- זיך איינגעשריבן
- יולי 23, 2025
- מעסעדזשעס
- 167
- רעאקציע ראטע
- 934
- פונקטן
- 113
הקרליבך של דורנו!!!
וואלט איך איהם באצייכנט! ער האט אזא גרויסע נשמה, וואס בארירט מיין טיפסטע הארץ סטרינעס!!! און אויב איך האב אין מיין יוגנט געוויסט בכלל אז איך האב א הארץ איז עס נאר צוליב זיינע ניגונים!!!!!
זיינע תנועות..... אוי אוי אוי..... אויב איז דא איין זאך וואס קען מיר מאכן וויינען איז עס מענדל'ס תנועות.... איך וויל אסאך מאל וויינען אבער איך קען נישט.... אבער ווען איך הער מענדי ראטה'ס 'יאסעלע' ניגון אדער 'פיפטע קשיא' מאכט מיר עס וויינען!!!!!
מ'ליינט אסאך מאל מענטשען שרייבן אז זיי האבן געליינט/געהערט א עמאשינעל מעשה, 'כ'האב אויסגעפלאצט אין א געוויין...' וכדו' און איך פארשטיי אז יענער מיינט אז זיין אויגן איז געווארן אביסל נאסליך, און בעסטן פאל האט ער געהאט א טרערל ביים ווינקל פון אויג..... (אפשר מאך איך א טעות)....... יעצט ווען איך האב מיך אוועקגעזעצט שרייבן אויף מענדל, האב איך געקלערט לאמיך קודם קוקן זיינע סחורה, אז איך זאל טאקע זיין אינספירירט ביים שרייבן, האב איך געקוקט זיין קליפ 'לך לך'.... ניין! איך האב נישט אויסגעפלאצט אין א געוויין...! ממש נישט.... עס האט זיך פשוט גענימען ארויסגליטשען טרערן פון מיין אויגן.............. און מיט די פרישע טרערן אויף מיין פנים שרייב איך די שורות!
מענדל האט צוויי חלקים וואס בארירט מיך (צוויי סארט ניגונים)
א.) נשמה'דיגע געגועים תנועות וואס ערוועקט מיין נשמה
ב.) קאנטענט (תוכן) פון זיינע ניגונים ווי עס גיסט זיך אהבה, פאר אונזער 'דור יתום' וואס איז נישט זוכה דאס צי באקומען (צומאל מיטן גרייזיגע בליק אז דאס איז עפעס א סתירה צי אונזער רעליגיע) זיינע 'יאסלע' מעשיות ווי איך טרעף מיך אזוי שטארק, און די אויפפוואכונג צום ציבור צי עקסעפטן יעדנ'ס קינד וויאזוי ער איז "עס שטייט דאך ע"פ דרכו חנוך לנער..... איי טאטע מאמע.... (שיר: יאסעלע)
(ווען מ'זעהט און הערט ווי די טאטע איז שוין גרייט צי עקסעפטן זיין זוהן וויאזוי ער איז, באקומט מיין גאנצע גוף טשילס..... היינו כחולמים..... איי ונזכה ונחיה ונראה.....הלוואי!!!!)
הלוואי וואלט מענדל געהאט אזא 'באוועגונג' אזוי ווי קארליבך בשעתו..... איך וויל מיך אזוי שטארק אנשליסן..... אוי מענדל מענדל, די ביסט דאך אזוי לויטער!!!
.................................................................................................................................................
און יעצט צי א קורצע איבערזיכט אויף זיין ביאגראפיע:
מנחם מענדל ראטה, (געבוירן י"ב אייר ה'תשנ"א -1991) איז א חרדי - חסידי, זינגער און קאמפאזאטירער, און זאגאר א 'משפיע'
ער איז געבוירן אין בני ברק, צי זיין טאטע הרב גדליה משה, אדמו"ר משומרי אמונים, אשדוד, און זיין מאמע שפרה (בת הר' אליעזר זאב רויזנבוים אדמו"ר מראחוב)
ער איז א 10נטע דור צום 'בעל שם טוב' די זיבעטע פון 15 קינדער
ער האט געלערנט אין ת"ת מכנובקה בעלזא, און ישיבה קטנה און אזוי אויך ישיבה גדולה האט ער געלערנט אין טשערנוביל ב"ב
אלס בחור איז זיין משפחה אריבער א חרם.... (ע"פ וויקי. איינער ווייסט מער דערוועגן?) וואס האט געמאכט ער זאל נתחבר ווערן צי די 'קרליבך' באוועגונג
ביי די 20 יאר האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן א 'גיליון' מיט זיינע רעיונות, יעדע צוויי וואכן, (אדער איז עס געווען א קאלום אין א גיליון פון די ישיבה, זיינע מאמרים זענען ערשינען און פארום פון א ספר לרגל זיין חתונה) איין וואך האט ער געשריבן 'ווען איך וואלט געהאט א ישיבה וואלט איך געמאכט יעדע דאנערשטאג נאכט א קומזיץ און געלערנט מיט די בחורים 'יהדות' און 'מחשבה' און יעדע שטיק צייט ארויסגעגאנגן מיט די בחורים פארברענגן אין שויס פון נאטור, קלויבן מאראנצן און ארומנעמן ביימער.......'
צוליב די שורות האט מען אין ישיבה געמאכט אזא סארט 'דערנידערונג צערעמאניע' אין פארנט פון די 300 תלמידי הישיבה, ווי ציווישן אנדערע האט מען קלארגעשטעלט פאר די בחורים אז מען טאר מיט 'מענדל' נישט רעדן צוליב זיינע 'פארדרייטע השקפות'.........
א קורצע צייט נאך זיין חתונה האט ער זיך גע'גט (איינער מיט מער דעטאלן??)
פאר 9 יאר צוריק האט ער אנגעהויבן שרייבן אויף 'בחדרי חרדים' בעיקר נושאים וואס זענען 'טאבא' ביי אונז, עס האט געהייסן 'הבלוג של המשפיע' עס האט נאר אנגעהאלטן פאר א יאר אהאלב
בערך דעמאלטס איז ער געווארן פאפולער מיט די ניגון ווי לאנג קען מען דאווענען 'מנחה' און די פראפעשינעל 'מוזיק ווידיאו' אין אוקריינע וואס האט כהיום איבער 1.5 מיליאן וויוס!
נאך די אויסברעך פונעם מלמה 'חרבות ברזל' האט ער ארויסגעגעבן א קליפ 'העם הזה' איבער אחדות ציווישן די המון עם, ווי ציווישן אנדערע האט ער געזינגען דארט בתמיה 'ולמה אני לא איתם בצבא...' און טאקע היי-יאר האט ער זיך מתגייס געווען צי די חרדישע 'חטיבת חשמונאים' אין צה"ל, כדי צי זיין די 'נחשון' פאר נאך חרדים וואס ווילן זיך מתגייס זיין....
יענע טאג איז ער ארויסגעקומען מיט זיין ניגון 'אני רץ לקרב'
ווי געשריבן האט ער צוליב א חרם זיך אנגעהויבן פירן און זינגען 'קרליבך' סטייל
ער איז באקאנט מיט זיין אויסגעשפראכנקייט קעגן די מהלך פון 'שידוכים' עפעס פון וואס ער אליין איז ליידער א וויקטים.......
ער האלט זיך נישט קיין חסיד פון א 'ספעציפישע רבי/משפיע , אבער אסאך פון זיינע געדאנקען קומען פון די 'אישביצע' חדר.... א שטיק צייט פלעגט ער געבן שיעורים אין 'מעיין השילוח' פונעם אישביצער, מיט זיין גיטאר.... (ער האט אמאל געשריבן אז ער האלט ער איז א גלגול פון ש"צ....) ר' שלמה קרליבך איז א דמות וואס האט געהאט א גרויסע השפעה אויף איהם און זיין מהלך המחשבה
זיינע שטעלונגען זענען נישט טיפיקעל חרדיש, למשל 'שידוכים', גיוס, ועוד (ער האלט אז מ'מעג געהעריג הערן מוזיק אין ספירה, און ער איז מצביע פאר בן גביר'ס עוצמה יהודית פארטיי -ער טענה'ט גאר אז זיין זיידע ר' אברהם חיים ראטה די שומרי אמונים רבי (בן ר' אהרלע ראטה מייסד החסידות) האט אזוי געהאלטן....) און ווי קען מען נישט שרייבן איבער די ערשטע חסידישע 'LOVE' ניגון וואס מענדל האט געמאכט 'איך וויל ליב האבן א מיידעלע.....'
פון זיינע ניגונים:
2014 - 'וקיוויתי לו'
2016 - 'תהום אל תהום' מיט מאטי וויזל, 'בין הזמנים'
קומזיץ קליפ 'מענדל מיט חברים' און דאן די באקאנטע 'מנחה'
2021 - 'וידום אהרן' נאכן 'אסון מירון' (געמאכט יענע נאכט אין סטמר'ע ביהמ"ד אין בארא פארק, נישט קענענדיג איינשלאפן פון צער...)
2022 - האט ער געווארפן די באמבע מיט די 'ליבע ניגון' 'איך וויל ליב האבן א מיידעלע'
'לך לך', דערמאנט פריער: א טאטע וואס האט ארויסגעווארפן זיין זון צוליב א סמארטפון, און וויאזוי ער זעהט אז ער זיכט זיין אייגנארטיגע וועג צום באשעפער
'שיר געגועים לרחל'
2023 - 'ארץ ארץ אל תכסו דמם' לזכר די פלאי ברודער וואס זענען געהרג'ט געווארן אין די פיגוע בצומת רמות הי"ד (הויכע פאל איז גאר ענדליך צי די 'פיפטע קשיא')
אוי... די הייליגע 'יאסעלע' ניגון (ציזאמען מיט 'מיכאל שניצלער' ז"ל וואס איז אוועק הארט פאר די קליפ איז ארויס)
'ושבו בנים' להחזרת החטופים פון אקט. 7
2024 - 'העם הזה' אויף די יחסים ציווישן חרדים-חילונים ווי געשריבן אויבן
'שנה של כיפור' א יאר צי אקט. 7
2025 - 'רץ לקרב' ביים זיך מתגייס זיין לצה"ל
זיין באקאנטע הארצרייסנדע 'כלו עיני' (געהערט אז ער האט עס געמאכט אויפן וועג אהיימגייענדיג פון זיין גט)
איי מענדל נשמה!!!! מי יתן ויהיו כל עם ה' מענדעלעך...............

לעצט רעדאגירט: