מען האט מיך פארמעקט. פארוואס?

וואסע נייעס...

איך האב מורא אריבערציוואקן די פראטעסט...

איך קען נאך כאפן אן איי אין פנים...

איך האלט נישט אז די זאכן וואס קוקן אויס ווי כפירה גייען פארטרייבן מענטשן, און לכאורה סייקעדעליקס אויך נישט.

איך האלט אז זאכן וואס זענען עראטיקע אדער קרוב לעראטיקע גייען חרוב מאכן די סייט.

מענטשן גייען עפענען דעם סייט, און אנטלויפן פון דא פארן האבן א טשענס צו זעהן וואס די פלאץ פארמאגט.

די פלאץ איז דערווייל אפן בעיקר פאר מענטשן וואס קענען שוין קאווע שטיבל, זיי ווייסן בערך וואס די פלאץ איז.

איינמאל ס'גייט זיין אפן פארן פובליק גייען דא אנקומען א פארפלייצונג פון משוגעים, און זיי גייען אנחזרן די פלאץ

דאס איז מיין שווארצע נבואה, אויב מ'גייט נישט מאכן קיין קלארע גיידליינס איבער עראטיקע.

איך האף אז איך בין נישט גערעכט.
100% ווער עס איז אינטערעסירט אין פארן/עראטיקא קען מיר שיקן א פריוואטע מעסעדזש אין מ'וועט עס מסדר זיין אבער נישט אנ'חזר'ן קרעמל.
 
100% ווער עס איז אינטערעסירט אין פארן/עראטיקא קען מיר שיקן א פריוואטע מעסעדזש אין מ'וועט עס מסדר זיין אבער נישט אנ'חזר'ן קרעמל.
אין די טערמינען און רעגאלאציעס וואס מ'פארפליכטעט זיך בעפארן אריינקומען שטייט:

דער סערוויס איז נאר צוגעשטעלט פאר באנוצער וואס זענען אמווייניגסטנס 13 יאר אלט

דורכן זיך באנוצען מיט קרעמל ביסטו מסכים נישט ארויפצולייגן, אדער לינקען צו, סיי וועלכע אינהאלט וואס איז באשמוצענד, זידל, פייניגונג, האַספול, סטראשענד, ספעם אדער ענליך צו ספעם, אנפאלענד, פארמאגט דערוואקסענע אדער אומאיידעלע אינהאלט, פארמאגט פערזענליכע אינפארמאציע פון אנדערע אן זייער רשות, ריזיקירט מיט קאַפּירייט פארלעצונג, מוטיגט אומגעזעצליכע אקטיוויטעטן, אדער טוט פארלעצן סיי וועלכע געזעץ. דו ביסט גענצליך פאראנטווארטליך פאר די אינהאלט וואס דו לייגסט ארויף און פאר סיי וועלכע שאדענס דאס ברענגט אָן אדער אחריות (liability) פון דעם אינהאלט אדער דיין אויפפירונג.
-

כ'בין זיכער אז האסט נאר געמאכט א וויץ. אבער כ'וואלט קיינעם נישט געראטן עס צו טון (אפי' אין אישי).
 
כ'האב געקוקט די סיבה. ס'איז געמעקט געווארן ווייל ס'ציטירט א געמעקטע הודעה. (וואס ס'ענטהאלט מעגליך פריוואטע אינפארמאציע וואס קען ברענגן צו גילוי.)

ותשואת חן לו פארן חבר וואס האט באריכטעד דעם מעגליכן שטרויכלונג!
 
וואס האט מען געמעקט ביי די השתלת שחלות אשכול, און פארוואס?
אגב. דאס האב איך באקומען ווען מיין הודעה איז געמעקט געווארן. (די סקרין שאט איז נישט פון היינט ס'איז פון פאר פורים).
Screenshot_20250316-161511.png


אפשר האסטו נישט באקומען אדער באמערקט דעם נאטיפעקאציע, אדער איז דיין שאלה פארוואס מ'מעקט א הודעה וואס ציטירט א געמעקטע הודעה, צו גאר עפעס אנדערש.

ס'איז וויכטיג צו וויסן אויב די נאטיפיקאציעס קומען אהן. אז נישט דארף מען דאך וויסן צו פאררעכטן.
-

זייטיגע זאך, כ'מיין ס'איז אויך דארט געווען א הודעה וואס פרעגט איבערן מעגליכן גילוי. ס'איז צו ערווארטן אז אויב מ'באמערקט א הודעה מיט פריוואטע אינפארמאציע וואס איז מעגליך געווארן ארויפגעלייגט בטעות, וועט מען שנעל באריכטן אזוי ווי אן אחריות׳דיגער קרעמלער האט געטון.

פרעגן צו גראבן אין יענעמס מעגליכע גילוי איז זיכער נישט ערווארטעט. קרעמל שטייט אויף די טראסט אין די מעמבערס אז זיי זענען דא איינער פארן אנדערן, און נישט חלילה פארקערט.

כ'בין זיכער אז יענער האט זיך נישט געכאפט אז ס'קען זיין א שפיל מיט איינעמס לעבן.
 
אגב. דאס האב איך באקומען ווען מיין הודעה איז געמעקט געווארן. (די סקרין שאט איז נישט פון היינט ס'איז פון פאר פורים).
View attachment 3476

אפשר האסטו נישט באקומען אדער באמערקט דעם נאטיפעקאציע, אדער איז דיין שאלה פארוואס מ'מעקט א הודעה וואס ציטירט א געמעקטע הודעה, צו גאר עפעס אנדערש.

ס'איז וויכטיג צו וויסן אויב די נאטיפיקאציעס קומען אהן. אז נישט דארף מען דאך וויסן צו פאררעכטן.
-

זייטיגע זאך, כ'מיין ס'איז אויך דארט געווען א הודעה וואס פרעגט איבערן מעגליכן גילוי. ס'איז צו ערווארטן אז אויב מ'באמערקט א הודעה מיט פריוואטע אינפארמאציע וואס איז מעגליך געווארן ארויפגעלייגט בטעות, וועט מען שנעל באריכטן אזוי ווי אן אחריות׳דיגער קרעמלער האט געטון.

פרעגן צו גראבן אין יענעמס מעגליכע גילוי איז זיכער נישט ערווארטעט. קרעמל שטייט אויף די טראסט אין די מעמבערס אז זיי זענען דא איינער פארן אנדערן, און נישט חלילה פארקערט.

כ'בין זיכער אז יענער האט זיך נישט געכאפט אז ס'קען זיין א שפיל מיט איינעמס לעבן.
איך האב באקומען די נאטיפיקאציע, און די סיבה איז אויך געשטאנען אז ס'האט ציטירט א געמעקטע הודעה, אזויווי איך האב געשריבן דארט עטליכע תגובות האב איך געוואלט וויסן וועלכע מ'האט געמעקט און פארוואס.
---
למען והייתם נקיים, איך האב איבערגעפרעגט איבער די 'מעגליכע גילוי' אינפארמאציע, מיין כוונה איז חס ושלום ניש געווען צו צימבלען יענעם, און אפי' איך וואלט געווען א רשע ח"ו וואס איז עוסק אין גילוי וואלט איך עס ווען געטון אויף א קלוגערע אופן, נישט אזוי אויט רייט... איך בין געווען זיכער אז די בילדער קומען נישט פון אים פריוואט, ווען יא וואלט ער עס קיינמאל ארויפגעלייגט לכאו', האב איך זיך סתם געווערטעלט איבערן בילד, אבער חס מלהזכיר אז איך האב געוואלט עמיצען באנג טון.

א דאנק פארן שטיין אויף די וואך פאר יעדנ'ס באקוועמליכקייט און סעיפטי.
 
כ'האב נישט געשריבן אז יענער הודעה איז געווען פון דיר...
זייטיגע זאך, כ'מיין ס'איז אויך דארט געווען א הודעה וואס פרעגט איבערן מעגליכן גילוי.
כ'האב געפיהלט אז כ'מוז עס מעורר זיין, אבער נישט אויף דיין חשבון.

און למעשה לערן איך זיך אויס אז דן זיין לכף זכות קען אמאל זיין אז יענער זעהט דעם בילד אנדערש!
 
Back
Top