די קאנטענט איז געווען היי וועליו גענוג פאר מיר עכ"פ, און עס איז טאקע א שאד אז ער האט אויפגעהערט דערמיט. כ'פלעג עס געבן פאר די קינדער צו וואטשן. עס איז דא א גרויסער חלל אין גוטע קאנטענט פאר קינדער און בחורים (אפגערעדט גאר קליינע וואס עס איז ממש נישטא גארנישט אויף אידיש, פאנעט האט אבער נישט צוגעשטעלט פאר זיי)
די פראבלעם איז אז ער האט פשוט אויפגעהערט צו פראדוצירן. ער האט מסתמא געזען אז עס נעמט סאך מער כח, ארבעט און בעיקר צייט ווי ער האט געמיינט, און די נאכפראגע איז נישט געווען גענוג גרויס עס צו בארעכטיגן
(ער וואלט געדארפט האבן 2,000 סובסקרייבער צו פארדינען א 'גראוס' פון 40 אלפים א חודש).