אמערדזשענסי שנירל, געבראכן דעם סייקל‼️

זייער אינטרעסאנט

@פרידא וויזל וואו קען מען טרעפן ווען מ׳זוכט א געוויסע שאוי למשל: כ׳געהערט ווי דו רעדסט וועגן אן אינטערוויו מיט אלי שפיצער, און חוה פעלדמאן און נישט געטראפן (a search on YouTube or Google didn’t bring any results)
View: https://www.youtube.com/watch?v=li3y_lwwIyw
 
כ'בין געגאנגען אויסטשעקן יענעם אינטערוויאו מיט אלי' שפיטצער וואס זי דערמאנט, כ'בין ממש ערשטוינט, ס'איז אפשר די מערסטע articulate און ראציאנאלע דעפענס/קריטיק (ס'איז ביידע) פון אונזער חינוך און בכלל סיסטעם וואס כ'האב געהערט. זיינע אפיניענס זענען אפשר דיבעיטעבל אבער די וועג וויאזוי ער פרעזענטירט עס און זיינע אפשאצונגען זענען spot on. קומט זיך איהם אויך קרעדיט פארן זיך ארויסשטעלן אזוי.
 
לעצט רעדאגירט:
ער איז שוין נישט דארט
איז דאס א לעצטיגע דעוועלאפמענט אלס רעזאלטאט פון די אינטערוויו? אדער אפשר האט דאס אים געגעבן ״רשות״ אדער בעסער געזאגט רוהיגקייט צו טון די אינטערוויו- וויסנדיג זיין דשאב איז נישט אויפ׳ן וואגשאל
 
Cahc
סא זענען זיי גערעכט אז אינטערנעט איז געפערליך, אינטערנעט איז א לאך אינעם סיסטעם און זיי קענען ניטאמאל מוחה זיין דערויף און זיי זענען זיך אליינס שילדיג דערויף...

אבער די השמיענו גליון האט נישט קיין פראבלעם דערמיט לעצטענס האקן זיי אויף אייוועלט מיט אלע סייטס....
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_20250311_183718_574.jpg
    IMG_20250311_183718_574.jpg
    737.2 KB · געזען: 119
האמיר דא א פרישע חסידשע אינגערמאן אנגעטאן מיטן פולען חסידישן טראגע וואס ברענגט ארויף נשים אויף זיין פאדקעסט!

שרייטס טאקע ווייטער אז לייביש חלום׳ט, און אז די סיסטעם גייט קיין ערגעץ נישט…

די סייקל פון ״ערות נשים״ איז פולקאם געבראכן!

View: https://youtu.be/Hlp_UbX7CtA?si=NCP47M8JOhJRRG7s
 
לעצט רעדאגירט:
אין די אינטערוויו מיט ארי אבראמאוויטש פרעגט אים @פרידא אביסל אויס איבער די ראלע פון פרויען אין די ענטערטעימענט מארקעט, ארי ענטפערט אז עס איז אפגעטיילט און אז ס'עקזיסטירט צוויי עקסטערע מארקעטס אין אונזער קהילה - איינס בלויז מענער פאר מענער און די צווייטע בלויז פרויען פאר פרויען.

ארי רעדט אויך אביסל איבער דעם פראבלעם פון נישט קענען פרעזענטירן פרויען אין די סטארי ליינס, ווי עס פארקריפעלט די גאנצע מעשה ווען מ'דארף אוועק'הרג'נען די מאמעס אין די געשיכטע וכדו', און ער ברענגט ארויס וויאזוי ער פראבירט צו ארבייטן ארום דעם פראבלעם.

צו אויסברייטערן וואס ער זאגט, איז דאך פשוט אז אונז זענען זייער געצוימט מיט די סארט מעשיות וואס מיר קענען פרעזענטירן בכלל, טאקע ווייל סיי ראמאנס און סיי הארראר זענען אומאקצעפטירבאר, אפגערעדט אז סייענס פיקציע און אנדערע דזשאנרעס האבן פשוט נישט קיין אודיענץ.. (פיני גליק ברענגט ארויס אן ענליכע נקודה כלפי קאמעדי - אז מיר זענען פארנומען אגאנצן טאג מיט שלום בית דזשאקס ווייל ס'איז די איינציגסטע 'טאבו' וואס מיר מעגן אדרעסירן..)
אינטרעסאנט אז ]רויען האבן צופעליג ווייניגער דעם פראבלעם, ביי די מיידעלישע און פרויענישע פלעיס/מאוויס מעגן זיי זיך יא פארשטעלן און אויסשפילן די מענער זייט, ס'איז אבער ביי די אינטערנס און אין די מענער מאוויס ווי די פרויען פעלן גאר שטארק אויס - אויב ווילן מיר קענען וואקסן דערין..

מיין שאלה איז צו אין דעם זעלבע גאנג וואס מיר גייען בכלליות ווי מיר ווערן אפענער און ברייטער כלפי אידישקייט, צו ס'גייט אויך מיטברענגען די מעגליכקייט פאר מיקס ענטערטעימענט, נעמליך אז פרויען זאלן אנהייבן פערפארמען אויף אינטערן פלעיס אדער צוזאמען מיט ארי אבראמאוויטש אויף מאוויס?!
כ'פארשטיי אז X rated סצענעס גייען נישט אזוי שנעל געשען (אויב בכלל..) און ניטאמאל מילדערע סצענעס איז צום ערווארטן, אבער נאכאלץ מיין איך ס'איז דא א מעגליכקייט פאר מער נאנטקייט און מער אפענקייט צווישן די דזשענדערס, און עכ"פ אלס א 'מאמע פיגור' קענען פרויען פאטענציאל אנהייבן מיטשפילן מיט מענער...
די אויפשטייג פון פרויען זינגערינס - ווי מענער הערן עס אויס דע-פאקטא - איז אויך א טרעפל נענטער אהין.

איך בין נאר נייגעריג אויב מ'גייט אהין אנקומען.. דערוויל קענען מיר זיצן מיט די פאפקארן און זיך צוקוקן וויאזוי זאכן פארן..
 
מיין שאלה איז צו אין דעם זעלבע גאנג וואס מיר גייען בכלליות ווי מיר ווערן אפענער און ברייטער כלפי אידישקייט, צו ס'גייט אויך מיטברענגען די מעגליכקייט פאר מיקס ענטערטעימענט,
די תירוץ איז א קלארע יא, אבער נישט ״אינטערן״ פלעיס…

די פרומע וואס האלטן זיך אינטערטעניגט אינטער די היימישע מוסדות, וועלן אלעמאל זיך האלטן צו הלכה. ווידעראום סתם מעין סטרים אידן מיט בארד און פיאות וואס געהערן נישט צו אן אפציעיל אנערקענטע קהילה, וועלן יא אהער שטעלן מיקסט אינטערטעימענט.

די ערשטע מיקסט חסידישע מיוזיק פערפארמענס איז ״שלומי בערנשטיין״ מיט ״ריקי ראוז״, ווי זיי זינגען אינאיינעם אויף א סינגל.

אין פאקט, שלומי איז שטארק אנגענומען ביי מעין סטרים חסידים. די טאג האלט נישט ווייט וואו דאס וועט זיך אנהויבן אריבער כאפן אפי ביי די מער פרומערע אויסזענדע, גענוי אזויווי דאס וואס פאסירט יעצט מיט היימישע פאדקעסטער.

אונטערשטע שורה: היות די רבנים האבן קיינמאל נישט אפיציעל אנערקענט ״כשר׳ע אינטערטעימענט״, און זיכער נישט די ״געוועב״, ממילא איז נישטא קיין קאנטראל אדער סיי וואספארא קול מוחה אויף פראדוסער און פאדקעסטער, וד״ל.

View: https://youtu.be/gUlWiDt0vWc?si=GrcTHjb6b42agkrz
 
לעצט רעדאגירט:
אפגערעדט אז סייענס פיקציע און אנדערע דזשאנרעס האבן פשוט נישט קיין אודיענץ..
טיים טרעוועלינג טרעפט מען יא ביים היימישן ליטעראטור, כאטש נישט ביי קיין שאו'ס. ווייס איך טאקע נישט פארוואס
 
טיים טרעוועל, סופער היראוס, אונז קענען געהעריג מאכן אזא אייגענע cinematic יוניווערס.

יעדער צדיק מיט זיין סופער פאווער, די חוזה זעהט וואס טוט זיך די אנדערע עק וועלט, ער קען אריינזעהן אין בילדינגס וכו' די מתנגדים און לובלין זענען זיין הויפט נעמעסיס... ער טיעמד אפּ מיט די בעל שם טוב (טיים טרעוול), רשב"י (laser אויגן...) און די מהר"ל (קען באשאפן נייע מענטשן ווען ס'פעלט אויס), צוזאמען פליען זיי מלחמה האלטן מיט די סופער villain - די ריזיגע קאץ וואס הרג'ט בעיביס. טוט זיך א טשעיס אויף די גאסן פון מעזשביזש וכו' צווישן די וואפן וואס ווערט באנוצט אין די שלאכטן איז דא מכות וויין (ס'ווערט קאנווערטעד צו בלוט, פרעש, לייז אין די לופט וכו')

מ'קען מאכן א ספין אף, איבער די גולם וואס גייט rogue... די מעגליכקייטן זענען ענדלאז
 
קודם כל, איז דא גאנצעטע קאמיקס ביכלעך מיט פאנטאזירטע דמיונות ווי מ'פארט צוריק אין טיים. בעיקר האב איך עס געזען א שטיק צייט א פארזעצונג אין 'קינדליין', מיט געהעריגע טיים טרעוועלינג, אפאר קינדער וואס פארן אהין און צוריק, ברענגען פון איין זמן צום צווייטן וואסער וכו'
 
מיין שאלה איז צו אין דעם זעלבע גאנג וואס מיר גייען בכלליות ווי מיר ווערן אפענער און ברייטער כלפי אידישקייט, צו ס'גייט אויך מיטברענגען די מעגליכקייט פאר מיקס ענטערטעימענט, נעמליך אז פרויען זאלן אנהייבן פערפארמען אויף אינטערן פלעיס אדער צוזאמען מיט ארי אבראמאוויטש אויף מאוויס?!
עס זענען שוין דא עטליכע היימישע מוזיק ווידעאוס וואו מען האט אריינגעריקט פרויען אין די בעקגראונד

View: https://www.youtube.com/watch?v=hrVQCrA0yR0

View: https://www.youtube.com/watch?v=AcBTkjvyLNg

ועוד יש הרבה
 
לויט'ן גאלאפ פונעם אינטערנעט, וואלט שוין געדארפט זיין א אפציעלע היימישע טיאטער; אבער, וויבאלד מ'האט דאך אלעס אין קעשענע, איז אויך ביים אלגעמיינעם פאלק איבער'ן וועלט, דאס סינעמא ביזנעס געפאלן גאר שטארק.

בנוגע די יודישע לעוול פון ברייטקייט פון וועלטליכע מושגים, איז דא א אפענער טויער וואס שטראמט אינפארמאציע פאר אלע שיכטן פון פאלק, וואס דאס איז די העברעאישע ליטעראטור; און וואס ס'איז דא צו באקומען אויף ענגליש, יאגט נאך די העברעאישע ביכער איבערזעצונג אויף דעם אויך.

נאר אויף יודיש זענט איר גערעכט אז ס'איז נאכנישט דארט.
 
ס'מאכט זיך לעצטענס היימישע פאדקעסט ווי שוואמען נאך א רעגן
 
נישט צום גלייבן וואס דא קומט פאר!! ענדליך פארט שוין כלל ישראל אויף די ריכטיגע רעסלען!!

במשך די לעצטע 80 יאר זייט די צווייטע וועלט מלחמה, האט מען ביי חסידים שטארק מקפיד געווען מענער זאלן ווי ווייניגער פארברענגן מיט פרעמדע פרויען.
וויפיעל דרשות און קול קורא׳ס זענען שוין אלץ ארויס געקומען אנטקעגן מיידלעך וואס ארבעטן אין אפיס׳עס מיט פרעמדע מענער, צוליב דעם איבערגעטריבענם פחד אז יונגעלייט וועלן סאושעלייזן מיטן פארקערטן דזשענדער, אזאך וואס איז הונדערט פראצענט נארמאל און געזונט ציטאן.

צו די זעלבע צייט האט מען אבער יא געזען עלטערע אידן זאגן גוט שבת פאר א שחנ׳טע אדער קרוב, און נאך רופנדיג ביים נאמען…

הכלל מיטן אויפשטייג פונעם געוועב, האבן חסידים מיט בארד און פיאות ציביסלאך זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו קאמיוניקעיטן געזונטערהייט מיט פרעמדע פרויען.
דאס אלעס האט זיך שטייט זיך אפגעשפילט ״במחתרת״, באהאלטן אינעם פרייוועט טשעט… אין גאס אבער האט א חסידיש אויסזענדע יונגערמאן זיך גאר שטארק געהיטן ווי אזוי ער קאמיונעקירט מיט פרעמדע פרויען.

לעצטנס מיטן אויפשטייג פון צאללאזע היימיש אידישע פאדקעסטס, האט א חשוב׳ע איד מיט נאמען ״אלי וועבער, גענומען די קוראדזש ארויף צו ברענגן אויף זיין שאו פרויען וואס העלפן כלל ישראל, א שטייגער ווי טערעפיסטאן, שדכנים, וכו.
דאס האט שארף אריין געשניטן אינעם אלטן טראמאדיגן סייקל וואס איז קריעיטעד געווארן דורך קינדער פון מלחמה געליטענע…
דערנאך איז אויף געקומען הרב מענדל הערש פאנעט אויפן ״פרייד וויזעל שאו״, ווי ער האט ארום גערעד איבערן חסידישע לבוש וכו, אזאך וואס האט געצויגן צענדליגע טויזענטער וויאס מיט פאזעטיווע קאמענטס.
ס׳איז געווען שטארק קענטבאר אז מען ווערט נישט געביסן ווען מען רעד צו א פרעמדע פרוי, דורך די אלע פאזעטיווע קאמענטס, און פארלאשענע קול מוחה וואס איז נישט געהערט געווארן…

געוויסע האבן אבער געוואלט טייטלען און אוועקמאכן זאגענדיג; עה, ס׳גייט נישט גיין ווייטער, צוליב וואס ״אלי איז א בחור און האט נישט קיין דאגה פון קיין מוסדות. אדער מענדל הערש טוט דאס ווייל ער וויל ווייזן עפעס… ״מה שאין כן״ סתם חסידישע אינגעלייט וועלן דאס נישט נאך טאן.

במוצאי יום מנוחה, האט אבער עפעס פאסירט וואס האט גענצליך ציבראכן דעם אלטן טראמאזירטן סייקל, האפענטליך ״לנצח נצחים״…!

ארי אבראמעוויטש א פאפולערע מחנך, און היימישע אינטערטעינער, האט אויפגעטרעטן אויפן פריידא וויזעל שאו, שמועסנדיג מיט איר ווי כאילו ער ווערט אינטערוויאט דורך ״וועלוועל שמעלצער״ אויף קול מבשר… ארי איז אין פאקט פולי אינעם סיסטעם, שיקט צו היימישע מוסדות, און ווי געזאגט א מחנך נאך אויך…
נישטא קיין מוחאות… די לאוו איז גרויס… מזל טוב כלל ישראל🎉

שכוח ארי פאר דיין קוראדזש ארויפציקומען אויפן פאדקעסט און זיין א ראו-מאדעל פארן ציבור ווי אזוי א חסידישע אינגערמאן מעג זיך פירן.🥰❤️‍🔥🥳
@לייביש הכהן קען מען דאס אויכעט רעכענען אלס א טייל פון די נייע עפאכע ווי פרויען לאזן ארויס ווידעאס?

 
ס'מאכט זיך לעצטענס היימישע פאדקעסט ווי שוואמען נאך א רעגן
גערעכט Amazon & real estate איז אינטער די ערד, אין 47th street ווער געדענקט נאך אז ס׳האט אמאל עקזעסטירט, אינדערהיים קען מען דאך נישט זיצן, א מייק איז גאר ביליג אין א קעמערע האט מען דאך פון די פאון = פאדקעסט
 
Back
Top