עם עקש תתפתל - דאס קרומקייט פונעם סיסטעם הידוע לשמצה

המן טאש

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
14
רעאקציע ראטע
72
פונקטן
13
אונז האלטן שוין ב"ה אין א פערפעקט וועלט, אלע בחורים האבן שוין ישיבה'ס, קיינער באגייט שוין נישט סועסייד, דער עולם איז נישט אויף דראגס, מחותנים באצאלן צו חתונה מאכן די קינדער ווי כאילו עס איז בלויז א קוואדער אין א טעלעפאן בודקע, די מלמדים שלאגן שוין נישט, די קריפס מאלעסטן שוין נישט, די רענט איז אזוי נידריג אז מען דארף גיין נאך געלט פאר די לענדלארדס, ענד דעי ליווד העפילי עווער עפטער.

אבער דא עקא, האבן די עסקנים געזען אז זיי ווילן דאך עפעס אויפטון, פשוט אלץ דרך הטוב להטיב, האבן זיי געטראפן איין פלאץ ווי מען קען נאך עפעס אויפטון און כלל ישראל איז מושלם.
מען האט געעפענט א וועד השייטלעך, נישט מער און נישט ווייניגער, א געהעריגע הכשר קאמפעני, מיט רולס און רעגולאציעס ביז ווי די האר מעג גיין, ווי לאנג, וועלכע סחורה צו ניצן אא"וו.
זאלסט נישט מיינען אז מיט דעם באגנוגענען זיי זיך! (בניגון ואני און איך יעקב) זאג איך דיר ניין!
די שייטל מאכער איז מחוייב צו אפרעדן די קאסטומערס פון קויפן אדער סטיילן די שייטלעך.
זי מוז בארימען די וואס גייען יא מיט א יאנטשי שייטל.
זי מוז אויפהענגען די הכשר מיט די תקנות אין איר ראם.
זי מוז אויסהערן א פראפעגאנדע האטליין.
21c2c2ae-dc68-4463-9987-1685a84ce443.jpeg
52791202-c7b4-4018-b8c8-f4bff46fde08.jpeg
 
דרייפערטל בעלז איז נישט קאמפלייענט...

דאס האט צוטוהן מיט די עווענט פאר די פרויען וואס איז געווען די וואך?
 
איך וואלאנטיר צו זיצן אינעם סאלאן און גיידן די שייטלמאכערס אויב עס איז אויסגעהאלטן אדער נישט. ווי סאבמיט איך מיין הוראה?
 
עס ען עסייד, וויאזוי לאזן זיי אויס די וויכטיקייט פון שערן די האר?
 
עס ען עסייד, וויאזוי לאזן זיי אויס די וויכטיקייט פון שערן די האר?
זיי לאזן עס נישט אויס... זיי זאגן קלאר אז אייגענע האר איז א שיינקייט וואס דארף פשוט פארדעקט ווערן...

די בעלזע שקצים, אפילו אין תקנות לייגן זיי אריין גיפט
 
Back
Top