מענדל הערש פאנעט

איך צאל און נאך אסאך מענטשן צאלן, נעטפליקס איז נישט קיין נאנ-פראפיט, אבער מען דארף צי שטעלן High Value קאנטענט, א ריקווייערמענט וואס מענדעל הערש איז נישט נאכגעקומען.
די קאנטענט איז געווען היי וועליו גענוג פאר מיר עכ"פ, און עס איז טאקע א שאד אז ער האט אויפגעהערט דערמיט. כ'פלעג עס געבן פאר די קינדער צו וואטשן. עס איז דא א גרויסער חלל אין גוטע קאנטענט פאר קינדער און בחורים (אפגערעדט גאר קליינע וואס עס איז ממש נישטא גארנישט אויף אידיש, פאנעט האט אבער נישט צוגעשטעלט פאר זיי)

די פראבלעם איז אז ער האט פשוט אויפגעהערט צו פראדוצירן. ער האט מסתמא געזען אז עס נעמט סאך מער כח, ארבעט און בעיקר צייט ווי ער האט געמיינט, און די נאכפראגע איז נישט געווען גענוג גרויס עס צו בארעכטיגן

(ער וואלט געדארפט האבן 2,000 סובסקרייבער צו פארדינען א 'גראוס' פון 40 אלפים א חודש).
 
ער קלאגט יעצט די רבנים אין געריכט,און עס איז אינמיטן א אנגייענדיגע פראצעדאר.
 
איך הער אז ער האט געפענט א ביהמ״ד אין סטעטן איילענד. איך האב א שוועסטערקינד וואס דאווענט דארט. איך הער אז ער איז א געלונגענער רב.
 
איך הער אז ער האט געפענט א ביהמ״ד אין סטעטן איילענד. איך האב א שוועסטערקינד וואס דאווענט דארט. איך הער אז ער איז א געלונגענער רב.
א געלוגענער רב..... פשיהא איך פריי מיר צו הערן

וואספארא נאמען האט ער אויסגעוועלט?
 
מיר זעט עס אויס אז ער האט זיך אליינס באגראבן מיט פארשידענע wrong moves
די moves זענען נאר wrong ווייל די powerfull bullies וואס פירן די סיסטעם האבן אזוי אפגעמאכט און אוועקגעשטעלט
ער איז אפשר א מזיד פארן זיך שלאגן מיט city hall אבער wrong איז ער נישט, אפילו אויב ער אליין וועט נישט נהנה זיין פון זיין מלחמה וועלען אנדערע שפעטער יא, פונקט ווי אלע וואס האבן זיך געשלאגען און טאקע פארלוירען האבן זיי אבער אריין געווארצעלט עפעס א crack אדער change וואס איז שפעטער נאכגעקומען.

פארשטייט זיך אז די credit וועט ער נישט באקומען אבער עס איז זיינס
מ'דארף זיין גרייט פאר שלעק, פאר רוב מענשטען לוינט זיך מיט צו גיין אונטער די שטרוים און טון וואס מען ווייל "אין די סיסטעם" און לאזען אנדערע מיט thick skin מלחמה האלטען
 
Back
Top