- זיך איינגעשריבן
- מאי 18, 2025
- מעסעדזשעס
- 160
- רעאקציע ראטע
- 594
- פונקטן
- 113
נישט יעדע שרייבער איז נאך בכלל אקטיוו, לאו דווקא ער האלט מיט אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, לאו דוקא ער ווייסט אז די וועקערס איז מער נישט אוועילעבל. און נישט יעדער האט די כוח אדער נערוון צו פארשפרייטן ארטיקלען וואס ער האט שוין פון לאנג ארויסגעגעבן לאור עולם.יעדע שרייבער וואס איז מסקים אז מ 'זאל האבן א PDF פון זיין ארטיקעל קען דאך עס אליינ'ס ארויסגעבן אין א געהעריגע שיינע נישט געסקענט'ע PDF פון די וועקער רעדאקציע אליינ'ס
וואס פאלט דיר ביי אז זיי ווילן נישט עס זאל זיין אויף א pdf? פארקערט, זיי האבן עס ארויסגעגעבן צו א פאבליק אויסגאבע וואס האט זיך פארקויפט פאר יארן לאנג פאר ווער עס האט נאר געוואלט. מסתבר איז אז רוב ווילן יא ס'זאל זיין אויף א pdf אז ווי מער מענטשן זאל קענען האבן צוטריט צו זייער ווערק.שווער צו גלייבען אז קליגע אויפגעקלערטע קרעמעל שרייבער'ס און ליינער'ס זאלן טוהן קעגן די רצון פון שרייבער'ס וואס האבן זיך געלייגט אויף די ליין צו שרייבן אין די וועקער און ווילען נישט אז ס'זאל יעצט זיין פאר אייביג עוועלעבל אין א PDF
און אפילו לאמיר זאגן אז זיי ווילן נישט, זע איך נישט פארוואס מען דארף זיך רעכענען דערמיט. די ארטיקלען זענען שוין ארויס לאור עולם, פארפאלן, עס געהערט מער נישט פאר זיי, עס געהערט פאר ווער עס האט נאר געקויפט דער וועקער. (הגם מ'קען זיך טענה'ן אויף די נקודה)
און BTW, ווען די שטויסט אין די אחור פון די שרייבער'ס פון די וועקער ווייזסטו פאר אלע היינטגיע און צוקינפטיגע שרייבער אין כוואליעס וכדומה אז ס'לוינט זיך נישט צו טוהן און שוויצען פאר מענטשען וואס האבן נישט אפילו אביסעל רעספעקט פאר זייער ארבעט און די ריסק וואס זיי נעמען
נארישקייטן, קיינער שטויסט נישט אין אחור. אויב עפעס פארקערט. דאס אז מען פראדעצירט מען די קיין פרישע וועקערס איז א שטויס אין אחור פאר די אלע שרייבערס וואס האבן געשריבן מיט א כוונה אז זייער ווערק זאל אנקומען צו ווי מער ליינער.