אמערדזשענסי שנירל, געבראכן דעם סייקל‼️

קול קורא'ס קענען נישט זיין אויף זאכן וואס קומט פאר אויף די אינטערנעט
ווייל לדעת הקו''ק, איז די גאנצע אינטערנעט טרייף,
און ס'פאסט זיי נישט אז ערליכע אידן פאלגן נישט, סא מ'מאכט זיך נישט וויסענדיג
איך האב פונקט געזען א ארטיקל אין הבדלה ווי זיי האקן אויף די 246 און זינג מאשינען פלעיערס וואס דאס זענען שוין יא כשר איז איינע פון די פילע פראבלעמען איז אז מען קען הערן פאדקעסטס וואס מען רעדט געהעריג מינות....
 
זעהט אויס אז עס איז נישט קיין נייע זאך, מען איז יעצט מפרסם כאילו עס איז א דבר חדש צוהיצן די געמיטער.
דאס בעצם אז דער רבי פון בעלזא איז א מנהיג מוצלח מיט אן אחריות פאר דורות העתידים איז אויך א באקאנטער פאקט.
ה' יאריך ימיו ושנותיו.
 
יאפ. איך האב פונקט יענע וואך גערעדט מיט א בעלזער יונגערמאן איבער פראגרעמינג און ער האט מיר פארציילט בתוה"ד אז ער פלעגט ארבעטן דארט.
(איך האב אים געפרעגט צו דאס מיינט אז ער גייט נישט צו די עצרת אויף וואס ער האט געענטפערט אז ער זעהט נישט די סתירה...!)
 
צו די עצרת זענען גיגאנגען אויך די מזרחי און ראשי
ישיבות הסדר, וואס גייען אין צבא , מען האט עס פראקלמירט אלץ עצרת תפילה , הלואי שיתפלל אדם כל היום.
 
זיי זענען פשוט אויסגעלאפן פון פאפיר.

די חינוך, גיוס, שייטלעך, טעקסט, רעדן ביים דאווענען, גוי'אישע קאנצערטן, הויכע שטריימלעך, קברים, וואטסעפפ, און מיעט באורדס, האבן אויסגענוצט דאס לעצטע ביסל טינט וואס די רבנים האבן נאך פארמאגט.
יעצט זוכן זיי פאר נדבנים, אבער די אלע וואוינען שוין היינט אינדרויסן פון מאנסי אין ברייטע ווילאס, ווייקן זיך אין שווים בעדער און שיקן די קינדער אין מוסדות ווי די רבנים האבן שוין נישט קיין קאנטראל...

how did it all work out for ya? פרעגט דעם פסוק..
איך גלייב אז זיי מאכן דוקא נישט קיין קול קורא, כדי נישט צו צוען מער אויפמערקזאמקייט

ווי האט אליאך געזאגט ווען ער איז ארויסגעקומען מיט זיין ספר ״הגאון״
א דאנק די רבנים מיט זייערע מחאות און זייער חרם האט זיך זיין ספר פארקויפט ווי מצה וואסער און געווארן א בּעסט סעלער! ער האט באקומען free advertising
די פאקט אז ס׳געווען פארבאטן האט נאר געמאכט מער מענטשן נייגעריג עס צו קויפן

Maybe that’s the strategy here 😉
זיי מאכן א שווייג דערפון ווייל דערווייל איז עס נאר איין געוואגטער אבראמאוויטש, נישט יעדער וועט האבן די balls צו טון אזא זאך, דערווייל איז אפשר safer פאר די רבנים נישט צו מאכן קיין גערודער ארום דעם…
 
כ'שפיר סאמהאו אז די רבנים זענען נישט אזוי סטראטעגיש...

קול קורא'ס איז פשוט נישט אין סטייל היינט, אבער מ'קען אים נאך קענסלען זיינע אויפטריטן. אויב נישט (דהיינו די שמייליגע מוסדות וועלן נישט האבן קיין אישו אים צו לאזן פראמאוטן) וועט דאס זיין א דורכברוך.
 
האמיר דא א פרישע חסידשע אינגערמאן אנגעטאן מיטן פולען חסידישן טראגע וואס ברענגט ארויף נשים אויף זיין פאדקעסט!

שרייטס טאקע ווייטער אז לייביש חלום׳ט, און אז די סיסטעם גייט קיין ערגעץ נישט…

די סייקל פון ״ערות נשים״ איז פולקאם געבראכן!

View: https://youtu.be/Hlp_UbX7CtA?si=NCP47M8JOhJRRG7s
זייער אינטרעסאנט (דערווייל נאר געהאט צייט אויסצוהערן האלב)
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן!
נישט זיכער אויב ס׳עכט א ריכטיגע דורכברוך (עפעס איז עס זיכער. ס׳איז נישט אוועקצומאכן.)

אבער אויב דו ווייסט עניטינג וועגן טאָלי, ער איז א סוקסעספול גאר קאנפידענט ביזנעס מאן און קומט נישט פון א פארפרומטע שטוב (איך קען זיין מהלך שוין פון א שטיק צייט זעהן וויאזוי ער פירט זיין ביזנעס מארקעטינג אויף Linkedin

ממילא, אפשר נעמט עס אביסל גאָטס, אבער ס׳נישט ממש ווי א שמועס מיט פרידא, ווייל ס׳איז ״לצורך פרנסה״! פּלאָס ער רעדט ווי א חסידיש סטייל יונגערמאן. איי מין: קוק וויאזוי ער הייבט אָן די שמועס: נישט קיין העלאו, נישט קיין שמייכל, גלייך א שאלה, ערנסט - ווי איינער זאגט: מ׳איז נאר דא פאר ביזנעס און געענדיגט.

אפילו ווען זי פירט זיך ווי א ליטווישע פרוי און צולאכט זיך, איז ער נאך אלס זייער
matter of fact און געגאנגען ווייטער

He’s a very no-nonsense guy

נעם אין אכט אז ער איז אויפגעוואקסן אָן א טאטע אין הויז, (מיט א single mom) ממילא איז ער צוגעוואוינט צו זיין אנדערש, און ער האט די בצים דערפאר. זעהט אויס ווי ער כאפט נישט צופיל התפעלות און פלאגט זיך נישט אריינצופיטן און אלעמאל טון אלעס פונקט ווי יעדן

as long as it checks off all the boxes
ממילא פילט ער פארזיכערט מסתמא אז ס׳וועט אים נישט מאכן קיין שום צרות.
(אמת גערעדט, קיינער קען נישט האבן טענות ווייל ער טוט עס נאך אלס אין די גדרים פון פרומקייט)
 
Back
Top