ווי אזוי זיך צו באגיין מיט טריגערינג ווערטער (אפגעטיילט)

ולגוף הענין
אפשר טיילט מען אפ דעם שמועס איבער פארבאטן (יעי אדער נעי...) געוויסע ווערטער (עכ"פ אין די אפענע פארומס) און ווען די צדדים און אפציעס זענען קלאר קען מען מאכן א וואוט?

(ביי מיר הערט עס זיך קינדעריש צו אנשטעלן אז געוויסע ווערטער זאלן נישט ארויפגיין. ווי סאך איך האב נישט ליב צו זעהן נערישע ניוול, האב איך ווייניגער ליב צו זעהן מער רולס און מעקעראציעס. אבער @וואלווי'ס ווערטער מישן אויף מיין זיכערקייט אין דעם. און פארדעם האבן מיר וועטעראנען)

-

הוספה: שוין אפגעטיילט
 
לעצט רעדאגירט:
ולגוף הענין
אפשר טיילט מען אפ דעם שמועס איבער פארבאטן (יעי אדער נעי...) געוויסע ווערטער (עכ"פ אין די אפענע פארומס) און ווען די צדדים און אפציעס זענען קלאר קען מען מאכן אז וואוט?
אדרבה. ס'וועט בעסער פאוקעסן די שמועס צום ענין און געבן אפארטוניטי צו הערן מער מיינונגען.

ולעצם הענין פון מעקן/פרייהייט וועט זיין דעם אשכול דא
 
ולגוף הענין
אפשר טיילט מען אפ דעם שמועס איבער פארבאטן (יעי אדער נעי...) געוויסע ווערטער (עכ"פ אין די אפענע פארומס) און ווען די צדדים און אפציעס זענען קלאר קען מען מאכן א וואוט?

(ביי מיר הערט עס זיך קינדעריש צו אנשטעלן אז געוויסע ווערטער זאלן נישט ארויפגיין. ווי סאך איך האב נישט ליב צו זעהן נערישע ניוול, האב איך ווייניגער ליב צו זעהן מער רולס און מעקעראציעס. אבער @וואלווי'ס ווערטער מישן אויף מיין זיכערקייט אין דעם. און פארדעם האבן מיר וועטעראנען)
גערעכט.

ומחוורתא כדשני @מלך

א גייד צו שרייבן פראקטיש און מענטשליך, ווי איידער ספעציפישע ווערטער.

גיי ווייס וואספארא ווערטער גייען נאך נולד ווערן.

מ'וועט ביזי א גאנץ לעבן מסביר זיין וואס יעדע ווארט מיינט. למשל אין דעם אשכול קען מען נושא ונותן זיין כדרכה של תורה...:
 
די סייט איז נישטא נאר פאר איין זאך.
פרייהייט פון ווארט איז דזשאסט א מיטל.
די איין זאך וואס די סייט איז דא פאר איז קאמיוניקעישאן בעצם.

און פאר קאמיוניקאציע פאר לאנגט זיך באקוועמליכקייט כדי סזאל ניצבאר, און זיין א פלאץ צו פארברענגען.
פאר קאמיוניקאציע האבן מיר דאך געהאט קאווע שטיבל. פארוואס האט מען געפנט קרעמל און פארוואס זענען אסאך אנטלאפען פון דארט און אריבער צו דא?
 
פאר קאמיוניקאציע האבן מיר דאך געהאט קאווע שטיבל. פארוואס האט מען געפנט קרעמל און פארוואס זענען אסאך אנטלאפען פון דארט און אריבער צו דא?
ס'דא און ס'דא.

קאמיוניקאציע, מיין איך א באקוועמע מקום צו שמועסן אומגעשטערט פון אידעאלאגיע וכדו'.
די שיינקייט פון קאמיוניקאציע, מ'לערנט זיך איינעם פונעם צווייטן, און מ'האט פשוט א גוד טיים.

אזא מין קאמוניקאציע האבן מיר נישט געהאט אויף קאווע שטיבל, ספעציעל די לעצטע יארן. מ'האט זיך נישט גערעכנט מיט די מעמבערס די לעצטע תקופה, (טראכט KGB סטייל אויף עטליכע וועגן, ואכמ"ל...)

דא איז יא דא די סארט גרופ קאמיוניקאציע, אז יעדער קען זאגן א דעה, און מ'רעכנט זיך מיט יעדן.
ס'איז נישטא קיין מחיצות און עליטע.

וואס יא, צו פראטעקטן די אפענקייט פון פלאץ איז ראטזאם אז די מעמבערס זאלען זיך מסדר זיין עפעס סטאנדארטן.
 
וואס יא, צו פראטעקטן די אפענקייט פון פלאץ איז ראטזאם אז די מעמבערס זאלען זיך מסדר זיין עפעס סטאנדארטן.
ולהוסיף לדבריך.

דאס מיינט אז זיי זענען מחליט אויב ס'איז בכלל עפעס וואס באדערט. (אפשר זענען רוב וועטעראנען טאטעלי אקעי אהן קיין שום סטאנדארטן.)
און זיי שטעלן די גדרים פון די סטאנדארטן
און זיי זענען מחליט ווי אזוי מ'איז עס מסדר. (אויב ס'איז ציווישן זיך מ'איז בעהט זיך איינער דעם צווייטן, צו דורך א פראקטישע מענטשליכע גייד בוך, צו דורך אריינמישן די האנט פון די מאדס צו לייגן ספוילערס, צו דורך אנשטעלן אז געוויסע ווערטער גייען נישט ארויף. צו דורך נאך איידיעס וואס וועלן האפנטליך ארויפקומען אינעם שנירל)
-

איך מיין אז אפי' א גייד בוק דארף מען אכטונג געבן ס'זאל נישט קריעטן געוויסע בלאקעדשעס דאון די ראוד פון זיך קענען איוואולווען פרייערהייט.
זאכן דארפן אלעמאל זיין לויט די רוח המקום פון יענע צייט.
 
ולהוסיף לדבריך.

דאס מיינט אז זיי זענען מחליט אויב ס'איז בכלל עפעס וואס באדערט. (אפשר זענען רוב וועטעראנען טאטעלי אקעי אהן קיין שום סטאנדארטן.)
אויך א וועליד צד
און זיי שטעלן די גדרים פון די סטאנדארטן
און זיי זענען מחליט ווי אזוי מ'איז עס מסדר. (אויב ס'איז צווישן זיך מ'איז בעהט זיך איינער דעם צווייטן, צו דורך א פראקטישע מענטשליכע גייד בוך, צו דורך אריינמישן די האנט פון די מאדס צו לייגן ספוילערס, צו דורך אנשטעלן אז געוויסע ווערטער גייען נישט ארויף, צו דורך נאך איידיעס וואס וועלן האפנטליך ארויפקומען אינעם שנירל)
ווי אזוי גייט מען צו צו דעם?
דורך א וואוט?
אדער פשוט דיסקוסיע?
 
א גיידבוק איז אויך גוט פאר פראקטישע עצות ווי אזוי צו שרייבן תגובות פון א פראקטישע זייט, טיפס פאר בעסערע אויסשטעל וכדו'
 
ווי אזוי גייט מען צו דעם?
דורך א וואוט?
אדער פשוט דיסקוסיע?
לכאו' דורך דיסקוסירן אסאך, ותשועה ברוב יועץ.
קיינער זאל זיך נישט פליז נישט שעמען פון זיך אנרופן מיט איידיעס.
דערנאך קען מען זען לויט די רוב ענטפערס פונעם שמועס און די לייקס ווי ס'גייט.

למשל אויב די רוח הוועטעראנען וועט זיין פאר א גייד, און מ'וועט עפענען א שנירל פאר איידיעס וואס זאלן זיין אינעם גייד. א חבר וועט מאכן א דעמאו, אנדערע וועלן געבן הערות, ביז ס'וועט זיין עפעס וואס רוב שפירן ס'איז ריכטיג.
-

מיין תפלה איז ואל יתנגש האמת שבי עם האמת של אחר! אונז זאלן אלע פראבירן צו הערן וואס די אנדערע זאגט, און מודה זיין על האמת ווען יענער זאגט א נקודה טובה. און אנשטאט פון זיך אנשטויסן איינער דעם צווייטן זאלן מיר זיך משלים זיין איינער דעם צווייטן. 🙏
 
אין יעדע סאסייעטי (אריינגערעכנט א פארום) וועט זיין סטאנדארטן. טייל אינפארסירט דורך תקנות, (און קאנסעקווענצן פאר די וואס טרעטן דערויף), און טייל דורך קאלטוראלע נארמעס.

כדי עפעס זאל זיך לוינען צו ווערן א תקנה (און דיעלן מיט די אינפארסירונג דערפון), דארף די בענעפיט פון די תקנה איבערשטייגן די קאסטן פון אינפארסירונג.

למשל, אלס מער weed ווערט עקסעפטעד אין די קולטור, און ווייניגער אנגעקוקט ווי א געפערליכער פראבלעם, אלס מער ווערט עס לעגאליזירט, ווייל דאס מאכן פאר א רול מיט קאנסעקווענצן ברענגט מער קאפוויי ווי דער פראבלעם אליין.

אלקאהאליזם אדער ציגארעטן וואס זענען א שרעקליכע קאסטן פאר די רעגירונג און פירט צו טויזענטער טויטע א יאר, איז נישט אומלעגאל ווייל דאס אינפארסירונג דערפון וועט נאכאלץ זיין שווערער און ברענגען מער פראבלעמען.

ופשוט הוא.

בעיסיקלי ס'איז אייביג דא צו מאכן א 'קאסט און בענעפיט אנאליז'.

די איידיע פון מאכן א שיינע 'גייד בוך' פאר א יעדע נייע ניק, וואס דארט זענען די קולטורעלע סטאנדארטן, קוקט מיר אויס פאר א פערפעקטע פלאץ אריינצושטעלן אלעס וואס לוינט נישט צו מאכן פאר אן אפיציעלע תקנה.

יעדע אפיציעלע תקנה דארף זיין עפעס וואס די וועטעראנען זענען גרייט צו ווארפן א ניק דערפאר. (פארשטייט זיך דורך א שטימע.)

מ'דארף שטימען אויף סטאנדארטן אין די 'גייד בוך' פונקט ווי מען דארף שטימען אויף תקנות אין די קאנסטיטוציע.

די חילוק איז אין די אינפארסירונג.

והנלענ"ד כתבתי
 
וואו! מאכסט מיר טראכטן!

מיך גייט אהן ביידע
אביסל אז ס'טריגערט מיך, כ'פיהל אמאל ווי כ'שמועס מיט הורני בחורים, און ס'מאכט מיר פילן ביליג. (וואס דאס ווייזט מיר אז כ'דשאדש עס ערגעץ טיעף אין זיך).
און בעיקר שטערט מיר אז מיינע חברים זאלן נישט מיינען אז כ'בין אויך אזוי. כ'האלט זיך גרויס פאר זיי אז כ'שרייב אסאך אין קרעמל מיט די פאר קלוגע אידן אינעם דור. (ווייל כ'בין מחשיב חכמה, הגם איך אליין כאפ נישט אסאך טיפע זאכן וואס מ'שמועסט דא אויס).
-

יוש איז דאס שווער פאר מיר ארויפצולייגן 🫣
דיין אפנהארציגקייט און אויפריכטיגקייט איז א דערקוויקעניש 😍
דו ביזט די נשמה פון קרעמל
 
איך קען זאגן וואס מיין השקפה איז באופן כללי: אנהייבן מעקן און בלאקירן און מאכן שטרענגע תקנות קען שלעכט עפעקטן די גאנצע ווייב דא.

די שיינקייט פון קרעמל לדעתי איז אין איר נאטורליכקייט און ערוואקסענקייט, כ'מיין, מען קען אייביג אויסשטעלן מיט כוח וויאזוי א ענווייערמענט זאל אויסקוקן, ווער נאך ווי אונז חרדים ווייסן דאס. מען קען מאכן כל מיני תקנות וואס שטופן ארויס וועם און וואס מ'גלייכט נישט. מען קען אפילו אראפגיין צו די קליינע רעזולוציעס אז נאר קלוגע און נאר געשמאקע מענטשן זאלן קענען א טיילנעמען אבער עס איז Artificial, וואס האסטו אויפגעטון? פאר די געלט נעם דיך דיינע פריינט וועם דו גלייכסט און פארמיר א וואטסעפ גראופ.

די בעסטע מהלך איז ווען מען קען אנהאלטן אן אפענע און ערוואקסענע פלאטפארמע ווי מען פארלאזט זיך איינער אויף די אנדערע, מען גלייבט אין די יכולת זיך אויסצושמועסן ברבים אדער בפרטי און זיך דורכקומען צווישן זיך, מען גלייבט אז מען וועט אויף א נאטורליכע וועג וויסן צו אפשטיפען עשבים שוטים דורך פאזיטיווע אדער נעגאטיווע פידבעק און בעיקר: מען גלייבט אין די קאמען סענס פון די קבוצה אז עס וועט זיך עוואלוון אין א געזונטע וועג.

דאס איז מיין איך וואס @שעפטאל ברענגט ארויס אין זיינע תגובות. מיט זיין שטארקע אמונה אין מענטשהייט גלייבט ער אז דאס איז די וועג און אז דאס איז מעגליך. איך בין אויך נוטה צו דעם. עכ"פ לפחות פאר מען הייבט אן אנפירקלן די אשכולות מיט שרייב נישט קיין איידעלע ווערטער הערות און מען פארמירט א קאנסטיטוציע וואס און וויאזוי מען זאל שרייבן איז כדאי זאל מען פראבירן געבן א טשענס ווי לאנג ס'גייט פאר די נאטורליכע מהלך.

מען קען אפשר באשטימען א עמערדזשענסי אפציע לדוגמה אז ביי א לענסליינד וואוטס וועט מען קענען פארשיקן איינעם. ביז דארט זאל מען עס לאזן לויפן.

(נישט פארגעסן אז עס איז דא די איגנאריר קנעפל, אויב איז יענער פארשטענדליך און ערוואקסן קען מען זיך אויסשמועסן אויב איז יענער א טראלל דרוקט מען דאס קנעפל און יענער ווערט פארשווינדען אין עולם התוהו און דו גייסט ווייטער אן די לעבן אומגעשטערטעהייט)
 
דו מיינסט אזוי ווי אן אימפיטשמענט וואוט?
אדער מער community notes?
 
תמצית וואס כ'זעה ביז אהער.

דערווייל הערט מען נישט פון קיין וועטעראנען אז ס'גייט זיי נישט אהן קיין טריגערינג ווערטער.
ס'קוקט אויך נישט אויס ווי מענטשן זענען עלערגיש צו עפעס דא דארט, נאר מ'וויל זיך נישט טרעפן מיט אן איבערפליס פון קינדערישע שמוץ.
פון די אנדערע זייט איז יעדער אהן אויסנאם שטארק קעגן א געדאנק אז די מ'זאל אפציעל אסרן טריגערינג ווערטער.

מהלכים.
א. מ'זאל זיך איידעלערהייט דערמאנען איינער דעם צווייטן.
ב. מאכן א גייד בוך וואס זאל העלפן נייע יונגע ניקים זיך אריינגלידן.

ריכטיג?
 
Back
Top