עם עקש תתפתל - דאס קרומקייט פונעם סיסטעם הידוע לשמצה

המן טאש

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
15
רעאקציע ראטע
76
פונקטן
13
אונז האלטן שוין ב"ה אין א פערפעקט וועלט, אלע בחורים האבן שוין ישיבה'ס, קיינער באגייט שוין נישט סועסייד, דער עולם איז נישט אויף דראגס, מחותנים באצאלן צו חתונה מאכן די קינדער ווי כאילו עס איז בלויז א קוואדער אין א טעלעפאן בודקע, די מלמדים שלאגן שוין נישט, די קריפס מאלעסטן שוין נישט, די רענט איז אזוי נידריג אז מען דארף גיין נאך געלט פאר די לענדלארדס, ענד דעי ליווד העפילי עווער עפטער.

אבער דא עקא, האבן די עסקנים געזען אז זיי ווילן דאך עפעס אויפטון, פשוט אלץ דרך הטוב להטיב, האבן זיי געטראפן איין פלאץ ווי מען קען נאך עפעס אויפטון און כלל ישראל איז מושלם.
מען האט געעפענט א וועד השייטלעך, נישט מער און נישט ווייניגער, א געהעריגע הכשר קאמפעני, מיט רולס און רעגולאציעס ביז ווי די האר מעג גיין, ווי לאנג, וועלכע סחורה צו ניצן אא"וו.
זאלסט נישט מיינען אז מיט דעם באגנוגענען זיי זיך! (בניגון ואני און איך יעקב) זאג איך דיר ניין!
די שייטל מאכער איז מחוייב צו אפרעדן די קאסטומערס פון קויפן אדער סטיילן די שייטלעך.
זי מוז בארימען די וואס גייען יא מיט א יאנטשי שייטל.
זי מוז אויפהענגען די הכשר מיט די תקנות אין איר ראם.
זי מוז אויסהערן א פראפעגאנדע האטליין.
21c2c2ae-dc68-4463-9987-1685a84ce443.jpeg
52791202-c7b4-4018-b8c8-f4bff46fde08.jpeg
 
דרייפערטל בעלז איז נישט קאמפלייענט...

דאס האט צוטוהן מיט די עווענט פאר די פרויען וואס איז געווען די וואך?
 
איך וואלאנטיר צו זיצן אינעם סאלאן און גיידן די שייטלמאכערס אויב עס איז אויסגעהאלטן אדער נישט. ווי סאבמיט איך מיין הוראה?
 
עס ען עסייד, וויאזוי לאזן זיי אויס די וויכטיקייט פון שערן די האר?
 
עס ען עסייד, וויאזוי לאזן זיי אויס די וויכטיקייט פון שערן די האר?
זיי לאזן עס נישט אויס... זיי זאגן קלאר אז אייגענע האר איז א שיינקייט וואס דארף פשוט פארדעקט ווערן...

די בעלזע שקצים, אפילו אין תקנות לייגן זיי אריין גיפט
 
זיי לאזן עס נישט אויס... זיי זאגן קלאר אז אייגענע האר איז א שיינקייט וואס דארף פשוט פארדעקט ווערן...

די בעלזע שקצים, אפילו אין תקנות לייגן זיי אריין גיפט

אין בעלזא צווינגט מען נישט צי שערן, מען מאכט גוט משוגע די פרויען, מען נעמט זיי אויף גילט-טריפס און מען מאכט שווערע פיער פרעשור, אבער מען סטראשעט נישט.
איך שאץ אז 15% פון בעלזא פרויען שערן זיך נישט.
 
די נקודה איז פשוט, אז די ווילסט ארויס ברענגען וואס איז דעם צורך פינעם שייטעל אז עס דארף צודעקן, ברויכסטו שרייבען האר אז די וועסט שרייבען אז מען שערט אפ דעם מענטשליכען האר איז דאן וואס דארפסטו בכלל צודעקן? סתם בחינת א ביבער היט פאר א פרוי? האסט דאך שוין מבער געוועהן דעם ערוה-האר, די קשיא איז נאר שווער פאר דער וואס שערט גאר.
 
די נקודה איז פשוט, אז די ווילסט ארויס ברענגען וואס איז דעם צורך פינעם שייטעל אז עס דארף צודעקן, ברויכסטו שרייבען האר אז די וועסט שרייבען אז מען שערט אפ דעם מענטשליכען האר איז דאן וואס דארפסטו בכלל צודעקן? סתם בחינת א ביבער היט פאר א פרוי? האסט דאך שוין מבער געוועהן דעם ערוה-האר, די קשיא איז נאר שווער פאר דער וואס שערט גאר.
עס איז צוויי דינים- ווי מען זאגט אין בריסק-
די מנהג פון אפשערן , איז מסתבר אז דאס קומט פון א זהירות אין חציצה בטבילה , אדער נאכמער צו מונע זיין א חשש ,אז א חוט השערה איז חוץ למים בשעת טבילה,
א שייטל ,איז יצא בהיתר פון שלטי גיבורים בשעתו און עס איז אהנגענומען ביי די אשכנז יידן , ווי עס איז קאודיפייד אין שלחן ערוך, דורך רמ״א ונושאי כליו ,דער מנהג איז גיוועהן פארשפרייט אין ארץ איטליה ושוכניה , די מער מזרח יידן האבן נאך נישט גיהאט דעם מנהג , ווייל די מאדע , איז נישט גיוועהן דארט ( אזוי איז מעיד דער גאון דברי חיים פון זיין שווער דער ברוך טעם ) , שפעטער , ווען די מאדע , האט אינפילטרירט די מזרח לענדער , האבן עס קודם אדאפטירט די משכילישע פרויען - איז עס גיווארן א סימבאל פון השכלה , זענען נולד גיווארן אוסרים ווי דער גאון יעב״ץ , און זיי האבן געזוכט טעמים לאיסור ,וועגן מראית עין, אדער חוקות הגוי, וואס איז א פארנעפלטע סוגיא , און מען קען דארטן גיין אהער און אהין ,
עכ״פ אפשעהרן די האר , און מנהג שייטל , זענען צוויי דינים .
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
ווען מען איז ווען מתיר צו גיין מיט האר וואלטן די פרויען נישט אויסגעזען ווי מיידלעך אין גאס.
 
Back
Top