אמערדזשענסי שנירל, געבראכן דעם סייקל‼️

לייביש הכהן

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 11, 2024
מעסעדזשעס
330
רעאקציע ראטע
1,206
נישט צום גלייבן וואס דא קומט פאר!! ענדליך פארט שוין כלל ישראל אויף די ריכטיגע רעסלען!!

במשך די לעצטע 80 יאר זייט די צווייטע וועלט מלחמה, האט מען ביי חסידים שטארק מקפיד געווען מענער זאלן ווי ווייניגער פארברענגן מיט פרעמדע פרויען.
וויפיעל דרשות און קול קורא׳ס זענען שוין אלץ ארויס געקומען אנטקעגן מיידלעך וואס ארבעטן אין אפיס׳עס מיט פרעמדע מענער, צוליב דעם איבערגעטריבענם פחד אז יונגעלייט וועלן סאושעלייזן מיטן פארקערטן דזשענדער, אזאך וואס איז הונדערט פראצענט נארמאל און געזונט ציטאן.

צו די זעלבע צייט האט מען אבער יא געזען עלטערע אידן זאגן גוט שבת פאר א שחנ׳טע אדער קרוב, און נאך רופנדיג ביים נאמען…

הכלל מיטן אויפשטייג פונעם געוועב, האבן חסידים מיט בארד און פיאות ציביסלאך זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו קאמיוניקעיטן געזונטערהייט מיט פרעמדע פרויען.
דאס אלעס האט זיך שטייט זיך אפגעשפילט ״במחתרת״, באהאלטן אינעם פרייוועט טשעט… אין גאס אבער האט א חסידיש אויסזענדע יונגערמאן זיך גאר שטארק געהיטן ווי אזוי ער קאמיונעקירט מיט פרעמדע פרויען.

לעצטנס מיטן אויפשטייג פון צאללאזע היימיש אידישע פאדקעסטס, האט א חשוב׳ע איד מיט נאמען ״אלי וועבער, גענומען די קוראדזש ארויף צו ברענגן אויף זיין שאו פרויען וואס העלפן כלל ישראל, א שטייגער ווי טערעפיסטאן, שדכנים, וכו.
דאס האט שארף אריין געשניטן אינעם אלטן טראמאדיגן סייקל וואס איז קריעיטעד געווארן דורך קינדער פון מלחמה געליטענע…
דערנאך איז אויף געקומען הרב מענדל הערש פאנעט אויפן ״פרייד וויזעל שאו״, ווי ער האט ארום גערעד איבערן חסידישע לבוש וכו, אזאך וואס האט געצויגן צענדליגע טויזענטער וויאס מיט פאזעטיווע קאמענטס.
ס׳איז געווען שטארק קענטבאר אז מען ווערט נישט געביסן ווען מען רעד צו א פרעמדע פרוי, דורך די אלע פאזעטיווע קאמענטס, און פארלאשענע קול מוחה וואס איז נישט געהערט געווארן…

געוויסע האבן אבער געוואלט טייטלען און אוועקמאכן זאגענדיג; עה, ס׳גייט נישט גיין ווייטער, צוליב וואס ״אלי איז א בחור און האט נישט קיין דאגה פון קיין מוסדות. אדער מענדל הערש טוט דאס ווייל ער וויל ווייזן עפעס… ״מה שאין כן״ סתם חסידישע אינגעלייט וועלן דאס נישט נאך טאן.

במוצאי יום מנוחה, האט אבער עפעס פאסירט וואס האט גענצליך ציבראכן דעם אלטן טראמאזירטן סייקל, האפענטליך ״לנצח נצחים״…!

ארי אבראמעוויטש א פאפולערע מחנך, און היימישע אינטערטעינער, האט אויפגעטרעטן אויפן פריידא וויזעל שאו, שמועסנדיג מיט איר ווי כאילו ער ווערט אינטערוויאט דורך ״וועלוועל שמעלצער״ אויף קול מבשר… ארי איז אין פאקט פולי אינעם סיסטעם, שיקט צו היימישע מוסדות, און ווי געזאגט א מחנך נאך אויך…
נישטא קיין מוחאות… די לאוו איז גרויס… מזל טוב כלל ישראל🎉

שכוח ארי פאר דיין קוראדזש ארויפציקומען אויפן פאדקעסט און זיין א ראו-מאדעל פארן ציבור ווי אזוי א חסידישע אינגערמאן מעג זיך פירן.🥰❤️‍🔥🥳
 
לעצט רעדאגירט:
פריידא האט נישט קיין געהערידע סטודיא? פארוואס זענען אירע פאדקעסט א סקרין ריקארד פון א זום קאול?
 
ער זאגט קלאר צום סוף אז די סיבה פון זיין ארויפקומען איז (צו טון א טובה פאר די פרומע געמיינדע) אז @פרידא'ס אודיענץ זאל זעהן אז די חסידישע האבן אויך פלעיס

ענטפערטס נישט מיטן אמת אויב עטץ ווילטס נישט ציהן א שלעכט אויג אויף אים.
 
בערך אזוי ווי די דיסקלעימער אויפ'ן ציגערעטל שאכטל אז ס'איז נישט געזונט צו רייכערן
 
פחד פחדים!!!

ווי זענען די קול קורא'ס???!!

זיי זענען פשוט אויסגעלאפן פון פאפיר.

די חינוך, גיוס, שייטלעך, טעקסט, רעדן ביים דאווענען, גוי'אישע קאנצערטן, הויכע שטריימלעך, קברים, וואטסעפפ, און מיעט באורדס, האבן אויסגענוצט דאס לעצטע ביסל טינט וואס די רבנים האבן נאך פארמאגט.
יעצט זוכן זיי פאר נדבנים, אבער די אלע וואוינען שוין היינט אינדרויסן פון מאנסי אין ברייטע ווילאס, ווייקן זיך אין שווים בעדער און שיקן די קינדער אין מוסדות ווי די רבנים האבן שוין נישט קיין קאנטראל...

how did it all work out for ya? פרעגט דעם פסוק..
 
נישט צום גלייבן וואס דא קומט פאר!! ענדליך פארט שוין כלל ישראל אויפן ריכטיגן דיירעקשאן!!

במשך די לעצטע 80 יאר זייט די צווייטע וועלט מלחמה, האט מען ביי חסידים שטארק מקפיד געווען מענער זאלן ווי ווייניגער פארברענגן מיט פרעמדע פרויען.
וויפיעל דרשות און קול קורא׳ס זענען שוין אלץ ארויס געקומען אנטקעגן מיידלעך וואס ארבעטן אין א אפיס מיט פרעמדע מענער, צוליב דעם איבערגעטריבענם פחד אז יונגעלייט וועלן סאושעלייזן מיטן פארקערטן דזשענדער ווי געזונטע נארמאלע מענטשן.

צו די זעלבע צייט האט מען אבער יא געזען עלטערע אידן זאגן גוט שבת פאר א שחנ׳טע אדער קרוב, און נאך רופנדיג ביים נאמען…

הכלל מיטן אויפשטייג פונעם געוועב האבן חסידים מיט בארד און פיאות ציביסלאך זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו קאמיוניקעיטן געזונטערהייט מיט פרעמדע פרויען.
דאס אלעס האט זיך שטייט זיך אפגעשפילט במחתרת, באהאלטן אינעם פרייוועט טשעט… אין גאס אבער האט א חסידיש אויסזענדע יונגערמאן זיך גאר שטארק געהיטן ווי אזוי ער קאמיונעקירט מיט פרעמדע פרויען.

לעצטנס מיטן אויפשטייג פון צאללאזע היימיש אידישע פאדקעסטס, האט א חשוב׳ע איד מיט נאמען ״אלי וועבער, גענומען די קוראדזש ארויף צו ברענגן אויף זיין שאו פרויען וואס העלפן כלל ישראל, א שטייגער ווי טערעפיסטאן, שדכנים, וכו.
דאס האט שארף אריין געשניטן אינעם אלטן טראמאדיגן סייקל וואס איז קריעיטעד געווארן דורך קינדער פון מלחמה געליטענע…
דערנאך איז אויף געקומען הרב מענדל הערש פאנעט אויפן ״פרייד וויזעל שאו״, ווי ער האט ארום גערעד איבערן חסידישע לבוש וכו, אזאך וואס האט געצויגן צענדליגע טויזענטער וויאס מיט פאזעטיווע קאמענטס.
ס׳איז געווען שטארק קענטבאר אז מען ווערט נישט געביסן ווען מען רעד צו א פרעמדע פרוי, דורך די אלע פאזעטיווע קאמענטס, און פארלאשענע קול מוחה וואס איז נישט געהערט געווארן…

געוויסע האבן אבער געוואלט טייטלען און אוועקמאכן זאגענדיג; עה, ס׳גייט נישט גיין ווייטער, צוליב וואס ״אלי איז א בחור און האט נישט קיין דאגה פון קיין מוסדות. אדער מענדל הערש טוט דאס ווייל ער וויל ווייזן עפעס… ״מה שאין כן״ סתם חסידישע אינגעלייט וועלן דאס נישט נאך טאן.

במוצאי יום מנוחה, האט אבער עפעס פאסירט וואס האט גענצליך ציבראכן דעם אלטן טראמאזירטן סייקל, האפענטליך ״לנצח נצחים״…!

ארי אבראמעוויטש א פאפולערע מחנך, און היימישע אינטערטעינער, האט אויפגעטרעטן אויפן פריידא וויזעל שאו, שמועסנדיג מיט איר ווי כאילו ער ווערט אינטערוויאט דורך ״וועלוועל שמעלצער״ אויף קול מבשר… ארי איז אין פאקט פולי אינעם סיסטעם, שיקט צו היימישע מוסדות, און ווי געזאגט א מחנך נאך אויך…
נישטא קיין מוחאות… די לאוו איז גרויס… מזל טוב כלל ישראל🎉

שכוח ארי פאר דיין קוראדזש ארויפציקומען אויפן פאדקעסט און זיין א ראו-מאדעל פארן ציבור ווי אזוי א חסידישע אינגערמאן מעג זיך פירן.🥰❤️‍🔥🥳
לינק פליז!
 
וואס איז אבער די עמערזשענסי?
 
איך מיין אז מען רעדט פון גאטס איז פאנעטס שמיעס מער גאטס ער איז א רבישער און א אנגעזעהנע יוד משא"כ אריה איז נישט מורהדיג אינעם סיסטעם אין די פירסט פלעיס
 
אבראמעוויטש איז א ענגליש פרינסיפעל אין א מוסד ער האט נאך וואס צי פארלירן, פאנעט איז שוין מער ווייניגער אינדרויסען פון די סיסטעם.
 
פחד פחדים!!!

ווי זענען די קול קורא'ס???!!
קול קורא'ס קענען נישט זיין אויף זאכן וואס קומט פאר אויף די אינטערנעט
ווייל לדעת הקו''ק, איז די גאנצע אינטערנעט טרייף,
און ס'פאסט זיי נישט אז ערליכע אידן פאלגן נישט, סא מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג
 
סא זענען זיי גערעכט אז אינטערנעט איז געפערליך, אינטערנעט איז א לאך אינעם סיסטעם און זיי קענען ניטאמאל מוחה זיין דערויף און זיי זענען זיך אליינס שילדיג דערויף...

אבער די השמיענו גליון האט נישט קיין פראבלעם דערמיט לעצטענס האקן זיי אויף אייוועלט מיט אלע סייטס....
 
השמעיני האקט בעיקר אויף אייוועלט וכדומה, וואס לדעתם איז דאס מותר מטעם רבני הקו''ק
אויף טענה'ן זיי אז ס'איז נישט

אבער אויף וואס ס'גייט היינט פאר אויף יו טוב רעדט קיינער!
קיינער ווייסט נישט וויאזוי צו רעאגירן אויף דעם
 
זייער אינטרעסאנט

@פרידא וויזל וואו קען מען טרעפן ווען מ׳זוכט א געוויסע שאוי למשל: כ׳געהערט ווי דו רעדסט וועגן אן אינטערוויו מיט אלי שפיצער, און חוה פעלדמאן און נישט געטראפן (a search on YouTube or Google didn’t bring any results)
 
סקראול אדורך איר יוטוב טשענל
 
Back
Top