווער-אלל, דר K און דער מאדעראטאר זענען היבש פאזיטיוו אין זייער mood, זיי געבן ארויס אזא פאזיטיווע ענערגיע. אלעקס פון די אנדערע זייט איז אפשר נישט דוקא נעגאטיוו, אבער זיין טריקנקייט און טעכנישע ראציאנאליזאציאציעס קומט אדורך אביסל נעגיטיוו אין אזא שמועס, וואס דאס אליין לייגט צו צו די שאלה ווי ווייט מיר ווילן ענדערש פאזיטיווקייט אפי' אויפן חשבון פון 'דעם אמת' אזוי צו זאגן, און ווי ווייט מיר זענען גרייט צו גראבן אין טעכנישע 'פאקטועלע' פראגעס אבי נישט צו זיין דעלוזירט פאר קיין מינוט..

בקיצור ס'איז זייער א טיפע, וויכטיגע, אינפארמאטיווע, רעפלעקסיווע, (לאנגע) און געשמאקע שמועס..
 
לעצט רעדאגירט:
נישט אזוי לאנג
בערך 8 מינוטיגע דרשה פון די famous American basketball coach
Jim Valvano

וואס פיל רופן עס די
most famous speech in sports history

ער זאגט ס׳דא 3 זאכן וואס מיר אלע זאלן טון יעדן טאג און נאר אזוי קען מען עס רופן געלעבט…

די עולם לאכט פון זיינע jokes נאכדעם וואס ער רעדט פון רעליגיע

און ער פרעגט וויאזוי קענסטו האבן הצלחה און גיין פון וואו דו ביזט יעצט אנצוקומען צו א ציל וואס דו ווילסט דערגרייכן?
זיין ענטפער איז נישט קיין חידוש, אבער די אופן וויאזוי ער דעליווערט עס איז וואס בארירט יעדן

View: https://www.youtube.com/live/WKyvdP-QdNo?si=s_0ll2KjkKLEnOXO
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top