לשכת הפרווה - איש מדינת פַּרְוָֽיִם?

אין הכי טאקע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 14, 2024
מעסעדזשעס
272
רעאקציע ראטע
2,173
פונקטן
423
אויף עברית רופט מען א פיטער, אדער א האריגע-פעל, אדער פעלץ - א ״״פרווה״. פארוואס פרווה? דאס איז טאקע על שם איינע פון די לשכות אין די עזרה - לשכת הפרווה וואס איז געווען באשטימט צו זאלצן די הויט פון די בהמות. אבער געהייסן פרווה האט דער לשכה נישט נאך די הויט וואס מען האט באארבעט אין איר, נאר פארקערט, די הויט באארבעטונגס ארט הייסט נאך עפעס א דמות בשם פרווה.

במאמר המוסגר: מאנכע זאגן אז פארעווע פאר נישט מילכיג נישט פליישיג הייסט על שום ווייל דער לשכת הפרווה האט זיך געפונען במקום שבין קודש לחול.

איז וואס האט באדייט דער פרווה אליינס, קיין באקאנטער לשון הקודש ווארט איז ער נישט, איז פון וואנעט קומט דער ווארט פרווה?

א תלמיד רש״י בשם רבינו שמעיה, זאגט אז דער נאמען האט א טאפלטער באדייט, איינס איז דער חדר אליינס וואס הייסט אזוי על שם עורות פרים, צוויי איז דער דאך פונעם לשכה וואו ס׳האט געפונען דער מקווה טהרה פאר די כוהנים וואס הייסט על שם עמיצער ״פרווה״ וואס איז מכונה געווארן מיטן אומהיימליכער נאמען - אמגושי.

און ס׳טאקע לית מאן דפליג ביי אלע מפרשים אז אמווייניגסטנס האט דער לשכה מיט זיין טיטל עפעס בשייכות מיט עפעס א דמות בשם פרווה המכונה ״אמגושי״. דאס איז געבויט אויף א גמרא - מאי פרוה? אמר רב יוסף: פרוה – אמגושא.

וואס איז דאס אן אמגושי? ווי מיר זעען פון אנדערע מקורות איז אמגושי א כינוי פאר א מכשף, ווייל אויך פרעה זאגן די חז״ל איז געווען אן אמגושי ד.ה. א מכשף.

דער תפארת ישראל וואס האט געלעבט אין די פריע טעכנאלאגישע רעוועלוציע יארן, גייט ווילד דא, און טענה׳ט, דער דאזיגער אמגושי איז נישט אן אמת׳ער מכשף, נאר א דימוי מכשף, עפעס א טעכנאלאגישער אפאראט וואס הייסט ״פרווה״ איז דארטן געווען וואס האט ארויף אין אראפ געברענגט די וואסער, און וויבאלד דאס האט געגיבן דעם איינדרוק ווי פאלנער צויבער האבן חז״ל עס מכנה געווען אמגושי.

דאס איז בלויז אן אנטציגטער תפארת ישראל, רוב מפרשים גייען מיטן פשוט׳ן - אבער נישט ווייניגער jaw dropping - פשט, אז דער מכשף איז כפשוטו, א מענטש וואס איז עוסק איז מאגיק. לויטן מאירי האנדלט זיך עס פון א אידישער געוועזענער מכשף א בעל תשובה וואס האט מנדב געווען דער מקווה, ונקראה על שמה, רש״י און ברטנורא מאכן אים נאך נישט פאר קיין איד - מכשף אחד בנאה ושמו פרווה, א מכשף פון מכשף לאנד, א גוי, וואס איז געווען דער וואס האט דעם לשכה געבויט, און טאקע מיטן כח פון כישוף. הערסט וואס ס׳טוט זיך דא.

אין תוספות און ביתר פרטים אינעם ערוך ווערט געברענגט א מסורת הגאונים, אז ס׳הייסט טאקע על שם דעם פרווה, נאר נישט לשבח נאר לגנאי, למען ישמעו ויראו, על שם מעשה שהיה, א מכשף א רשע א גוי האט געוואלט זיך אריין שווערצן אונטער ערדיש ביז צום קודש הקדשים, מ׳האט דעם שייגעץ געכאפט ביי די מעשה, אים ביטער מעניש געווען, דעם טונעל וואס ער האט געגראבן האט מען פארוואנדלט אין א לשכה, און גערופן האט מען עס נאכן שייגעץ אליינס מיסיע פרווה, למען ישמעו ויראו וויאזוי עס שניידט אפ עמיצער וואס פראבירט זיך אריינצוברעכן אינעם קדשי הקדשים.

האבן מיר הכלל פאר זיך א מכשף בשם פרווה, אן ספק א גאר מיסטעריעזער און אומהיימליכער דמות אין דער מקום המקדש. מיר געפונען לוע״ז׳ישע נעמען פאר אנדערע לישכות, פרהדרין (אריסטראקראטן), אבטינס (א שם משפחה משלנו), אבער א מכשף?!, ציט עס מיט רעכט די נייגער פון די אוהבי מיסתורין, איז לאמיר אביסל גריבלען, ביז מיר קומען צו צו א פאסינירענדער מסקנה פון איינע פון די אקאדעמישע קאנספאריטארן. איז הנה, יוצאים לדרך, גארטלט אייך אן די לענדן (buckle up) ווייל מיר גייען אויף א ווייטער נסיעה, אזש אריבער שוין די פאמיר בערג.

הייבן מיר אן מיט א באשיידענער שאלה, פון וואנעט נעמט זיך אמגושי פאר מכשף? דער ענטפער איז, ער שטאמט ארגינעל פון פרס ומדי, און מיינט א פערסישער כהן (כמו גלח), און וויבאלד די אמגושים האבן זיך נוהג געווען צו באווייזן אותות ומופתים בלהטיהן האט מען בימי חז״ל על שמם אנגערופן אפילו מכשפים וועלעכע האבן נישט קיין שייכות מיט פרס ומדי.

און דא איז אינטרעסאנט צו באמערקן צוויי מערקוועדיגע נקודות וועגן אמגושי:

1) מיר ווייסן פון גמרא אז די פערסישע כוהנים-כומרים זענען אויך אנגערופן געווארן חבּרים, אזויווי מען זעהט ביי חנוכה אז די חברים די עובדי אש האבן נישט געלאזט צינדן חנוכה ליכט כדי נישט צו צושטערן זייערע שמייליגע פייערס אין זייער פייער טעמפל אינמיטן שטאט. חוקרים מיטשענען זיך צו פארשטיין, וואס פארא מין נאמען איז דאס חברים פאר די פערסישע כומרים? מען געפונט נישט אין קיין שום אלטער פערסישער בוך א שיכט פונעם פערסישן פאלק אדער א גייסטליכער פאזיציע וועלעכע זענען גערופן געווארן חברים, טא וואס פארא נאמען איז דאס? פון וואו האבן דאס חז״ל גענומען? איז דאס אן אויסגעטראכטער נאמען?

אבער אז מיר געדענקען אז די פערסישע גייסטליכע די אמגושים זענען מכונה געווארן מכשפים, פארשטייען מיר שוין פון וואנעט דער טיטל חברים נעמט זיך, ווייל חברים מיט אמגושים איז איינס און דער זעלבער, נאר חברים איז דער אלטער לשון קודש נאמען פאר מכשפים, אזויווי מיר זעען אין פסוק - חובר חבר. ווייזט זיך אויס אז טייל חכמים האבן נישט געוואלט ארויס זאגן דעם ווארט אמגושים, האבן זיי געניצט דאס ווארט חברים אלץ כינוי. גלייך ווי מיר האבן געזעהן אין דער אלטער היים, דויטשע קרייץ האבן די אידן גערופן - צעהלים, און ביאלע צערקאווע וואס מיינט ווייסע קירכע האבן די אידן גערופן ״שווארצע טומאה״, ועוד הרבה כמוהם.

2) און דאס האט שוין צו טון מיט די ענגלישע שפראך, נעמליך, מעדזשיק וואס מען שרייבט אמאל ארויס אין אידיש אלץ - מאגיק, און מיינט כישוף, נעמט זיך טאקע פונעם זעלבן אמגושי פון וואס די חז״ל רעדן. נאר זיי נעמען דעם טערמין גראד ארויס פונעם ברית החדשה, דארטן שטייט א מעשה אז דריי ״מגישים״ (magi's) פונעם מזרח זענען געקומען נבואות זאגן וועגן יאשקען. עס איז קלאר בלי פיקפוק אז מגישים (מאגוס) פון ניי-טעסטימענט איז אמגושים וואס מיר זעען אין חז״ל ווייל חז״ל אליינס זאגט אמאל מגושי אנעם א׳ בתחילתו (וואס איז א גריכישער צוגאב). איז הכלל אונזער אמגוש-מגושי, אמאל בלשון השאלה הסובב על כל מכשף, און אמאל אזוי קאריקאטוריש ווי דאס ווארט איז, כומרים פון די פערסישער (זאראטוסטרישער) רעליגיע אליינס וועלעכע זענען געווען באוואוסט אלץ צויבער מאכער.

וכאן הבן שואל וויאזוי איז אין אונזער פאל, איז דער אמגושא ביי אונזער בחור, א געבארגטער טיטל, א כינוי ווי ביי פרעה, אדער טאקע א פערסישער אמגושי ממש? אלץ אן ענטפער נעמען מיר אפיר דאס מאל דעם נאמען פרווה אליינס, אפשר קען מען פונעם נאמען דערשנאפן שפירן פון דאזיגן אמגושא׳ס אידענטיפיקטציע.

מיר האבן געזיכט, געליינט, און מיר קערן זיך צוריק מיט צוויי שטארק ווילדע אבער גלייכצייטיג מסתבר׳דיגע סברות. דער ערשטער איז והוא:

אז מען ברענגט אפיר דעם זאראטוסטרישער סימבאל, וועט מען נבהל ונשתומם ווערן, לאמיר איבערגעבן דאס ווארט וויקיפעדיען:

The Farāvahār is one of the most prominent symbols of Zoroastrianism. The Middle Persian forms were frawahr. The Old Persian - fravarti. Avestan language form was frauuaṣ̌i

האבן מיר א כמעט קלארער קשר צווישן דעם אמגושא און און זיין ״פרווא״. דער אמגושא איז לויט דעם אן אמת׳ער אמגושא א נאכפאלגער פון זאראסטאר, און ער האט לאמיר זאגן זיך גערופן על שם זיין רעליגיעס סימבאל.

א צווייטער סברא וועגן דעם פרווה פירט אונז מיטן אמגושא טיפער אינעם האריזאנט, דער סברא פארבינדט צווישן אונזער בחור, מיסיור ״פרווה״, און דער רעכטער ארץ המזרח, ד.ה. שוין מזרח פון פרס אליינס.

ווייל אז מ׳האלט שוין יא ביי רעכטער א פּערסישער אמגושי, לאמיר דזשע גיין צום ארץ המקור אליינס פון די אמגושים, דאס איז נישט אין פרס בסביבות עילם המדינה, נאר אין די ווייטע צפון מזרח ברעגעס פון די פארצייטישע פרס, במיוחד אין מדי. אויפן זיידן וועג וואס פירט קיין אינדיע און כינע.

Herodotus identified the Magi as one of six Median tribes and noted that their priestly clan was associated with the city of Rhagae, which is now modern-day Ray in Iran (part of greater Tehran). Ray was part of the main Silk Road, serving as a crucial trade hub on the east-west route.
The Magi served as hereditary priests and were influential at the Median court, where they performed duties like religious ceremonies, interpreting dreams, and advising royalty. The term "Magi" later came to be associated with other wise men or sorcerers, particularly those from the East

אחרי כי הביאותני אלוקים עד הלום, מיר האבן עס געמאכט ביז די גרעניצן פון דעם סובקאנטינענט, קענען מיר זיך ערלויבן אנצוכאפן די זהב פרוויים פון שלמה המלך, ווי ס׳שטייט אז שלמה האט פארמאגט א מין גאלד וואס רופט זיך זהב פרוויים, וַיְצַף אֶת הַבַּיִת אֶבֶן יְקָרָה לְתִפְאָרֶת וְהַזָּהָב זְהַב פַּרְוָיִם.

וואס איז פרוויים? ווידער א מחלוקת אזוי ווי מיט פרווה, נאר מאנכע זאגן דאס איז א מקום ששמו פרוויים, וואס פון דארטן איז געקומען דער ספעציפישער גאלד, און פרוויים איז לויט א ווארשיינליכקייט טיף אין אינדיע, ביים טראפישן דרום, דארט וואו די טאמילער שבטים האבן באוואוינט.

Paravar (also known as Bharathar) were inhabitants of the Neithal (coastal) lands of Tamil Nadu, and find mention in various ancient Tamil literary works. The name Paravar literally means "dwellers on seacoast" and is derived from the Old Tamil word paravai meaning "sea" or "expanse". The Paravars may have been the Paradavar mentioned in Sangam literature who are mentioned in the Pattinappaai.​

קומט לויט דעם אויס אזא טעאריע, הערט זיך גיט צי: שלמה בשעתו האט גענומען גאלד ווייזט אויס כאוות נפשו, אן דעם וואס די ארטיגע שבטים זאלן קענען עפעס זאגן דערקעגן, נאר די שבטים אין די טיפענישן פון אינדיע האבן דאס קיינמאל נישט פארגעסן, און דאס נישט מוחל געווען, זיי האבן געהאלטן חשבון וויפיל גאלד עס איז גענומען געווארן, און במשך הדורות חוקר ודורש געווען פון וואו שלמה׳ס עבדים זענען געקומען און וואו אהין זיי האבן גענומען דאס גאלד.

ענדליך נאך הונדערטער יארן האבן די אנשי פרוויים געשיקט א באהאלטענער שליח ביזן ווייטן ארץ ישראל, און יענער ״פרוואי״ האט בחשאי געגראבן א טאנעל אונטערן בית המקדש כדי צו קענען דערווישן די אוצרות גאלד גענומען מיט הענדערטע יארן צוריק פון זיין היים לאנד, אבער מען האט אים געכאפט ביי די מעשה און פון דער מיסיע האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם.

לאמיר זיך שוין לאזן וואויל גיין אין זיך מצייר זיין, מען כאפט דעם גרובער, זיין אקצענט איז אינדיאניש וואס איז בימים ההם געווען א גאר נאנטער קרוב צו פערסיש, ער האט געגעבן דאס רושם ווי א פערסישער אמגושי פונעם מזרח טייל פון פערסיע.

נאר אז די חכמים האבן אים געפרעגט פון וואנען ער קומט האט ער געזאגט פון פרוויים, דערמיט האט ער געגעבן א קלארער אנדייטונג אז ער איז דא אפצונעמען די זהב פרוויים וואס שלמה המלך האט מיט יארן פריער גענומען פון זיין לאנד. די חכמים האבן מיט אים נישט מסכים געווען, נאר צו זאגן אז מען גיט א נאמען נאך א פארלעצער וועט זיין א דוחק, אולי פארקערט, פארט כדי צו געבן קרעדיט פארן פאלק פון וואו די גאלד שטאמט האט די חכמים מסכים געווען דעם טונעל א נאמען צו געבן נאכן לאנד פון וואו די גאלד פונעם בית המקדש שטאמט.

און לאמיר שוין פאר דעם געלט אויך אריינשטיפן דעם מאירי׳ס פשט, יתכן אז דער אמגושי פון פרווה לאנד, האט זיך דערנאך מגייר געווען און פון דא נעמט זיך דער מקור פונעם מאירי אז דער אמגושי פון לשכת הפרווה איז געווען א איד א בעל תשובה.

ותשבי יגלה סתומין וטמירין
 
לעצט רעדאגירט:
דער תפארת ישראל וואס האט געלעבט אין די פריע טעכנאלאגישע רעוועלוציע יארן, גייט ווילד דא
biggrin.gif
 
הערליך הערליך!

אדער קען זײן א שלמה המלך האט מיט יענע װײטער לאנד אין מזרח געהאט עקענאמישע צו מיליטערישע באציאונגען און זײ האבן מנדב געװען א לישכה אבער פארלאנגט אז מען זאל דעם לישכה רופן אױף די נאמען פון זײערע גײסטליכע.

פון דיע װאס טענה'ן אז צװישן אידן אין די פאשטוּנס (פאקיסטאן און אפגאניסטאן) איז דא א דזשענעטיק לינק האסטו שױן מסתמא געהערט?!
 
הערליך הערליך!

אדער קען זײן א שלמה המלך האט מיט יענע װײטער לאנד אין מזרח געהאט עקענאמישע צו מיליטערישע באציאונגען און זײ האבן מנדב געװען א לישכה אבער פארלאנגט אז מען זאל דעם לישכה רופן אױף די נאמען פון זײערע גײסטליכע.

פון דיע װאס טענה'ן אז צװישן אידן אין די פאשטוּנס (פאקיסטאן און אפגאניסטאן) איז דא א דזשענעטיק לינק האסטו שױן מסתמא געהערט?!
ס׳וואלט געווען א שיינער סברא, נאר דאכט זיך אז דער פרווה איז געווען נאר בזמן בית שני.
פאשטונס זענען אין אפגאניסטאן טאקע על שערי הודו, אבער פארט ווייט פון די טאמילן לאנד אין דרום אינדיע. בכלל טאמער זענען זיי פון די עשרת השבטים זענען זיי געקומען שוין לאנג נאך שלמה. נאר ווער ווייסט, מ׳קען קיינמאל נישט וויסן.
 
א שיינער צוזאמענשטעל און הערליך געשריבן ,
צום גוף הענין דארף מען טרעפן א מקור אויף די
הנחה,אז די זהב הפרויים איז גענומען גיווארן דרך
שלל, אז די ארטיגע האבן טענות אז מען האט זיי בארויבט,און זיי האבן געשיקט דעם אמגושי צוריק
ארויס כאפן .איט איז עי פאר שטרעטש.
 
א שיינער צוזאמענשטעל און הערליך געשריבן ,
צום גוף הענין דארף מען טרעפן א מקור אויף די
הנחה,אז די זהב הפרויים איז גענומען גיווארן דרך
שלל, אז די ארטיגע האבן טענות אז מען האט זיי בארויבט,און זיי האבן געשיקט דעם אמגושי צוריק
ארויס כאפן .איט איז עי פאר שטרעטש.
שוין איינמאל א פאר סטרעטש, אזש ביזן מזרח הרחוק… אזויווי אנדערע זאכן וואס איך שרייב דא, צו ערוועקן נייגער און שפאנונג, לאו דוקא אליבא דהלכתא
 
@ריבי אף על פי שאין ראיה לדבר זכר לדבר, מיר געפונען די משפט פון די דריי אומות, בני אפריקא, בני ישמעאל, און בני מצרים, ביי אלכסנדר מוקדון אין וועלכן זיי זענען תובע די אידן, פאר עפעס וואס גייט צוריק איבער טויזנט יאר פריער. ווי קראנט דער אילוסטראציע איז קען מען זיך דינגען, אבער מ׳זעהט עד היום אז אומות זענען תובע אלטע חובות און עוולות. האבן די שווארצע שוין מוחל געווען די עבדות; די אפארטהייט; די רציחות פון בעלגישן לעאפאלד? האבן ארמענער און אידן מוחל זייער האלקאסט? האבן די אינדאזעזיער מוחל געווען די ניצול פון די האלענדער? האבן מיר מוחל געווען די גניבות פון וואטיקאן פון כלי המקדש? האבן אנדערע מוחל געווען די בריטיש מוזעאום פאר זייערע גניבות? אדרבא, אמאל בשעת מעשה ווען מען איז אין ד׳ערד לאזט מען זיך טרעטן, ס׳קען נעמען הונדעטער יארן ביז א פאלק כאפט א נאציאנאלער רוח התקוממות, און בלויז דאן הייבן זיי אן תובע זיין זייער כבוד, און קריוודעס.

וועגן שלל, וואס דען געקויפט זייער גאלד? כלפי ארזי הלבנון שטייט קלאר אז ס׳געווען א אפמאך מיט חירם מלך צור, בעת כלפי אופיר און תרשיש שטייט מ׳האט געברענגט, נישטא קיין געשעפטס באשלוסן מיט ראש בני אופיר. און ס׳קיין שאלה נישט אז שלמה המלך האט אויסגעניצט ריסארסעס, די מכרות נחושת האבן געגראבן שקלאפן פון אנדערע פעלקער.
 
לעצט רעדאגירט:
עס איז א שיינער חידוש און עס קען זיין עפעס אמת
הגם צו זאגן אז דער אמגושי, האט זיך גיוואלט אזוי
אריין כאפן און גיהאט א הוה אמינא אז ער וועט פון
קדשי קדשים רעטריווען די זהב הפרווים,און עס וועט
נאך זיין א סוקסעס אהן דעטעקדן , איז קיין חכם נישט גיוועהן , נו ,ער איז גיוועהן א טיפש, א מגושי,
דרך אגב די גמרא אין יומא,רעכנט אויס זיבען מיני
גאלד , איינס פון זיי איז זהב פרוים - די גמרא איז
מפרש שדומה לדם פרים ,
כפטיש יפוצץ סלע אלו ואלו דא״ח
 
מיין ארגומענט איז נאר געווען אז עס קען זיין אמת, ס׳דארף נאך גרויס רחמי שמים אז ס׳זאל באמת האבן אזוי געווען. נאר וואס, דער צוזאמענשטעל פון אמגושא, פרווה, טונעלן, מאכט גאנץ א שטיקל קעיס, אז ס׳האנדלט זיך פון א קאנספיראטארישער אקציע פון מער פון א יחיד, געוועבט אינעם מזרח.
 
1761175060101.webp


דאס איז דער רעגיאן וואו די פארצייטישער פארוואריענס האבן באוואוינט.
 
מען זעהט אויף די מאפע אז דאס איז אין שכנות
מיט סרי לאנקא און ס׳דא חוקרים וואס האלטן אז תרשיש , איז סרי לאנקא, א לאנד וואס זעהט אויס האט גיטרעיד מיט מלכות שלמה
 
מיט תרשיש טוט זיך א סאמעטאכע, דאס מערסט מסתבר וואלט געווען לויט היסטארישע מאפע אז דאס איז טארסוס אין דרום טערקיי, אדער אנדערע שטעט אויפן ים הגדול מיט ענדליך קלינגענדע נעמען, ווייל יונה איז אנטלאפן קיין תרשיש פון יפו אויפן ים הגדול, און אויך תרשיש איז מבני יפת. נאר מצד שני זעהט מען די עבדי שלמה רייזן קיין תרשיש פון ים סוף. שטארק יתכן תרשיש איז געווארן א כינוי בלשון השאלה פאר האנדלס פאסטנס אדער מקומות אוצרות טבע אין איים רחוקים.
 
Back
Top