'לייוו' באריכט פון מיין נסיעה איצט ארויף צו די 'קאנטרי'; 'סינערי' גענצליך געטוישט; מער נישטא דער ריזן 'שעראטאן' האטעל און 'קראסראודס' ביזנעס סענטער

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
278
רעאקציע ראטע
1,020
פונקטן
213
1751582667969.png



דער אמאליגער שעראטאן קראסראודס האטעל האט געהאט 225 גאסט צימערן.

1751581002848.png


די שעראטאן חורבה אין א שטיק ''פייל'' פון ''ראבעל'' איצט.

איך פאר איצט ארויף צום קאנטרי, איך האלט נאך דעם דריי ארויס פונעם ניו זשערסי 17 אריין צו גיין צום ניו יארקער טראוועי, אבער עס איז דא א געוואלדיגער טראפיק, זעהט אויס יעדער איז אין מיין ביטערן שיקזאל איצט... סא פאר איך אראפ אריין אין 'מאהווא' צו נעמען א זייטיגן וועג אבער די זשי.פי.עס. איז מוחה בכל התוקף. ער זאגט מיר אז איך וועל זיך איצט דארפן צוריקדרייען קיין ניו זשערסי נאכאמאל אריין אינעם רוהט 17 צוריק א גאנצער מייל, און נאכמאל זיצן אין דעם טראפיק וואס איך בין שוין אפגעזיצן ביז אהער.

איך נעם נקמה אינעם זשי.פי.עס. דער שרעקעדיגער נביא, און איך שטעל זיך אפ אין דעם עקזיט אריין צו פארן דווקא אינעם דעהד-ענד פאר טריץ!... באמערק איך א ריזיגער סצענע פון הונדערטע ארבייטער וואס גראבן און שוויצן אין א ריזיגען פייל ברוכווארג, איך דערמאן זיך אז דא איז געשטאנען דער שעראטען געביידע.

און א מעידזשער טויש האט זיך אנטפלעקט פאר מיינע אויגן, עס איז מער נישטא דער הויכער 25 שטאקיגער אינגאנצן פון גלאז האטעל געביידע וואס מ'פלעגט אזוי ארויסקוקן פונעם באס אדער קאר אין די בארינג טראפיק אדער ליידיגע ספידינג אויפ'ן הייוועי, אויף די וועג צו אדער פון מאנדרוי אדער די קעטסקילס, ווען מע'פארט ארויף אויפ'ן טראוועי פונעם ניו זשערסי 17, דארטן ווי עמעיזינג סעיווינגס האט זייער ווערהאוז, וואס דארטן איז אויך געווען די 'שארפ' ווערהאויז פאר דרייסיג יאר. - אדער צוריק. די 'סינערי' פון מיין גאנץ לעבן האט זיך געטוישט...!


1751581095057.png


וויאזוי דאס האט אויסגעקוקט פון די הייך, מערקט די הייוועיס ווי מיר שפרייזן אונזער גאנצער לעבן דערויף אין דער זייט פונעם בילד.


1751580289594.png

עס איז דארטן געווען א גרויסער ביזנעס קאנווענשען סענטער, ווי די בני יוא' נטורי קרתא פרומע קנאים האבן געמאכט אסיפות איינזאמעלען אלע בלומבערגע מאנרויע און מאנסיע קנאים.

1751580386340.png



עס האט געהאט א לעיק אין פארענט צווישן די הייוועיס אונעם האטעל, ווי אויך א שארטליין באס סטאנציע דארטן וואס איז נאך אלץ דא דארטן איצט ווען איך באזוך דאס.

לעת עתה זעה איך נאך טראקטארן צוזאמנעמן די ברוכווארג. זיי שפריצן וואסער אויף די ריזן פייל וואס קוקט אויס ווי נאך 911.


1751580588952.png

בעת'ן אויפרייסן אלע שטאקן זאלן צוזאמפאלן דורך דינאמיט.

1751580918922.png


נאך א בילד פונעם אויפרייס.

1751580957193.png


א בילד פון ווען מ'האט דאס געבויט אין 1987

לויט גוגעל עי.איי. האט דער בעל הבית פארלוירן מיליאנען א יאר ווייל קיינער האט דאס נישט גענוצט ביז ער האט אפגעמאכט דאס צו צעווארפן און פטור ווערן דערפון מאי 10 דעם יאר.

דערמיט האט ער געטוישט אינזער איגענטליכער זשי.פי.עס. סיסטעם אז ווען מיר האבן געזען דעם געביידע פון דערווייטענס האבן מיר געוויסט אז מיר זענען שוין פונקט צווישן מאנדרוי און מאנסי... איצט וועלן מיר זיך מוזן פארלאזן אויף די נייע קיווע הערש קליין'ס פראדזשעקס אויפ'ן זייט פונעם ניו יארקער 17... יעי! - איך פריי זיך אזוי שטארק אז נישט נאר וויליאמסבורג האט פראזשעקס נאר אויך באנדראוי...
 
לעצט רעדאגירט:
גרויסער ביזנעס קאנווענשען סענטער, ווי די בני יוא' נטורי קרתא פרומע קנאים האבן געמאכט אסיפות איינזאמעלען אלע בלומבערגע מאנרויע און מאנסיע קנאים.



דערמיט האט ער געטוישט אינזער איגענטליכער זשי.פי.עס. סיסטעם אז ווען מיר האבן געזען דעם געביידע פון דערווייטענס האבן מיר געוויסט אז מיר זענען שוין פונקט צווישן מאנדרוי און מאנסי... איצט וועלן מיר זיך מוזן פארלאזן אויף די נייע קיווע הערש קליין'ס פראדזשעקס אויפ'ן זייט פונעם ניו יארקער 17... יעי! - איך פריי זיך אזוי שטארק אז נישט נאר וויליאמסבורג האט פראזשעקס נאר אויך באנדראוי...
 
וואס גייט מען מאכן אויף יענעם שטח?
1751592604196.png


גוגל זאגט אז דער בעל הבית א געוויסער 'סטיוו היטמאן', א ווענטשור קאפאטליסט ווי מענטשן אינוועסטירן אין אים, האט נאך נישט געזאגט וואס ער גייט טאן דערמיט, ער באטראכט די מעגליכקייט צו מאכן 'ווערהאויזעס', אדער, 'האוזינג' ווייל די דערנעבנדיג, ווערהאויז ווי שארפ פלעגט זיין און איז היינט עמעיזינג סעיווינגס ווערהאוז, שטייט כמעט האלב ליידיג. קודם האט ער געוואלט פטור ווערן פון דעם האטעל, דערווייל גייט ער דאס לאזן פאר א ליידיגן שטח, פשוט אויפהערן צו פארלירן אזויפיל געלט דורך אויפהאלטן אזא ריזיג ליידיג בנין.
 

Similar threads

Back
Top