אלס ארום הערן מוזיק אין ספירה

דו הערסט מוזיק אין ספירה?

  • יא

    Votes: 41 69.5%
  • ניין

    Votes: 18 30.5%

  • Total voters
    59
איינער קומט ארויף אויבן אין הימל און מ'פארשיקט אים גלייך אין גיהנום. די מלאך זאגט אים אז ער קען זיך אויסוועלן איינס פון דריי צימערן ווי ער גייט פארוויילן.

די מלאך ווייזט אים די ערשטע צימער ווי ער זעהט מענטשן, נעבעך, שטייען אין פארשטינקענע שמוץ וואס קומט אן ביז זייער האלז. דאס איז נישט פאר מיר, זאגט ער.

ווייזט אים די מלאך א צווייטע צימער, און ער זעהט מענטשן שטייען אין שמוץ וואס קומט אן ביז זייערע נעזער. אזא גערוך. נישט דא איז מיין פלאץ.

נעמט מען אים צום דריטן צימער ווי ער זעהט מענטשן שטייען אין שמוץ וואס גרייכט זייערע קניען, און זיי טרינקען קאווע. אה! דא ווי איך גיין.

אקעי. די מלאך דראפט אים אראפ. און יענער גייט צו צום קאווע שטיבל מאכ'ן א הייסע קאווע:coffee:. פלוצלינג דרייט זיך די מלאך צוריק אויס און רופט זיך אן:

אקעי, די קאווע ברעיק איז פערטיג. יעדער צוריק שוין שטיין אויף די קאפ!...
 
בינעך נייגעריג אויב אין די דריי וואכן האלטן זיך מער מענטשן צוריק פון הערן מוזיק.
 
בינעך נייגעריג אויב אין די דריי וואכן האלטן זיך מער מענטשן צוריק פון הערן מוזיק.
לכאורה די מענטשן וואס האבן געהערט ארי סאמעט'ס אלבום אין ספירה, וועלן לכאורה נישט הערן קיין מוזיק אין די דריי וואכן,
און דעי וואס הערן מיוזיק וואס מ'טאר נישט הערן אגאנץ יאר, וועלן לכאורה יא הערן מיוזיק אין די דריי וואכן.😀 וגם אני בתוכם🤫
 
גראדע איך הער נישט אזוי סאך גויאישע אדער פרויען מוזיק, אבער איך הער יא מוזיק אום ספירה אדער די דריי וואכן.
 
Back
Top