גיימער גיין צו גאר א באקאנטע פליגער די,
C-25!
אדער מער באקאנט אלץ,
עיר פארס וואן!
און ווי מען רופט עס די פליענדע ווייסע הויז!
עס איז ארומגענומען מיט געהיימניסן און וויפיל מען ווייסט,
ווייסט מען אז מען ווייס נישט אלעס!
עס איז איינע פון די מערסט באשיצטע פליגערס אין די וועלט!
איז לאמיר א בליק טון אויף וויפיל מען ווייסט יא,
עס איז א דריי שטאקיגע פעסטונג!
די אונטערשטע שטאק פארמאגט די קארגא אפטיילונג,
און א קיך ווי אלע עסן פארן פליגער ווערן צו געגרייט,
די קיך קען צוגרייטן ביז צוויי טויזנט פארציעס עסן!
און פארמאגט א ספעציעלע אייגענע קעכער!
די קעכער דארף וויסן נאך פאר די פרעזידענט ווערט אפיציעל פרעזידענט,
דארף ער שוין וויסן וואס דער פרעזידענט האט ליב,
און אלע ערליי עסן וואס ער גלייכט!
יעדע פארציע פאר עס גייט ארויס פון קיך ווערט עס געטעסט דורך א ראבאטישע סיסטעם!
און יעדע עסצייג האט אריינגעקריצט די פרעזידענטליכע סימבאל!
ווי אויך יעדע האנטוך אויפן פליגער און יעדע זיץ אויפן פליגער פארמאגט אויך די סימבאל!
און אויך איז דארט דא א שפיטאל!
אבער א שפיטאל מיט אלע צוגעהערן!
און עס פארמאגט אפילו אן אפעראציע צימער!
און דער פרעזידענט'ס פערזענלעכע דאקטער!
און פארמאגט א גאנצע בלוט באנק בלויז פון די פרעזידענט'ס בלוט טייפ!
און מען קען זיך פון דארט פארבינדן צו די גרעסטע דאקטוירים ארום די וועלט צו יעדע צייט,
דורך לייוו ווידעא!
און עס געפינט זיך אויך אויף די שטאק די זיכערהייט און קאמוניקאציע אפיס,
און אויך די סטעף זענען דארט איינקוואטירט.
די צווייטע שטאק וואס דאס איז די הויפט שטאק,
האט די פרעזידענט'ס אפיס,
וואס איז א געהעריגע אפיס פונקט ווי די אפיס אין די ווייסע הויז!
און ער קען פון דארט פיר די לאנד װי גארנישט!
מאכן באשלוסן,
און ארויסשיסן נוקלעארע מיסילס!
און אלעס אינצווישן!
אגב די פליגער פארמאגט מער פון 85 טעלעפאנען!
בקיצור אויף די שטאק איז אויך דא א קאנפערענץ רום,
און די סעקרעטערי אפיסעס,
אויך איז דא דארט א גרויסע עס זאל,
און די פרעסע צימער.
די דריטע שטאק איז די פרעזידענט'ס הויז זיין פריוואטע צימער,
זיין פאמיליע צימער,
און א באזונדערע מעדיקל יוניט,
און א ספעציעלע פרעזידענטליכע קאנפרענץ רום.
און אויפן פליגער זעלבסט איז דא טשעק פוינטס צווישן די אפטיילונגען,
און נישט יעדער אויפן פליגער קען גיין איבעראל!
מען דארף האבן א ספעציעלע פעס אריין צו גיין צו אלע אפטיילונגען,
יעצט לאמיר אריבער גיין צו די זיכערהייט פון די פליגער,
צום אלעם ערשט קען די פליגער טעכניש פליען אויף אייביג!
ווי לאנג מען פילט עס אן יעדע צוועלף שעה קען עס ווייטער פליען פאר נאך צוועלף שעה און אזוי ווייטער,
די פליגער האט אייגענע וואסער און אייגענע געפילטערטע לופט,
און עס איז פארבינדן מיט די אמעריקאנע שפינאזש סעטעלייטס!
און קען זיך פארבינדן צו יעדע אמעריקאנע מיליטערישע באזע אין די וועלט!
די פליגער קענען איבערלעבן א נוקלעארע אטאקע,
און די פענסטער'ס זענען גענוג דיק אז עס קען אויסהאלטן א דירעקטע ראקעט אטאקע און בלייבן גאנץ!
אין פאל די פליגער ווערט יא געשעדיגט פון א אטאקע,
האט עס א ספעציעלע געהיימע קאפסול ספּעציעל פארן פרעזידענט,
און עס טיילט זיך אפ פונעם פליגער און פליט ווייטער,
און עס האט די אייגענע קאמוניקאציע און אייגענע סיסטעמען ווי א עקסטערע פליגער פאר זיך!
און די פליגער פארמאגט אויך פארשידענע סטעלט מעגליכקייטן,
ווי צומישן ראדאר סיסטעמס,
און מאכן מען זאל עס נישט זעהן פאר א שטיק צייט,
און אויך קען עס נאך מאכן אנדערע פליגערס צו פארנארן די פיינט,
מען קען זיך פון די פליגער פארבינדן צו די גאנצע וועלט!
פון סעטעלייטס,
ביז אונטערוואסער סאמארינען!
און עס קען מאכן די אייגענע אונטערנעט נעטווארק אין די לופט,
אין פאל די אונטערנעט ווערט אפגעהאקט!
גראדע פארמאגט די פליגער א עלעוועטער פארן פרעזידענט!
און עס פארמאגט א מאדנע טראדיציע,
ווי יעדע פרעזידענט לייגט אריין אין די מאטארן א דאלער ביל!
עס איז אזוי שוין יארן,
און זיי זענען איינגערעדט אז עס מאכט אז עס זאל נישט האבן קיין שום פראבלעמען,
אונטערעסאנט עס האט טאקע נאך קיינמאל נישט געהאט קיין ערענסטע פראבלעמען מיט די מאטארן!
צום שלוס אפאר היסטארישע מאמענטן פון די פליגער,
פרעזידענט ניקסאן איז נאך זיין רעזיגנאציע אהיים געפלויגן צום לעצטן מאל מיט די עיר פארס וואן!
לינדאן דזשאנסאן איז געווארן פרעזידענט אויפן עיר פארס וואן נאך קענעדי'ס טויט!
עס האט געפירט פרעזידענט קענעדי'ס קערפער צו די באגרעבעניש צערעמאניע!
אין 9/11 איז עס געווען די איינציגסטע גרויסע פליגער צו פליען העכער אמעריקע!
חוץ די מיליטערישע קאמף דזשעטס וועלכע האבן פאטראלירט די אמעריקאנע הימלען יעדע שרעקליכע טאג!
די יעצטיגע עיר פארס וואן קאסט ארום דריי הונדערט פינף אין צוואנציג מיליאן דאלאר!
די נייע עיר פארס וואן האט געדארפט זיין פארטיג אין יאר 2024 אבער האט זיך פארצויגן און איז געווען געסקעדשלט פאר יאר 2029,
אבער מען האט עס יעצט צוריק געריקט צו 2027,
דערווייל גייט מען ניצט די נייע פליגער וועלכע קומט פון קאטאר!
א מתנה פאר פרעזידענט טראמפ!
די נייע פליגער וועלכע וועט ווערן פארטיג אין 27, איז ערווארטעט צו זיין נאך מער סאפיסטיקירט און מער באשיצט!
אבער פונקט ווי די יעצטיגע ווייסט מען כמעט גארנישט,
ווייסט מען נאך ווייניגער פון די פרישע.