לב לילד קאמפיין, וואס איז אייער מיינונג? - מיינס איז אזוי

איך וויל נישט עפעס, איך ברענג ארויס אז עס איז דא א טאטע א געזונטע ערליכע קעיפעבעל טאטע וואס איז גרייט צו נעמען דאס קינד צו אבות ובנים, נאר די מאמע לאזט נישט.

עס איז אסאך ריכטיגער צו געבן ''טעראפי'' פאר די מאמע צו לאזן דאס קינדס נאטירליכער טאטע לערנען מיט אים.

ווען איינער צונדט אן פייערס כסדר, איז די סעלושען נישט צו כסדר אויסלעשן נאר אפירנעמען דער צינדער און אים העלפן אויפהערן.

איך פארשטיי ביידע צדדים און איך קום נישט מיט קיין פתרון איך האב נאר געברענגט א טענה וואס איך האב געהערט פון את ידיד.
די צינדער מיינעך קומט זיך מער מכות רצח ווי טערעפי
 
די פראבלעם איז א די גאנצע העצע קעגן לב לילד איז געדרייווט דורך די 'עסקנים' ווי ליפא פרידריך וכת דילי' וואס זענען פונקט אזעלכע איינזייטיגע מענטשן מיט אגענדעס ווי פלעטבוש גירל אויף די פארקערטע זייט, און זיי באדערט לב לילד ווייל זיי פארלירן איינס פון זייערע וואפן. דאס איז ווען די קינדער - אדער כאפן זיי א נערוו פון זיין א גאנצן טאג מיט די מאמע, אדער ווערן זיי אינטערגעהעצט דורך שליחים פונעם טאטן - און זיי הייבן אן פארפירן אז זיי מיזן גיין אין שול זיי מיזן לערנען מיט איינעם, און די 'עסקן' קומט און זאגט אז די אגרימענט וואס ביידע האבן אינטערגעשריבן און 'ער' גייט עס מסדר זיין.

לב לילד נעמט קיינמאל נישט קיין צד צווישן א מחלוקת, די גאנצע וואס זיי טוען איז זיי געבן סופארט פאר קינדער (2024 דארף מען קיינעם נישט מסביר זיין וויזוי אזא קינד אן סופארט ענדיגט, הילד גאלד ע"ה וועט ענק פארציילן, הלוואי ער וואלט געהאט א לב לילד טערעפיסט מיט וועם ער וואלט געשערט זיין פעין!) און פאר מאנכע באדערט עס ווייל פאר זיי איז א טויטע קינד א גוטע טאולקינג פוינט. רח"ל

לב לילד איז נישט דא צו העלפן א מאן קעגן א פרוי אדער פארקערט, לב לילד איז דא מיט חיזוק סופארט און א אויער פאר קינדער, זייערע וואלענטורן וועם די קינדער רופן אן 'כדארף גיין צו מיין טאטע און מיין מאמע זאגט כ'צאל דיר נישט קיין קאר' 'מיין מאמע זאגט איך זאל בעטן פון מיין טאטע א נייע רעקל' מיין באבע לאזט מיר נישט קומען צו די חנוכה פארטי ווייל כ'בין געווען ביי א פעטער'ס חתונה ווען ס'איז נישט געווען אפגעשמועסט'

רבותי דעי ארגענזעישן פאר ווער ס'ווייסט איז פקוח נפש, און ס'איז לעבנס וויכטיג ממש.
פארוואס רופט איר עס אן העצן? בסך הכל ברענגט מען צדדים לכאן ולכאן איך וואלט נישט אזוי שנעל געליילעכט די עולם דא אלץ פרידריכיסטן עכ''פ ביי אונז אין קרעמל.

בקשר צו די סופארט און אפענע אויער זענט איר %100 גערעכט עס איז פיקוח נפש איך האב גערעדט פון אבות ובנים קויפן תפילין בייטל הלכות תפילין וכו'.
 
יא איך בין נאך פון די וואס האלטן נישט פון צושמירן א 'וואוילטעטיגע ארגענעזאציע' אויף א פארום

אבער די סלאגאן אז לב לילד מישן זיך נישט איז אפשר אמת אז זיי מישן זיך נישט דירעקט אבער אומדירעקט מישן זיי זיך

ווען נישט לב לילד וואלטן אסאך טאטעס געהאט זייערע קינדער און יעצט קען די מאמע זאגן און פייפן פאר איר עקס אין פנים

לב לילד ברויך נייטיג נעמען א נייע מהלך איבער דעם

לב לילד איז גוט פאר איינצעלע פעלער ווען קינדער זענען טאקע אויפן גאס ווען די מאמע איז האלב און די טאטע איז אינגאנצן צודרייט אבער אין רוב פעלער איז עס נישט אזוי
 
הילד גאלד ע"ה וועט ענק פארציילן, הלוואי ער וואלט געהאט א לב לילד טערעפיסט מיט וועם ער וואלט געשערט זיין פעין!
איך וויל נישט נעמען קיין שטעלע אין דעם גאנצע נושא, אבער הילד גאלד ע״ה, האט נישט געדארפט קיין לב לילד מדריך, ער האט געדארפט זיין טאטע!
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב אזא שאלה, איז לב לילד נאר פאר אינגלעך אדער אויך פאר מיידלעך? זענען לב לילד וואלונטירן אויך פרויען אדער נאר מענער?
 
לב לילד איז נישט דא צו העלפן א מאן קעגן א פרוי אדער פארקערט, לב לילד איז דא מיט חיזוק סופארט און א אויער פאר קינדער
דאס איז גענוי וואס איך טענה!

אויב דער טאטע וויל האבן די קינדער ביי אבות ובנים, זאל ער דאס ארלעדיגן ביי בי"ד אדער אין קאורט, אויב שטייט אין די אגריעמענט אז ער גייט האבן די קינדער מוז ער זיי באקומען, און אויב נישט גייט ער זיי ממילא נישט באקומען - צי לב לילד איז יא דא אדער נישט דא!

באמת, וואס טראכטן די מתנגדים? מענטשן ווייסן נישט אז פרויען קענען זיין זייער פארביסן? איינער רעדט זיך עכט אין אז אויב די מאמע וויל נישט דאס קינד זאל זעהן דעם טאטן, וועט זי אים לאזן גיין אויב לב לילד עקזיסטירט נישט און דאס קינד מוטשעט איר צו גיין צום טאטן?

מען האלט שוין נאכדעם. אחר הדברים האלה. נאך וואס מאמעס האבן צופליקט זייער קינד'ס גייסטישע לעבן. און צומאל טאטעס אויך. קינדער האבן ליידער אסאך מאל נישט וואו צו זיין! ר' גרשון מענדל זוכט הייזער פאר זיי און פלאצירט זיי אין ערליכע ווארימע שטיבער. אפילו וואו די טאטע האט יא וויזיטעישאן, נישט אייביג וואוינט דער טאטע אינעם זעלבן שטאט צו זיין אוועילעבל יעדע וואך פאר אבות ובנים, און אינמיטן די וואך האט דער טאטע בכלל נישט די קינדער, אלזא נעמט מען ארויס די קינדער צו א געשמאקע נאכטמאל און מען שפילט מיט זיי וכו'. מען נעמט זיי ארויס פון זייער צער.

לב לילד מישט זיך נישט אריין צווישן די עלטערן, עכ"פ נישט במזיד ובכוונה. זיי זוכן דאס נישט, דארפן דאס נישט, זיי זענען דא מיט איין ציהל - צושטעלן פאר די קינדער וואס עס פעלט זיי, אין אלע הינזיכטן, צושטעלן דאס וואס האט זיי געפעלט די לעצטערע יארן, ולית מאן דפליג אז זיי שטעלן צו. עס איז ממש א קרימינאלע אקציע צו שרייבן אין א תגובה אז די חברה זענען עלול אויף מאלעסטעישאן... סתם געווארפן א נאסע ליילעך אויף וואוילע געטרייע יונגעלייט כאילו זיי זענען דא מיט פארקרומטע אגענדעס ח"ו.
 
איך וועל דיר דן לכף זכות זיין אז דו ווייסט נישט אלעס ס'איז דא פעלער וואס די טאטע וואלט געקענט האבן די קינד ווען נישט די מאמע קען שיקן צו לב לילד
דאס מיינט אז לב לילד געט פאר די מאמע א מקום מקלט אגרימענטס איז גענוג ווייטאגליך קעגן די טאטע ביי די וועי
 
לעצט רעדאגירט:
איך וועל דיר דן לכף זכות זיין אז דו ווייסט נישט אלעס ס'איז דא פעלער וואס די טאטע וואלט געקענט האבן די קינד ווען נישט די מאמע קען שיקן צו לב לילד
דאס מיינט אז לב לילד געט פאר די מאמע א מקום מקלט אגרימענטס איז גענוג ווייטאגליך קעגן די טאטע ביי די וועי
איך מיין מדארף צומאכן אלע בי״ד, אזוי גייט נישט זיין מער קיין גיטין גייען די קינדער האבן א טאטע מיט א מאמע,
ווייל ס׳איז דא א פלאץ ווי מ׳קען זיך גט׳ן איז דא מער גיטין קומט אויס אז בית דין איז שולדיג. Logic.
 
גראדע אויך א פוינט
מאמעס ווען זיי ווילן נישט האבן זייערע קינדער אויפן קאפ זאלן עס ביטע געבן פאר די טאטע מער אזוי שווער צו פארשטיין ?
 
. עס איז ממש א קרימינאלע אקציע צו שרייבן אין א תגובה אז די חברה זענען עלול אויף מאלעסטעישאן... סתם געווארפן א נאסע ליילעך אויף וואוילע געטרייע יונגעלייט כאילו זיי זענען דא מיט פארקרומטע אגענדעס ח"ו.
איך זאג נישט אז זיי זענען עלול. עס מוז אבער זיין א קלארע, ענפאורסעבל, שטרענגע, און פובליק פאליסי דערוועגן.
מיין עקספיריענס האט געוויזן אז די סארט קינדערלעך זענען די מערסטע עלול צו ווערן מאלעסטעט. איגעין, נישט אז איך האב עפעס קעגן די אינגערלייט ספעציפיש, אבער מען טאר נישט איגנארירן דעם קריטישע נושא בפרט ביי א וואלנערעבל פאפיולעישן.
 
אלזא, וואס איז אייער פארשלאג?
ערשטנס, נישט נאר זאגן אז זיי מישן זיך נישט, נאר טאקע זיך נישט מישן.

צווייטענס, ווען דער טאטע וויל לערנען מיט זיין קינד ביי אבות ובנים, און די מאמע מאיזה סיבה שהוא וויל נישט, זאלן זיי קיין צווייטער אינגערמאן פאר דעם קינד נישט צושטעלן (פארשטייט זיך אז דאס קינד שפירט זיך נישט געטראפן ביים טאטן, און ער גייט גערן א יעדע צווייטע וואך צו זיין טאטע), פארוואס אין די וואך פונעם מאמעס שבת קען ער מיטן טאטן מוצ"ש נישט לערנען, נאר דארף ווערן א נאכגעשלעפטע פינפטע ראד ביי עפעס א צווייטע פרעמדער אינגערמאן ווען ער דער טאטע איז מוכן ומזומן צו לערנען מיט זיין קינד, אפי' די מאמע וויל נישט. אויב דאס קינד'ס מאמע וויל נישט (ווי איינער דא האט שוין פריער ציטירט) קען דאס קינד אין לב לילד נישט זיין איינגעשריבן. זאל זיך די מאמע ברעכן קאפ מיטן קינד אינדערהיים ווען אלע אנדערע קינדער זיצן אין שוהל און פארברענגען מיט זייערע טאטעס.
 
אין אנדערע ווערטער, אויפלעזן דעם גאנצן לב לילד?
 
  • לייק
רעאקציעס: 1yes
אין אנדערע ווערטער, אויפלעזן דעם גאנצען לב לילד?
סאו די זאגסט אז זיי דינען נישט קיין שום אנדערע purpose, נו קענען זיי זיך טאקע צומאכען.
אגב איך בין נאר א צוקוקער דא איך קען נישט די נושא, אבער אויב לב לילד באשטייט נאר צוהעלפן די ווייב צופיקסן די מאן אזויווי די זאגסט. זאלן זיי זיך טאקע צימאכען.
 
סאו די זאגסט אז זיי דינען נישט קיין שום אנדערע purpose
איך זאג….
א ווי פונקטלעך ״זאג״ איך דאס?
אגב איך בין נאר א צוקוקער דא איך קען נישט די נושא
פונקט ווי מיר.
אזויווי די זאגסט
שוין ווייטער..🧐

-

כ׳בין פונקט ווי דיר א צוקוקער;
האט איינער געשריבן אויבן אז זיי ברויכן איבערשרייבן זייער פאלעסי, בינעך נייגעריג געווען וועלעכע טויש ער שלאגט פאר.. וזה הוא.
 
לעצט רעדאגירט:
אין אנדערע ווערטער, אויפלעזן דעם גאנצען לב לילד?
וואו אין מיינע ווערטער זעהסטו אזאנס? אמאל מאכט זיך די מאמע וואוינט אין מאנסי און דער טאטע אין ב"פ אדער קאנאדע, קען עס גאנץ פיין צונוץ קומען.

און איך ווייס נאך נישט די עקזעקט פערפוס אויף די גאנצע לב לילד, אויב איז דא א נארמאלער גט פון צוויי נארמאלע ציוויליזירטע מענטשן, זעה איך בכלל נישט ווי זיי קומען אריין, און ווי די גט איז נישט נארמאל מיט דיין זיך נישט מישן העלפסטו ארויס די קאנטיניויס נישט נארמאלקייט פון די גיטין.

🤷‍♂️ איך ווייס נישט וואס יא. אבער דאס מיין איך אז נישט.
 
Back
Top